אין די לעצטע יאָרן וואָלטן נישט ווייניק אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט געקאָנט צווישן זיך אײַנפֿירן אַ פֿאַרמעסט, ווער פֿון זיי טיילט זיך מער אויס מיט אַנטיסעמיטישער און אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק. אַלץ מער ווערט אַזאַ באַציִונג אַ טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן לעבן; און ווען געוויסע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע מײַדן אויס זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע מיאוסע מעשׂים, ווערן זיי אַטאַקירט פֿון זייערע קאָלעגעס; און נישט בלויז ווערטלעך, נאָר אויך פֿיזיש.
ווי אַזוי זשע קאָן דערקלערט ווערן אַזאַ שעדלעכע דערשײַנונג, בפֿרט צווישן געבילדעטע מענטשן? אַוודאי, פֿאָדערט זיך דאָ אַ באַזונדערע אויספֿאָרשונג; אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך זעען זיך עטלעכע דײַטלעכע סיבות: ערשטנס, דער עקסטרעמער לינקיזם, וואָס האָט ממש אויפֿגעברויזט אין מערבֿ־אייראָפּע, און באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה. צווייטנס, איז שיִער נישט געוואָרן אַ מאָדע צו קריטיקירן אַלע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, צו מאַכן זיי מיט בלאָטע גלײַך... אין דער זעלבער צײַט, פּרוּווט נאָר זאָגן אַ קרום וואָרט וועגן איסלאַם. און דריטנס, די ריזיקע געלטער פֿון די מוסולמענישע נאַפֿט־לענדער "דעקן" דעם בודזשעט־מאַנגל פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ענטפֿערן אויף אַזאַ ברייטן זשעסט, דאַרף מען מיט קאָנקרעטע מעשׂים.
אויפֿן בײַשפּיל פֿון דעם פּרעסטיזשפֿולן אינסטיטוט פֿון עקאָנאָמיע אין לאָנדאָן זעט מען זייער בולט דעם צונויפֿשמעלץ פֿון די דערמאָנטע פֿאַקטאָרן. אַזוי, למשל, האָט דער אינסטיטוט אָפּגעדרוקט אַ מאַפּע פֿונעם מיטעלן מיזרח, וווּ ס’איז אָנגעוויזן ביירוט און עזה, אָבער מדינת־ישׂראל איז "צופֿעליק" נעלם געוואָרן; טאַקע יאָ, ווי עס טרוימט דער איראַנישער פּרעזידענט און אַנדערע זײַנע אָנהענגער. זעט אויס, אַז אַזאַ "פֿעלער" איז דערלאָזט געוואָרן צוליב די 9 מיליאָן דאָלאַר, וואָס דער פֿילאַנטראָפּישער פֿאָנד בײַ די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן האָט איבערגעגעבן דעם אינסטיטוט אין לאָנדאָן. ווי זאָגט מען דאָרט: ווער עס צאָלט, דער באַשטעלט די מוזיק.
ענגלאַנד איז לעצטנס בכלל געוואָרן אַן "אַקאַדעמישע טריבונע" פֿאַר די שׂונא־ישׂראל. אין דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרמעסט צווישן די אַקאַדעמיקער וואָלט דער ענגלישער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר טאָני דזשודט, געקאָנט פּרעטענדירן אויף די ערשטע פּלעצער. זײַן אַרטיקל אין דער צײַטונג Financial Times וואָלט געקאָנט געשטעלט ווערן אין איין ריי מיט די בעסטע מוסטערן פֿונעם נאַצישן "באַאָבאַכטער". דהײַנו: זײַנע אויספֿאָרשונגען האָבן אים געבראַכט צום אויספֿיר, אַז ישׂראל האָט קיין שום רעכט נישט צו טראָגן דעם סטאַטוס פֿון אַ ייִדישער מלוכה.
אויב ס’איז ווייניק, נאַט אײַך נאָך איין בײַשפּיל: די פּסיכאָ־אַנאַליטיקערין פֿונעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט, זשאַקלין ראָוז, האָט אַרויסגעלאָזט אַ בוך, וווּ זי ווײַזט אָן, אַז ציוניזם און כאָמעיניזם זײַנען צוויי זײַטן פֿון איין מטבע. די געלערנטע ווערט פּשוט אַנטציקט פֿון די פּאַלעסטינער. געזונטערהייט! לאָמיר האָפֿן, אַז איר ליבע איז נישט בלינד; אָבער אין דער זעלבער צײַט, שיט זי פּעך און שוועבל אויף ישׂראל — הערצל איז בײַ איר אַ "מטורף" און חיים ווייצמאַן — אַ "נעווראָטיקער".
נישט זעלטן בלאָקירט די אַדמיניסטראַציע פֿון די אוניווערסיטעטן די פּראָטעסטן פֿון די פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן, וועלכע שטעלן זיך קעגן דער אַנטי־ישׂראלדיקער צעיושעטקייט. אין איינעם אַ "בלאָג" האָבן מיר געפֿונען אַזאַ נאָטיץ: "אין אונדזער קאַמפּוס נעמט אָן כּוח אַן אַנטי־ישׂראלדיקע היסטעריע; אויף די קאַטעדרעס הערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון פּחד און שׂינאה. באַשולדיקן אונדזער פֿאָלק מיט פֿאַרשיידענע בילבולים ווערט אַלץ מער פֿאַרוואַנדל אין אַ דערשײַנונג, וואָס שטייט נישט ווײַט אָפּ פֿון יענע שאָוויניסטישע מעשׂים, פֿאַרשפּרייט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אין אייראָפּע".