געזעלשאַפֿט
מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, וואַרשע, מאַקעט
מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, וואַרשע, מאַקעט

טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען.

אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט.

אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו ייִדישע מוזעען, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַווײַזן, תּחילת דאָ און דאָרטן און דערנאָך מאַסנווײַז, אין די יאָרן נאָכן חורבן. איך ווייס ניט, צי עמעצער פֿירט אַ חשבון פֿון אַזעלכע אינסטיטוציעס. ס׳איז קלאָר, מיט אַ חשבון צי אָן אַ חשבון, אַז דאָס איז שוין געוואָרן אַ וויכטיקע דערשײַנונג אינעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן, מיט פֿילצאָליקע מוסטערן פֿון געראָטענע פּראָיעקטן. אַרום ייִדישע מוזעען קאָכט זיך אַ קולטור-לעבן. מע מאַכט נײַע אויסשטעלונגען, מע פֿירט דורך לעקציעס, קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן; מע האָט אַן אָרט, וווּהין מע קען ברענגען סטודענטן, און אַן אָרט, וווּ אַ קוואַליפֿיצירטער מענטש קען געפֿינען אַן אַרבעט. הקיצור, עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע קולטור-לאַנדשאַפֿט, און דאָס איז, בלי-ספֿק, זייער גוט.

און דאָך האָב איך אַ געפֿיל צו מאָל, אַז "די כּלה איז צו שיין". די זאַך איז, אַז אַ מוזיי פֿאָדערט געלט, און וואָס גרעסער דער מוזיי איז אַלץ מער געלט פֿאָדערט ער. אין די טערמינען פֿון "שנאָרערײַ" מיינט עס, אַז אַ היפּש ביסל ממתּקים גייען אין דער דאָזיקער ריכטונג; בפֿרט נאָך, אַז אַ מוזיי קען אויסזען באַזונדערס צוציִענדיק פֿאַר אַ פּאָטענציעלן ספּאָנסאָר — דער בנין צי אַ טייל פֿון דעם בנין קען טראָגן אַ נאָמען, און טראָגן עס זייער פֿעסט, אין דער אייביקייט, אויסגעגאָסן אין מעטאַל און בעטאָן.

גלײַכצײַטיק געדענק איך נאָך אַלץ די אויפֿגאַבע פֿון דער שול-פּראָגראַם, ווען מיר האָבן געמוזט אויסרעכענען וויפֿל וואַסער רינט פֿון באַסיין אין איין ריכטונג, אויב אין דער אַנדערער ריכטונג רינט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל וואַסער. מיט אַנדערע ווערטער, אויב די מוזעען קריגן געלט, הייסט עס אויך, אַז אַן אַנדער געביט פֿון דער ייִדישער קולטור קריגט ווייניקער. ניט אומבאַדינג פּראָפּאָרציאָנעל ווייניקער ווי אין דער שול-אויפֿגאַבע, אָבער דער "באַסיין" פֿון געלטער איז פֿון דעסטוועגן אַ באַגרענעצטער.

מיר דאַכט זיך צו מאָל, אַז פֿאַר אונדזערע אויגן קומט פֿאָר אַ ממשותדיקע טראַנספֿאָרמאַציע, דהײַנו: פֿון אַן עם-הספֿר ווערן מיר אַלץ מער אַ פֿאָלק פֿון טעמפּלען, און מוזעען שטעלן מיט זיך פֿאָר אויך אַ מין טעמפּל, דערצו נאָך פֿון אַזאַ מין וואָס איז נאָך ניט לאַנג צוריק געווען לחלוטין פֿרעמד דער ייִדישער קולטור. איז עס אַ פּאָזיטיווע דערשײַנונג? מענטשן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט קולטור-געשיכטע, קענען געבן אַ בעסערן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע. ווי אַ מענטש פֿון דער אַלטפֿרענקישער עם-הספֿר-שיטה האָב איך געוויסע פּראָבלעמען מיט אַזאַ אַנטוויקלונג פֿון אונדזער אינטעלעקטועלן לעבן.

בינו-לבינו, קומען פֿאָר שטורעמס אין דער ייִדישער מוזעען-וועלט. אָנהייב יאָר איז אַוועק פֿון זײַן שטעלע יעזשי האַלבערשטאַדט, וועלכער האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דעם מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן אין וואַרשע. דער דאָזיקער מוזיי מוז זיך עפֿענען אין אַפּריל 2013, צום 70סטן יובֿל פֿון דעם געטאָ-אויפֿשטאַנד, אָבער דער פּראָיעקט האָט שוין אַ גאַנץ לאַנגע געשיכטע פֿון מענטשלעכע און אינסטיטוציאָנעלע (ווי אויך אינטערנאַציאָנאַלע) באַציִונגען. פֿון דער ווײַטנס איז שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס דאָרטן, אין דעם "ייִדישן וואַרשע", קומט פֿאָר. לעצטנס האָט אויך רעזיגנירט פֿון זײַן שטעלע עלעאָנאָראַ בערגמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. אויף איר אָרט האָט מען דעם 4טן אָקטאָבער געשטעלט דעם באַקאַנטן (אָבער מיט אַ קנאַפּן שײַכות צו ייִדישע ענינים) היסטאָריקער, סאָציאָלאָג און פּובליציסט פּאַוועל ספּיוואַק. פֿאָרגעקומען איז עס לויט אַ באַשלוס פֿון דעם פּוילישן קולטור-מיניסטער באָגדאַן זדראָיעווסקי. הקיצור, ס׳איז גאָר ניט אומעטיק אין דער ייִדישער מוזיי-וועלט.