געזעלשאַפֿט
דזשאָנס־האָפּקינס שפּיטאָל
דזשאָנס־האָפּקינס שפּיטאָל

לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך.

שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"?

אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער.

דאָ דאַרף מען מודה זײַן, אַז ס׳איז נאָך ניט קלאָר וואָס פֿאַר א כּללים מע זאָל יאָ אָנווענדן. דער פֿעדעראַלער אָפּטייל וואָס גיט אַכטונג אויף די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונגען "מעדיקייר" און "מעדיקעיד", דער "סי-עמ-עס", האָט אַדורכגעפֿירט אין די לעצטע יאָרן אַ ריי איניציאַטיוון, וואָס מוטיקן אָדער פֿאָדערן בײַ די געזונט-אַנשטאַלטן מודיע צו זײַן אינפֿאָרמאַציע וועגן זייערע "קוואַליטעט-סימנים". וואָס די סימנים דאַרפֿן טאַקע זײַן איז נאָך אַלץ אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע צווישן וויסנשאַפֿטלער, נאָר יעדער איז מסכּים וועגן עטלעכע גרונט-איינסן: שטאַרביקייט, קאָמפּליקאַציעס פֿון שפּיטאָליזירונג, און פֿעלערן, וואָס ווערן באַגאַנגען אין שפּיטאָל.

לאָמיר אָננעמען, אַז די מומחים דערגייען צו אַ קאָנסענסוס וועגן די מאָסן און זייערע דעפֿיניציעס. איז דעמאָלט אויך ניט פֿון די גרינגע זאַכן צו דערגיין וועלכער שפּיטאָל שטייט אויבן אָן פֿון די אָפּשאַצונגען. יעדער שפּיטאָל וועט טענהען, אַז דווקא זײַן פּערסאָנאַל כאַפּט אַרום די סאַמע קראַנקסטע פּאַציענטן, די שווערסטע פֿאַלן. ניט נאָר אַ רחמנות אויף די קראַנקע, נאָר אויך אויף די דאָקטוירים וואָס מוזן זיי באַהאַנדלען! מע קען אַוודאי פּרוּוון סטאַטיסטיש קאָנטראָלירן פֿאַר די שײַכותדיקע אונטערשיידן, נאָר דאָס איז לאוו-דווקא אַדורכצופֿירן אין יעדן פֿאַל.

שטייען מיר פֿאַר אַ דילעמע. אויב מע וויל ניצן באַרעכטיקטע וויסנשאַפֿטלעכע מאָסן, כּדי אָפּצושאַצן די "בעסטע" שפּיטעלער, וועלן די רעזולטאַטן אפֿשר זײַן צו קאָמפּליצירט, אַז דאָס עמך זאָל זיי פֿאַרשטיין, אָדער כּדי אַלע עקספּערטן זאָלן מסכּים זײַן. אויב אָבער מע וויל צוקומען צו אָפּשאַצונגען פֿון דער פּרעסע וואָס שפּאַרט זיך אַליין אָן אויף דער רעפּוטאַציע פֿון דער "יו-עס-ניוס", טאָ צו וואָס טויג עס? רעפּוטאַציע איז דאָך באַזירט ניט מער ווי אויף די פּאָפּולאַריטעטן, וואָס האָט אַ קליינעם שײַכות צו דער קוואַליטעט פֿון אַ דאָקטער.

לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויפֿן ענין רעפּוטאַציע. ווער באַשטימט עס טאַקע? בדרך־כּלל שאַצט אָפּ "יו-עס-ניוס" זייער פּאָפּולערקייט דורכן אויספֿרעגן אַ צאָל דאָקטוירים. און אַזוי ווי די גרעסטע מעדיצין-צענטערס זײַנען דווקא די, וואָס לאָזן אַרויס די מערסטע רעזידענטן — און במילא די מערסטע דאָקטוירים. בכלל — איז אַרויסצודרינגען, מען זאָל אויספֿרעגן ס׳רובֿ דאָקטוירים. דעמאָלט וואָלטן זיי כאָטש געהאַט אַ גוטן אײַנדרוק פֿון זייער אייגענעם אַנשטאַלט, און איבערגעגעבן יענע רעפּוטאַציע זייערע קאָלעגעס.

וואָס קומט אָבער פֿאָר, אַז די "יו-עס-ניוס" רייטינגס האָבן צו טאָן ניט מיט אַן אָביעקטיווער קוואַליטעט, נײַערט מיט רעפּוטאַציע? עטלעכע זאַכן.

ערשטנס, די אָפּשאַצונגען זײַנען וויכטיק. די שפּיטעלער באַניצן זיך מיט די אָפּשאַצונגען אויף פּירסום, כּדי צוצוציִען פּאַציענטן — האָפֿנטלעך רײַכע. אַזעלכע רייטינגס קענען אויך אַרײַנשלעפּן אינוועסטירער מיט נאָך געלט, וואָס קענען צוגעבן ברענשטאָף צום ענדלאָזן געלטציקל פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט-אינדוסטריע: שפּיטעלער זוכן כּסדר נאָך און נאָך געלט כּדי אונטערצושטיצן נײַע מעדיצינישע מכשירים, וואָס מע קויפֿט מער פֿאַר פּוץ און פּירסום ווי פֿאַר מעדיצין וואָס פֿאַרלאָזט זיך אויף וויסנשאַפֿטלעכע באַווײַזן.

צווייטנס, כ׳ווייס ניט גענוי וויפֿל פּאַציענטן באַניצן זיך מיט די־אָ אָפּשאַצונגען בײַם אויסקלײַבן אַ שפּיטאָל פֿאַר זיך אָדער אַ קרובֿ, נאָר אַ צאָל פּאַציענטן אין מײַן פּראַקטיק האָבן מיר אַ זאָג געטאָן: כ׳פֿיל זיך אַזוי מזלדיק צו זײַן בײַם דזשאָנס-האָפּקינס, דעם סאַמע בעסטן שפּיטאָל אין לאַנד.

ווי אַ דאָקטער וואָס טראַכט וועגן אַזעלכע זאַכן, ווילט זיך מיר אין דעם פֿאַל אַ זאָג טאָן: "אַ דאַנק, אָבער די אונטערשיידן זײַנען ניט אַזוי באַטײַטיק ווי איר מיינט. יעדער דאָקטער פֿאַרמאָגט פּלוסן און מינוסן, ס׳ווענדט זיך אין דעם פּאַציענט; און אַלץ איז דאָ אין אַמעריקע באַזירט אויף אַ צעבראָכענער סיסטעם. האָב איך דאָך ליב מײַן שטעלע און וויל בלײַבן בײַ דעם, זאָג איך: "אַ דאַנק, איך אַרבעט מיט וווּנדערלעכע קאָלעגעס", וואָס ס׳איז כאָטש אמת.

שוין ווידער קומט צו רייד די שטענדיקע פֿראַגע, ווי אַזוי מע קען אַריבערוואַרפֿן אַ בריק איבערן ריס וואָס שטייט צווישן דאָקטער און פּאַציענט. אין דעם פֿאַל, ווי אַזוי קען מען פֿאַרבעסערן דעם אופֿן, ווי אַזוי די פּאַציענטן ניצן די עפֿנטלעכע ידיעות, כּדי אויסצוקלײַבן שפּיטעלער אָדער דאָקטוירים?

יעדער לייענער ווייסט, אַז ניט אַזוי גרינג קלײַבט מען טאַקע אויס. מע קלײַבט דווקא יאָ אויפֿן סמך פֿון רעפּוטאַציע, און דאָס נעמט זיך בדרך־כּלל פֿון די אַרומיקע השפּעות, די רעקאָמענדאַציעס אָדער איבערלעבענישן פֿון קרובֿים, משפּחה און גוטע־פֿרײַנד. דאָס קען מען ניט בייטן. וואָס מע קען אפֿשר יאָ אָפּשוואַכן איז דעם סטערעאָטיפּ, אַז די שפּיטעלער מיט דער בעסטער רעפּוטאַציע זײַנען דווקא די בעסטע שפּיטעלער אַרום־און־אַרום. קען זיין אַז זיי זײַנען די גרעסטע, די סאַמע אַקאַדעמישסטע, די עליטאַרסטע, נאָר צי זײַנען זיי די בעסטע פֿאַר אַלעמען? ווער ווייסט?