‫רעפּאָרטאַזשן
יותם מרום ווערט אַרעסטירט דעם 24סטן סעפּטעמבער אין דער וואָל־סטריט געגנט
יותם מרום ווערט אַרעסטירט דעם 24סטן סעפּטעמבער אין דער וואָל־סטריט געגנט

די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד).

די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט.

צום פּראָטעסט־מאַרש מיטוואָך זענען צוגעשטאַנען עטלעכע גרעסערע יוניאָנס און צוגעגעבן אַ וואָגיקייט צו דער צעשויבערטער גרופּע אין "זוקאָטי פּאַרק" וואָס האָט איר געפֿעלט. דערצו זענען אויפֿגעקומען ענלעכע פּראָטעסטן קעגן וואָל־סטריט איבערן לאַנד, אין מער ווי 50 קלענערע און גרעסערע שטעט און שטעטלעך.

די טענה, אַז די רײַכסטע 1% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג פֿאָרמאָגט 50% פֿונעם פֿאַרמעגן איז פֿאַרשפּרייט אויף די פּלאַקאַטן פֿון די דעמאָנסטראַנטן
די טענה, אַז די רײַכסטע 1% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג פֿאָרמאָגט 50% פֿונעם פֿאַרמעגן איז פֿאַרשפּרייט אויף די פּלאַקאַטן פֿון די דעמאָנסטראַנטן

אויף אַ באַזוך אין פּאַרק, וווּ אַן ערך 250 אָנטיילנעמער נעכטיקן, אָבער צוויי מאָל אַזוי פֿיל שטיצער דרייען זיך אַרום בײַ טאָג, קען מען זען ווי אָרגאַניזירט ס'איז די גרופּע. אין איין ווינקל צעטיילט מען עסן וואָס איינצלנע מענטשן, אָדער רעסטאָראַנען, שענקען דער גרופּע. דעם אָוונט וואָס איך בין געווען, האָט אַ דערבײַיִקע "פּיצעריע" זיי צוגעשיקט עטלעכע פּיצע־"פּײַס". אין אַן אַנדער ווינקל גיט מען זיך אָפּ מיט מעדיאַ און עס זיצן עטלעכע יונגע־לײַט מיט זייערע שויס־קאָמפּיוטערס און פֿאַרבינדן זיך מיט דער גרויסער וועלט. די וואָך האָט מען אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַ פּראָטעסט־צײַטונג "דער אָקופּירטער וואָל־סטריט זשורנאַל"; אַ פּאַראָדיע פֿון דער אַלטער, חשובֿער צײַטונג "וואָל־סטריט־זשורנאַל". אין דעם ווינקל שאַפֿט מען אויך פֿלוגבלעטלעך און שילדן. אין מיטן פֿון פּאַרק זענען פֿאַראַן עטלעכע קופּעס אומזיסטע קליידער, לײַלעכער און דעקן פֿאַר די וואָס נעכטיקן. אַן ערך 25 פֿרײַ־וויליקע — צווישן זיי דאָקטוירים און ים־ברעג־ראַטירער — גיבן זיך אָפּ מיט געזונט־פּראָבלעמען. אויף איין זײַט, האָט מען אַן אומזיסטע ביבליאָטעק, און אין אַן אַנדער ווינקל, פּויקט מען הויך און עטלעכע מענטשן טאַצן אין דער מיט.

"דער קראַך פֿון דער עקאָנאָמיע איז נישט צוליב די אָרעמע־לײַט"
"דער קראַך פֿון דער עקאָנאָמיע איז נישט צוליב די אָרעמע־לײַט"
דאָנערשטיק אין אָוונט בין איך געקומען פּונקט צו דער צײַט פֿון דער "אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג". אָן אַ מיקראָפֿאָן האָבן די רעדנערס פּאַמעלעך געשריגן זייערע רייד צום עולם, און די מענטשן אין עולם וואָס האָבן געקענט הערן, האָבן זיך אַרומגעדרייט און ווײַטער איבערגעגעבן די רייד פֿונעם רעדנער, און אַזוי ווײַטער — עטלעכע כוואַליעס פֿון שרײַערס. מע רופֿט עס דאָרט — "דעם פֿאָלקס מיקראָפֿאָן". די ערשטע רעדנערין האָט דערציילט וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער שטאָט און מיט דער שטאָטישער געגנט־ראָט, וואָס באַקלאָגט זיך אויף די פּײַקלער און רעש אינעם סקווער.

ספּאָנטאַנישע פֿאַרזאַמלונגען קומען אויך פֿאָר. גלײַך פֿאַר דער גרויסער דעמאָנסטראַציע, איז אויפֿגעשטאַנען אויף אַ באַנק אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם פּראָגרעסיוון "אַדוואָקאַטן־צעך" און געגעבן אינסטרוקציעס, בנוגע וואָס מע זאָל טאָן, אויב מע ווערט אַרעסטירט, אָדער אויב מע ווערט געסטראַשעט פֿון דער פּאָליציי. זי האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין די ציווילע רעכט פֿונעם אַרעסטירטן מענטש, און צוגעגעבן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די מענטשן "אָן דאָקומענטן", דאָס הייסט, אין הײַנטיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, די אימיגראַנטן, וואָס זענען נישט אָפֿיציעל רעגיסטרירט. איין זאַץ פֿון אירע אינסטרוקציעס געדענקט זיך — "די פּאָליציי האָט דאָס רעכט אײַך צו זאָגן אַ ליגן, אָבער איר האָט נישט דאָס רעכט זיי צו זאָגן קיין ליגן".

מיט דער שטיצע פֿון עטלעכע גרעסערע יוניאָנס האָט מען מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, דעמאָנסטרירט פֿאַר "סיטי־האָל"
מיט דער שטיצע פֿון עטלעכע גרעסערע יוניאָנס האָט מען מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, דעמאָנסטרירט פֿאַר "סיטי־האָל"

ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרנעמען נישט קיין קליין אָרט צווישן דער פֿירערשאַפֿט, אָרגאַניזירער און באַטייליקטע בײַם "אָקופּירט וואָל־סטריט". נאָך אין זײַנע 20ער יאָרן האָט יותם מרום, אַ פֿאַרברענטער אַקטיוויסט וואָס האָט ערשט פֿאַרענדיקט לייענען די זכרונות פֿון וולאַדימיר מעדעם, זיך באַטייליקט אין דער אָקופּאַציע פֿונעם סאַמע אָנהייב. ער האָט זיך געחידושט, ווי גרויס ס'איז געווען די דעמאָנסטראַציע — "אַזאַ גרויסע דעמאָנסטראַציע איז נישט פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק, זינט די אַנטי־מלחמה דעמאָנסטראַציעס" (וואָס שייך איראַק), האָט ער זיך געפֿרייט. "דאָס וואָס די יוניאָנס און קהילה־גרופּעס האָבן געשטיצט אונדזער ציל באַווײַזט, ווי ברייט ס'איז די שטיצע; די קאַמפּאַניע איז נישט באַגרענעצט מיט זײַטיקע ראַדיקאַלע גרופּעס".

מרום איז אויך אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם צפֿון־אַמעריקאַנער צווײַג פֿון דער לינק־ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע "שומר־הצעיר". ער איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן אין ישׂראל, און האָט 5 יאָר געוווינט אין אַ קאָמונאַלן הויז אין ברוקלין, מיט אַנדערע "שומראַקעס".

איך האָב אים געפֿרעגט, וועגן דער פּראָבלעם, וואָס קומט פֿאָר אַ מאָל בײַ אַזוינע לינק־געשטימטע פּראָטעסטן, ווען אין מיטן פֿון אַלע טענות און אידעאָלאָגיעס, זעט מען שילדן פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּעס, נישט נאָר קעגן די שטחים אין ישׂראל, נאָר קעגן ישׂראל בכלל. האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז ער פֿילט זיך אויך אומבאַקוועם, אָבער ער האָט געזען יענע וואָך, ווי ס'איז אַרײַנגעקומען אין פּאַרק אַ מאַן מיט אַ שילד, אויף וועלכן ס'איז געשטאַנען, אַז די ייִדן זענען שולדיק אין וואָל־סטריט. מע האָט אים תּיכּף געוויזן דעם וועג פֿון פּאַרק אַרויס.

אין "זוכאָטי־פּאַרק" ווערן אויסגעשטעלט כּלערליי פּלאַקאַטן
אין "זוכאָטי־פּאַרק" ווערן אויסגעשטעלט כּלערליי פּלאַקאַטן

יותם מרום דערציילט, אַז ער לערנט זיך פֿון די אַמאָליקע אַנאַרכיסטן און סאָציאַליסטן, און אַז ער איז זייער אַקטיוו אין דער "אָרגאַניזאַציע פֿאַר אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט". צווישן אַנדערע פּונקטן שטייט אין דער "געזעלשאַפֿטס" שליחות־דערקלערונג, אַז "מיר באַמיִען זיך אַראָפּצורײַסן אַלע סיסטעמען פֿון אומגלײַכקייט און אומיושר, און צו שאַפֿן אַ דעמאָקראַטישע און גלײַכרעכטיקע געזעלשאַפֿט". מרום האָט געשריבן עטלעכע באַריכטן פֿאַר דער גרופּע וועגן דער "אָקופּאַציע" אויף איר וועבזײַט, אין וועלכע ער באַמיט זיך צו ענטפֿערן די קריטיקער, וואָס האַלטן, אַז די גרופּע האָט נישט קיין פֿאַראייניקטן ציל. שרײַבט ער: אַלע וואָס נעמען אָנטייל "האַלטן, אַז די בענק, די מיליאָנערן, די פּאָליטישע עליטע וואָס זיי קאָנטראָלירן, טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער עקספּלואַטאַציע און אונטערדריקונג, וועלכע קומט אונדז אַנטקעגן פֿון קאַפּיטאַליזם, ראַסיזם, אויטאָריטאַרישקייט ביז אימפּעריאַליזם, פּאַטריאַרכיזם און דערנידערונג פֿון דער נאַטור־סבֿיבֿה".

פֿון אַזוינע טערמינען ווי "אונטערדריקונג" און "עקספּלואַטאַציע" וועט דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער נעמען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלויפֿן. אָבער יעדן טאָג באַקומט "אָקופּירט וואָל־סטריט" נאָך שטיצער. די אַמעריקאַנער יוניאָנס, וועלכע ניצן נישט אַזאַ ראַדיקאַלע שפּראַך, האָבן דאָך אַן ענלעכן פּאָליטישן סדר־היום, אָבער עס פֿעלט זיי די ענערגיע, דער אידעאַליזם פֿון די "אָקופּירער". אויב זיי וועלן ווײַטער שטיצן די קליינע גרופּע, קען דאָס זײַן דער אָנהייב פֿון עפּעס ממשותדיקס אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.

די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר" האָבן זיך אויך באַטייליקט, און מיטגעבראַכט הינער־ליאַלקעס לכּבֿוד כּפּרות
די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר" האָבן זיך אויך באַטייליקט, און מיטגעבראַכט הינער־ליאַלקעס לכּבֿוד כּפּרות

(פֿאָטאָס פֿון מחבר)