קינאָ

ש. אַנ־סקיס דראַמע "דער דיבוק" איז זיכער די פֿאַרשפּרייטסטע פּיעסע וואָס די ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט געשאַפֿן. די דראַמע האָט מען נישט בלויז איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, נאָר אויך באַאַרבעט אין פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע זשאַנערן — אַ טאַנץ, אַן אָפּערע, אַ דראַמע פֿאַר בלויז צוויי כאַראַקטערן. לעצטנס איז צוגעקומען נאָך אַ באַאַרבעטונג פֿונעם קלאַסישן ווערק: פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע.

דאָס יאָר האָט "דער אַרכיוו פֿון אַמעריקאַנער טעלעוויזיע" אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַלטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1950ער יאָרן אין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט. צווישן די נײַע ווידעאָ־קאָמפּאַקטלעך האָט מען אויך אַרויסגעגעבן צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס פֿון דער פּראָגראַם־סעריע "די דראַמע פֿון דער וואָך": די ערשטע — "די וועלט פֿון שלום־עליכם"; און די צווייטע — "דער דיבוק", רעזשיסירט פֿונעם יונגן, אָבער שפּעטער מער באַקאַנטן, סידני לומעט, באַאַרבעט פֿון יוסף ליס, מיט די אַקטיאָרן קאַראָל לאָרענץ, טעאָדאָר ביקעל און לודוויג דאָאַט.

פּראָגראַמען וועגן ייִדן, אָדער מיט אַ ייִדישן טעם, האָט מען אַ סך זעלטענער געזען אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער ייִדישער הומאָר האָט ממש דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. דערפֿאַר איז וויכטיק צו זען די אַלטע סעריעס פֿון דער תּקופֿה, ווײַל זיי גיבן אונדז אַן אַרײַנבליק אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט און ווי אַזוי די ייִדן האָבן געוואָלט, אַז אַמעריקע זאָל באַטראַכטן און אָפּשאַצן ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע, געציילטע יאָרן נאָכן חורבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

פֿאַר וואָס איז "דער דיבוק" געוואָרן אַזוי פּאָפּולער? נישט קיין קליינע ראָלע שפּילט דער ייִדישער פֿאָלקלאָר וואָס אַנ־סקי האָט אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זײַן ווערק. די שטעטלדיקע לעגענדעס און מינהגים וואָס ער האָט געזאַמלט אויף זײַנע עקספּעדיציעס האָט ער קונציק און דראַמאַטיש באַלעבט פֿאַר אַ נײַעם דור. ווער וואָלט נישט פֿאַרכאַפּט געוואָרן צו זען רוחות און פֿליִענדיקע נשמות? אָבער נישט נאָר צוליב דעם פֿאָלקלאָר האָט מען ליב דעם "דיבוק" — די דראַמע, האַלט איך, איז פּשוט גוט אָנגעשריבן לויטן געבוי און שפּראַך. עס פֿאַרמאָגט אויך גענוג הומאָר, טראַגישקייט און פֿאַנטאַסטישע עלעמענטן, וואָס ציִען צו אַ ברייטן עולם. אמת, אַנ־סקי האָט נישט געשאַפֿן קיין פּערפֿעקטע פּיעסע: אינעם פֿילם פֿון פּוילן, 1939, ווײַזן זיך בולט אַרויס געוויסע שוואַכקייטן פֿון דער דראַמע; דהײַנו, עטלעכע נודנע סצענעס, וואָס מע וואָלט געקענט אויסשנײַדן. אָבער ווי שייקספּירס און אַלע קלאַסישע דראַמעס, קען מען אויסטײַטשן דעם "דיבוק" אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, און כאָטש זי איז אַן עכט ייִדישע דראַמע, קען די נישט־ייִדישע וועלט זי אויך גוט פֿאַרשטיין און זיך גריבלען אין איר אינטערפּרעטאַציע.

דער רעזשיסאָר סידני לומעט איז געשטאָרבן מיט עטלעכע יאָר צוריק. ער איז געווען דער זון פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר און שרײַבער ברוך לומעט, אַ בויער פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס. בײַם אָנהייב פֿונעם דאָזיקן טעלעוויזיע־וואַריאַנט פֿון "דיבוק", וואָס איז פֿילמירט געוואָרן "לעבעדיקערהייט", דערציילט סידני לומעט, אַז זײַן טאַטע האָט געשפּילט אין "דיבוק" אין 1927 און, אַז די פּיעסע איז געווען די ערשטע ייִדישע פּיעסע וואָס סידני געדענקט. ער דערציילט ווײַטער, אַז דאָס ווערק "באַשרײַבט אַ גרופּע מענטשן וואָס לעבן מער נישט, וואָס האָבן געלעבט צוריק מיט 100, 150 יאָר", מיינענדיק די חסידים. די ייִדן האָבן "געלעבט צווישן צוויי וועלטן" און "אין אַ לעבן פֿון טרויער, האָבן זיי געהאַלטן, אַז דער בעסטער אופֿן צו געפֿינען גאָט איז דורך פֿרייד; האָבן זיי געטאַנצט און געזונגען, ווען זיי האָבן נאָר געקענט", "זיי זענען אין ערגעץ נישט געגאַנגען, אויב זיי האָבן געקענט דאָרטן טאַנצן".

נו, צו אַזאַ באַנעמונג פֿון חסידות זענען מיר שוין צוגעוווינט, און עס דערמאָנט אונדז אין "דער רבי אלימלך" און די הילצערנע שאָקלענדיקע טעקעלעך, וואָס מע פֿאַרקויפֿט הײַנט אין די מערק פֿון פּוילן פֿון טאַנצנדיקע חסידים. און אפֿשר איז אַנ־סקיס "דיבוק" שולדיק אין דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַזוינע פּאָפּולערע געדאַנקען?

דעם טעלעוויזיע־"דיבוק" האָט מען פֿילמירט מיט אַ קליינעם בודזשעט אָבער דווקא אין אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם "דיבוק" וואָלט געהאָלפֿן אַ מער אַנטוויקלטע בינע־דעקאָראַציע און באַלויכטונג, צו שאַפֿן די פּאַסיקע מוראדיקע שטימונג ווען ס'איז נייטיק. אין דער אויפֿפֿירונג, למשל, ווען מע גיט איבער דאָס קול פֿונעם דיבוק, רעדן אין איינעם די כּלה לאה און איר געליבטער חנן. דאָס וואַרפֿט נישט אָן קיין פּחד אויף קיינעם נישט. קאַראָל לאָרענץ, באַקאַנט ווי מאַריאַ אינעם בראָדוויי־מוזיקל "וועסט סײַד סטאָרי" איז אַ שיינע, אָבער ווען דער דיבוק גייט אַרײַן אין איר דאַרף איר פּערזענלעכקייט אין גאַנצן זיך בײַטן. איך געדענק, אַז אינעם "דיבוק" וווּ איך האָב זיך אויך באַטייליקט, אויפֿגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער" אין 1981, האָט די ראָלע פֿון לאה געשפּילט יאָהאַנע פּלד, אַ הויכע אַקטריסע מיט לאַנגע רויטע האָר. זי האָט זיך אויסגעלערנט זייער גוט ייִדיש נאָר פֿאַר דער ראָלע. ווען דער דיבוק איז אַרײַן אין איר אונטער דער חופּה, און זי האָט צעטריבן די מענטשן אַרום זיך, איז איר קול נידעריקער געוואָרן און מיר, חסידים אויף דער בינע, האָבן טאַקע מורא געהאַט פֿאַר איר!

די ראָלע פֿונעם משולח, האָב איך אַמאָל געלייענט, האָט אַנ־סקי שפּעטער צוגעגעבן צו דער פּיעסע, און די ראָלע איז קיין מאָל נישט קיין לײַכטע צו שפּילן, ווײַל מע קען פֿילן, אַז זי איז אַ צוטשעפּעניש. האַלב־אליהו־הנבֿיא, האַלב רבי, פֿילט אָן דער משולח די בלויזן אין דער נאַראַציע וואָס זענען נישט קלאָר פֿאַר דעם עולם. געוויינטלעך, אין דער ראָלע דאַרף מען אויסזען ווי אַן אַלטער ייִד. אָבער אינעם טעלעוויזיע־"דיבוק" זעט ער אויס ווי אַ מאָדערנער משׂכּיל, מער מאָדערן ווי די ישיבֿה־בחורים.

כאָטש לומעט איז אויפֿגעוואַקסן מיטן ייִדישן טעאַטער און האָט אין דעם "דיבוק" געוואָלט אויסדריקן אַ מין הזכּרה נאָך די אַמאָליקע חסידים און פֿאַרן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן בכלל, האָט זיך דאָס אים נישט אײַנגעגעבן. די אָריגינעלע מוזיק פֿון דזשאָן גרוען האָט נישט קיין ייִדישן טעם און איז ווײַט פֿון אַנ־סקיס (און יואל ענגלס) ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, וואָס האָט אַזוי גוט געפּאַסט. די מאָדערנע סטיליזירטע טענץ, געשאַפֿן פֿון דער באַרימטער אַנאַ סאָקאָלאָוו, קען מען שוין בעסער פֿאַרדייען, ווײַל די גראָטעסקע חתונה־סצענע מיט די בעטלערס האָט שוין נישט קיין פֿאָלקישע באַזע.

דער "דיבוק" פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע שפּיגלט אָפּ ווי אָפּגעפֿרעמדט פֿון זייערע זיידע־באָבעס זענען שוין געוואָרן די ייִדן אין דער געזעלשאַפֿט אין די 1950ער יאָרן. ס׳איז טשיקאַווע וואָס מיט אַ דור, אָדער צוויי, שפּעטער האָט מען בעסער פֿאַרשטאַנען דעם פֿאָלקלאָר אין דער קלאַסישער פּיעסע — "דער דיבוק".