‫פֿון רעדאַקציע

אין די לעצטע יאָרן וואָלטן נישט ווייניק אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט געקאָנט צווישן זיך אײַנפֿירן אַ פֿאַרמעסט, ווער פֿון זיי טיילט זיך מער אויס מיט אַנטיסעמיטישער און אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק. אַלץ מער ווערט אַזאַ באַציִונג אַ טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן לעבן; און ווען געוויסע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע מײַדן אויס זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע מיאוסע מעשׂים, ווערן זיי אַטאַקירט פֿון זייערע קאָלעגעס; און נישט בלויז ווערטלעך, נאָר אויך פֿיזיש.

ווי אַזוי זשע קאָן דערקלערט ווערן אַזאַ שעדלעכע דערשײַנונג, בפֿרט צווישן געבילדעטע מענטשן? אַוודאי, פֿאָדערט זיך דאָ אַ באַזונדערע אויספֿאָרשונג; אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך זעען זיך עטלעכע דײַטלעכע סיבות: ערשטנס, דער עקסטרעמער לינקיזם, וואָס האָט ממש אויפֿגעברויזט אין מערבֿ־אייראָפּע, און באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה. צווייטנס, איז שיִער נישט געוואָרן אַ מאָדע צו קריטיקירן אַלע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, צו מאַכן זיי מיט בלאָטע גלײַך... אין דער זעלבער צײַט, פּרוּווט נאָר זאָגן אַ קרום וואָרט וועגן איסלאַם. און דריטנס, די ריזיקע געלטער פֿון די מוסולמענישע נאַפֿט־לענדער "דעקן" דעם בודזשעט־מאַנגל פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ענטפֿערן אויף אַזאַ ברייטן זשעסט, דאַרף מען מיט קאָנקרעטע מעשׂים.

‫רעפּאָרטאַזשן
יותם מרום ווערט אַרעסטירט דעם 24סטן סעפּטעמבער אין דער וואָל־סטריט געגנט

די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד).

די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט.

ייִדיש־וועלט
אַ גרופּע יונגע לײַט בײַ אַן אונטערנעמונג פֿון RAJE — אַ "גייטווייס"־פּראָגראַם פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע קאָלעדזש־סטודענטן, אין האַנאָווער, ניו־דזשערזי, פֿעברואַר 2010

אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען ראָש־השנה בײַ זיך אין דער היים ווי איך טו יעדעס יאָר, האָב איך הײַיאָר באַשלאָסן צו טאָן עפּעס גאָר אַנדערש. כ׳האָב פֿאַרשריבן מײַן משפּחה אין אַ ראָש־השנה־פּראָגראַם אָרגאַניזירט פֿון דער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע "גייטווייס" (Gateways), וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿון מיטוואָך אויף דער נאַכט (ערבֿ־יום־טובֿ) ביז זונטיק אין דער פֿרי, אין אַ האָטעל אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקאָט.

"קירובֿ" איז אַ רעלאַטיוו נײַ וואָרט, וואָס מיינט אינספּירירן נישט־פֿרומע ייִדן צו אַנטוויקלען אַ באַציִונג מיטן אייבערשטן, צו לערנען תּורה און היטן די מיצוות. די באַקאַנטסטע קירובֿ־אָרגאַניזאַציע הײַנט איז חב״ד, אָבער די צוויי אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרט זייער אַנדערש. חב״ד דינט ווי אַ ליכטטורעם פֿאַר ייִדן, בפֿרט די סעקולערע, אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, דורך באַרזאָרגן זיי מיט מאָלצײַטן שבת און יום־טובֿ; העלפֿן זיי קריגן כּשר עסן אָדער מוטיקן זיי צו צינדן שבת־ליכט אָדער לייגן תּפֿילין.

"גייטווייס" פֿונקציאָנירט גאָר אַנדערש. אַנשטאָט צו אַרבעטן מיט באַזונדערע יחידים און משפּחות, אָרגאַניזירט זי גרויסע אונטערנעמונגען אין האָטעלן, וווּ נישט־פֿרומע ייִדן — סײַ יחידים, סײַ משפּחות — קענען קומען הערן לעקציעס און דבֿרי־תּורה פֿון כאַריזמאַטישע רבנים, וואָס ווייסן ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט מענטשן, וואָס קענען נישט קיין לשון־קודש און ווייסן ווייניק וועגן ייִדישקייט.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדיש־קלאַס 2011/12

די לעצטע צוואַנציק יאָר בין איך געבענטשט מיט פֿולע קלאַסן ייִדיש־סטודענטן כּן־ירבו. זיי באַשטייען פֿון שוועסטער אָדער ברידער, קרובֿים נאָענטע און ווײַטע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע קלאַסן מיט יאָרן צוריק. דער אמת איז אַז אַלע מײַנע דרײַ קורסן פֿונעם האַרבסט־סעמעסטער, ווי אַלע מאָל, האָבן אַ שיינע צאָל סטודענטן.

נעכטן האָט אַ טײַערע סטודענטקע פֿון מיטעלן קלאַס אַרײַנגעברענגט לכּבֿוד ערבֿ־שבת אַ טשאָלנט אין קלאַס, און דער אַראָמאַט האָט זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר איבערן קאָרידאָר פֿון אונדזער שטאָק, נאָר חבֿרה האָט דערשפּירט דעם ריח נאָך גייענדיק אויף די טרעפּ. דאָס איז געווען דער תּלמידהס ערשטער פּרוּוו אין איר לעבן, וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען, צוצוגרייטן אַ שבתדיק מאכל, נאָך דערצו אַ טשאָלנט. קיינער האָט עס בײַ איר נישט באַשטעלט, ס׳איז איר אָנגעקומען ספּאָנטאַן.

איין סטודענטקע אין אָנהייבער־קלאַס רוימט מיר אײַן אין אויער אַז זי שטאַמט פֿון דעם בעל־שם־טובֿ. די פֿרייד פֿון ייִדיש אין קלאַס איז אָנשטעקנדיק. איין מיידל זיצט מיר עפּעס נאָענט צום בחור, און אַז זי פֿאַרשפּעטיקט זיך האַלט ער פֿאַר איר דאָס אָרט. איך באַמערק ווי זי שטריקט עפּעס. פֿרעג איך זי:

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nadia Kalman.
The Cosmopolitans.
Livingston Press:
The University of West Alabama, 2010.

דער ראָמאַן "קאָסמאָפּאָליטן" פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם נאַדיאַ קאַלמאַן געהערט צו דעם מין עמיגראַנטישע משפּחה־ראָמאַנען, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, אויפֿגעוואַקסן שוין אין אַמעריקע, האָט אָבער אָפּגעהיט אַ היפּשן טייל פֿון זייער רוסישער קולטורעלער ירושה, האָט פֿעסט פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

די מחברים פֿון דער דאָזיקער גרופּע, אַזעלכע ווי גערי שטיינגאַרט, אַניאַ אוליניטש, לאַראַ וואַפּניאַר, דייוויד בעזמאָזגיס, שרײַבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס, אָבער איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות. אַלע ווערק זייערע זײַנען שטאַרק באַווירקט פֿון דער ליטעראַרישער קלאַסיק, דער עיקר, דער רוסישער. דער סאַמע בולטער מוסטער פֿון אַזאַ ליטעראַטור־איבערניצעווען פֿון אַ קלאַסישן מוסטער איז דער ראָמאַן פֿון אירינאַ ריין "וואָס איז געשען מיט אַנאַ ק.", וועלכער דערציילט די געשיכטע פֿון אַנאַ קאַרענינאַ אין די דעקאָראַציעס פֿון הײַנטיקן ניו־יאָרק.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסרייניקן די נשמה פֿון אַלע פֿלעקן און אַרויפֿברענגען זי צו איר ג־טלעכן שורש, צוליב דער באַזונדערער אַטמאָספֿער פֿונעם הייליקן יום־הדין, יום־כּיפּור.

דער ענין פֿון יום־כּיפּור ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער פֿונעם חומש "ויקרא", וועלכע זענען אַ טייל פֿון די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות: "לפֿני ה׳ תּטהרו" — איר ווערט אויסגערייניקט ווערן פֿאַרן אייבערשטן. די חסידישע צדיקים דערקלערן דעם דאָזיקן פּסוק אויף אַ מער עזאָטערישן אופֿן; כּדי אָפּצוּווישן די אייגענע גײַסטיקע פֿלעקן, דאַרף דער מענטש דערגרייכן אַ מדרגה פֿון דבֿקות און דערזען, אַז ער איז, אין דער אמתן, תּמיד פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער; אַז דער באַשעפֿער לעבט אין אונדזער מוח און האַרץ, אַז ער איז דאָס טיפֿע אינערלעכע עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה און פֿון דער גאָרער וועלט, און אַז אַלע באַריערן צווישן אונדז און דעם רבונו־של־עולם זענען בלויז אַן אילוזיע.

יום־כּיפּור דערפֿילט מען די עצמדיקע אייניקייט פֿונעם מענטש און ג־ט באַזונדערס שטאַרק. פֿון איין זײַט, קומען יום־כּיפּור אַלע מינים ייִדן אין שיל אַרײַן, אַפֿילו די סאַמע אַסימילירטע, ווײַל דער הייליקער טאָג דערוועקט אין זיי זייער אייגענעם "פֿינקל פֿון ג־טלעכקייט". פֿון דער צווייטער זײַט, קומט דער דאָזיקער כּוח פֿון די מענטשן אַליין, לויט דעם תּלמודישן פּרינציפּ "ברובֿ העם הדרת מלך" — דער מלך (ג־ט) אַנטפּלעקט זיך אין אַ גרויסן עולם. צוליב דעם, וואָס אַלע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין שיל יום־כּיפּור, שאַפֿן זיי אַליין אַן אַטמאָספֿער, וואָס איז מסוגל פֿאַר ג־טלעכער אַנטפּלעקונג.

קינאָ

ש. אַנ־סקיס דראַמע "דער דיבוק" איז זיכער די פֿאַרשפּרייטסטע פּיעסע וואָס די ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט געשאַפֿן. די דראַמע האָט מען נישט בלויז איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, נאָר אויך באַאַרבעט אין פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע זשאַנערן — אַ טאַנץ, אַן אָפּערע, אַ דראַמע פֿאַר בלויז צוויי כאַראַקטערן. לעצטנס איז צוגעקומען נאָך אַ באַאַרבעטונג פֿונעם קלאַסישן ווערק: פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע.

דאָס יאָר האָט "דער אַרכיוו פֿון אַמעריקאַנער טעלעוויזיע" אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַלטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1950ער יאָרן אין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט. צווישן די נײַע ווידעאָ־קאָמפּאַקטלעך האָט מען אויך אַרויסגעגעבן צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס פֿון דער פּראָגראַם־סעריע "די דראַמע פֿון דער וואָך": די ערשטע — "די וועלט פֿון שלום־עליכם"; און די צווייטע — "דער דיבוק", רעזשיסירט פֿונעם יונגן, אָבער שפּעטער מער באַקאַנטן, סידני לומעט, באַאַרבעט פֿון יוסף ליס, מיט די אַקטיאָרן קאַראָל לאָרענץ, טעאָדאָר ביקעל און לודוויג דאָאַט.

פּראָגראַמען וועגן ייִדן, אָדער מיט אַ ייִדישן טעם, האָט מען אַ סך זעלטענער געזען אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער ייִדישער הומאָר האָט ממש דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. דערפֿאַר איז וויכטיק צו זען די אַלטע סעריעס פֿון דער תּקופֿה, ווײַל זיי גיבן אונדז אַן אַרײַנבליק אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט און ווי אַזוי די ייִדן האָבן געוואָלט, אַז אַמעריקע זאָל באַטראַכטן און אָפּשאַצן ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע, געציילטע יאָרן נאָכן חורבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, וואַרשע, מאַקעט

טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען.

אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר באָבע לאה, די אינספּיראַציע פֿונעם פֿילם "די שפּילקע" (The Pin)

אַן אַלטער פֿאַרביטערטער פֿרומער שומר דאַרף האַלטן אַן אויג אויפֿן מת איידער מע גייט אים באַגראָבן. אָבער ווען ער קוקט אַרײַן אין אָרון זעט ער דאָס פּנים פֿון זײַן אַמאָליקער געליבטער לאה. די צײַט בײַט זיך, און ער לעבט איבער די שרעקלעכע נעכט ווען ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ שײַער אין ליטע מיט אַ מיידל און געקעמפֿט איבערצולעבן דעם חורבן. די באַציִונג צווישן די צוויי געליבטע, צוזאַמענגעבראַכט דורך עקסטרעמע אומשטענדן, אַנטוויקלט זיך אין אַ דראַמאַטישן אופֿן.... דער קיצור באַשרײַבט דעם ייִדישן פֿילם "די שפּילקע", וואָס די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי האָט אָנגעהויבן צו פֿילמירן.

ווי פּאַסט זיך די שפּילקע אַרײַן אין דעם סיפּור־המעשׂה? לאה דזשיי, די באָבע פֿון נעמי, האָט במשך פֿון איר לעבן תּמיד געהאַט אַ שרעק, מע זאָל זי באַגראָבן לעבעדיקערהייט, און זי האָט געצוווּנגען איר טאַטן, ער זאָל צוזאָגן, אַז ווען זי שטאַרבט זאָל מען איר געבן אַ שטאָך מיט אַ שפּילקע צו פֿאַרזיכערן, אַז זי איז טאַקע געשטאָרבן. די רעזשיסאָרין האָט קאָמבינירט עטלעכע אַזוינע פּערזענלעכע עפּיזאָדן פֿון איר משפּחה צו שאַפֿן דעם סקריפּט פֿאַרן פֿילם.

"דער מאָטיוו פֿון דער שפּילקע האָט אַלע מאָל געמאַכט אַ רושם אויף מיר, ווײַל ער שטעכט זי אויסער ליבשאַפֿט, אָבער דער שטאָך, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרגיסט בלוט" — זאָגט נעמי דזשיי.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ ישׂראלי כאַפּט פֿיש בעת אַ גרופּע פֿרומע ייִדן זאָגן תּשליך, אין רמת־גן

ימים-נוראָים און אַנדערע טעג אין לוח, וואָס זײַנען וויכטיק פֿאַר אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, שפּילן אין מײַן לעבן נאָר אַ ריין פֿונקציאָנעלע ראָלע. למשל, איך האָב עס אין זינען בײַם פּלאַנירן מײַנע קלאַסן, ווײַל איך האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון מײַנע סטודענטן. מיט אַזאַ דרך-ארץ בין איך אויסגעוואַקסן, אין איין דירה מיטן זיידן, וואָס איז געווען פֿרום ביז גאָר, און מיט די עלטערן, וועלכע זײַנען געווען קולטורעלע ייִדן (כאָטש זיי האָבן זיך אַזוי ניט גערופֿן). ייִדישע יום-טובֿים זײַנען געווען אַ טייל פֿון אונדזער לעבן, אָבער מיר האָבן זיי געפּראַוועט וועלטלעך — מיט מצה אויף פּסח, אָבער ברויט האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו קויפֿן און עסן.

אין די יאָרן, ווען איך בין געווען אַ "רעפֿוזניק" אין מאָסקווע, האָב איך זיך ניט איין מאָל באַטייליקט אין "ריכטיקן" פּראַווען ייִדישע יום-טובֿים. בדרך-כּלל, האָבן עס געטאָן מענטשן, וועלכע זײַנען אַליין געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער געהאַלטן, אַז אַזוי האָט געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן אַ "ריכטיקער" ייִד, וואָס איז שוין געווען מיט איין פֿוס אין ניט-קאָמוניסטישן אויסלאַנד. אייניקע זײַנען בהדרגה געוואָרן באמת פֿרום, צי לכל-הפּחות — פֿרומעוואַטע; בײַ אַנדערע זײַנען די ריטואַלן אַרײַן אין זייער וועלטלעכן לעבן. איך בין פֿאַרבליבן אָן אַ זײַט — ניט אַהין און ניט אַהער. איך געפֿין פֿאַר זיך גענוג ייִדישקייט אין קולטור, געשיכטע. און כ’האָב דרך-ארץ צו אַנדערע מינים ייִדישקייט, אָבער נאָר צו אַזעלכע מינים, און אַזעלכע יחידים, וועלכע פֿאַרלירן ניט די טאָלעראַנץ צו אַנדערשקייט.

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
מישקאַ ציגאַנאָוו

מוזיק איז בעצם אינטערנאַציאָנאַל. הגם מע קאָן אָפֿט גרינג דערקענען ייִדישע, ציגײַנערישע, אירלענדישע, אַראַבישע, אינדישע און אַנדערע עטנישע פֿאָלק־מעלאָדיעס, מישן זיך פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע טראַדיציעס כּסדר צונויף; נײַע, חידושדיקע פֿאָרמען פֿון מוזיק ווערן געוויינטלעך געשאַפֿן דווקא דורכן קולטור־אויסטויש. למשל, די כּלי־זמר־מוזיק, וועלכע ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי "ריין־ייִדישע", איז אויפֿגעקומען ווי אַ סינטעז פֿון אַלט־ייִדישע, טערקישע, רומענישע, גריכישע און סלאַווישע לידער.

אַ נאָך מער בולטע סלאַווישע השפּעה הערט זיך אין די חסידישע ניגונים; אַ טייל פֿון זיי זענען אַלטע אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס, צו וועלכע די חסידים האָבן צוגעטראַכט אַן אייגענעם טעקסט אָדער זינגען זיי אָן ווערטער. אין געוויסע פֿאַלן זענען אַפֿילו די ווערטער סלאַווישע — און פֿאָרט, ווערט דער ניגון באַטראַכט ווי אַ הונדערט־פּראָצענט ייִדישער.

דער דאָזיקער פּראָצעס קומט פֿאָר נישט בלויז מיט די מוזיקאַלישע ווערק פֿון די אַנאָנימע פֿאָלקס־זינגער, נאָר צומאָל אויך מיט די לידער פֿון די באַקאַנטע מחברים. צום בײַשפּיל, האָט נעמי שמר, די באַקאַנטע ישׂראלדיקע פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין, וועלכע האָט געשאַפֿן דאָס באַרימטע העברעיִשע ליד "ירושלים של זהבֿ" ("די גאָלדענע ירושלים") דערקלערט, אַז זי האָט אויסגענוצט אַן אַלט באַסקיש וויגליד, וואָס הייסט ״Pelle Joxepe״ ("דער נאַרישער יוסף"), ווי אַ יסוד פֿון איר ווערק.

געזעלשאַפֿט
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשאָנס־האָפּקינס שפּיטאָל

לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך.

שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"?

אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער.