- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד). די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט. צום פּראָטעסט־מאַרש מיטוואָך זענען צוגעשטאַנען עטלעכע גרעסערע יוניאָנס און צוגעגעבן אַ וואָגיקייט צו דער צעשויבערטער גרופּע אין "זוקאָטי פּאַרק" וואָס האָט איר געפֿעלט. דערצו זענען אויפֿגעקומען ענלעכע פּראָטעסטן קעגן וואָל־סטריט איבערן לאַנד, אין מער ווי 50 קלענערע און גרעסערע שטעט און שטעטלעך.
אויף אַ באַזוך אין פּאַרק, וווּ אַן ערך 250 אָנטיילנעמער נעכטיקן, אָבער צוויי מאָל אַזוי פֿיל שטיצער דרייען זיך אַרום בײַ טאָג, קען מען זען ווי אָרגאַניזירט ס'איז די גרופּע. אין איין ווינקל צעטיילט מען עסן וואָס איינצלנע מענטשן, אָדער רעסטאָראַנען, שענקען דער גרופּע. דעם אָוונט וואָס איך בין געווען, האָט אַ דערבײַיִקע "פּיצעריע" זיי צוגעשיקט עטלעכע פּיצע־"פּײַס". אין אַן אַנדער ווינקל גיט מען זיך אָפּ מיט מעדיאַ און עס זיצן עטלעכע יונגע־לײַט מיט זייערע שויס־קאָמפּיוטערס און פֿאַרבינדן זיך מיט דער גרויסער וועלט. די וואָך האָט מען אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַ פּראָטעסט־צײַטונג "דער אָקופּירטער וואָל־סטריט זשורנאַל"; אַ פּאַראָדיע פֿון דער אַלטער, חשובֿער צײַטונג "וואָל־סטריט־זשורנאַל". אין דעם ווינקל שאַפֿט מען אויך פֿלוגבלעטלעך און שילדן. אין מיטן פֿון פּאַרק זענען פֿאַראַן עטלעכע קופּעס אומזיסטע קליידער, לײַלעכער און דעקן פֿאַר די וואָס נעכטיקן. אַן ערך 25 פֿרײַ־וויליקע — צווישן זיי דאָקטוירים און ים־ברעג־ראַטירער — גיבן זיך אָפּ מיט געזונט־פּראָבלעמען. אויף איין זײַט, האָט מען אַן אומזיסטע ביבליאָטעק, און אין אַן אַנדער ווינקל, פּויקט מען הויך און עטלעכע מענטשן טאַצן אין דער מיט.
ספּאָנטאַנישע פֿאַרזאַמלונגען קומען אויך פֿאָר. גלײַך פֿאַר דער גרויסער דעמאָנסטראַציע, איז אויפֿגעשטאַנען אויף אַ באַנק אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם פּראָגרעסיוון "אַדוואָקאַטן־צעך" און געגעבן אינסטרוקציעס, בנוגע וואָס מע זאָל טאָן, אויב מע ווערט אַרעסטירט, אָדער אויב מע ווערט געסטראַשעט פֿון דער פּאָליציי. זי האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין די ציווילע רעכט פֿונעם אַרעסטירטן מענטש, און צוגעגעבן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די מענטשן "אָן דאָקומענטן", דאָס הייסט, אין הײַנטיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, די אימיגראַנטן, וואָס זענען נישט אָפֿיציעל רעגיסטרירט. איין זאַץ פֿון אירע אינסטרוקציעס געדענקט זיך — "די פּאָליציי האָט דאָס רעכט אײַך צו זאָגן אַ ליגן, אָבער איר האָט נישט דאָס רעכט זיי צו זאָגן קיין ליגן".
ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרנעמען נישט קיין קליין אָרט צווישן דער פֿירערשאַפֿט, אָרגאַניזירער און באַטייליקטע בײַם "אָקופּירט וואָל־סטריט". נאָך אין זײַנע 20ער יאָרן האָט יותם מרום, אַ פֿאַרברענטער אַקטיוויסט וואָס האָט ערשט פֿאַרענדיקט לייענען די זכרונות פֿון וולאַדימיר מעדעם, זיך באַטייליקט אין דער אָקופּאַציע פֿונעם סאַמע אָנהייב. ער האָט זיך געחידושט, ווי גרויס ס'איז געווען די דעמאָנסטראַציע — "אַזאַ גרויסע דעמאָנסטראַציע איז נישט פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק, זינט די אַנטי־מלחמה דעמאָנסטראַציעס" (וואָס שייך איראַק), האָט ער זיך געפֿרייט. "דאָס וואָס די יוניאָנס און קהילה־גרופּעס האָבן געשטיצט אונדזער ציל באַווײַזט, ווי ברייט ס'איז די שטיצע; די קאַמפּאַניע איז נישט באַגרענעצט מיט זײַטיקע ראַדיקאַלע גרופּעס". מרום איז אויך אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם צפֿון־אַמעריקאַנער צווײַג פֿון דער לינק־ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע "שומר־הצעיר". ער איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן אין ישׂראל, און האָט 5 יאָר געוווינט אין אַ קאָמונאַלן הויז אין ברוקלין, מיט אַנדערע "שומראַקעס". איך האָב אים געפֿרעגט, וועגן דער פּראָבלעם, וואָס קומט פֿאָר אַ מאָל בײַ אַזוינע לינק־געשטימטע פּראָטעסטן, ווען אין מיטן פֿון אַלע טענות און אידעאָלאָגיעס, זעט מען שילדן פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּעס, נישט נאָר קעגן די שטחים אין ישׂראל, נאָר קעגן ישׂראל בכלל. האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז ער פֿילט זיך אויך אומבאַקוועם, אָבער ער האָט געזען יענע וואָך, ווי ס'איז אַרײַנגעקומען אין פּאַרק אַ מאַן מיט אַ שילד, אויף וועלכן ס'איז געשטאַנען, אַז די ייִדן זענען שולדיק אין וואָל־סטריט. מע האָט אים תּיכּף געוויזן דעם וועג פֿון פּאַרק אַרויס.
יותם מרום דערציילט, אַז ער לערנט זיך פֿון די אַמאָליקע אַנאַרכיסטן און סאָציאַליסטן, און אַז ער איז זייער אַקטיוו אין דער "אָרגאַניזאַציע פֿאַר אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט". צווישן אַנדערע פּונקטן שטייט אין דער "געזעלשאַפֿטס" שליחות־דערקלערונג, אַז "מיר באַמיִען זיך אַראָפּצורײַסן אַלע סיסטעמען פֿון אומגלײַכקייט און אומיושר, און צו שאַפֿן אַ דעמאָקראַטישע און גלײַכרעכטיקע געזעלשאַפֿט". מרום האָט געשריבן עטלעכע באַריכטן פֿאַר דער גרופּע וועגן דער "אָקופּאַציע" אויף איר וועבזײַט, אין וועלכע ער באַמיט זיך צו ענטפֿערן די קריטיקער, וואָס האַלטן, אַז די גרופּע האָט נישט קיין פֿאַראייניקטן ציל. שרײַבט ער: אַלע וואָס נעמען אָנטייל "האַלטן, אַז די בענק, די מיליאָנערן, די פּאָליטישע עליטע וואָס זיי קאָנטראָלירן, טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער עקספּלואַטאַציע און אונטערדריקונג, וועלכע קומט אונדז אַנטקעגן פֿון קאַפּיטאַליזם, ראַסיזם, אויטאָריטאַרישקייט ביז אימפּעריאַליזם, פּאַטריאַרכיזם און דערנידערונג פֿון דער נאַטור־סבֿיבֿה". פֿון אַזוינע טערמינען ווי "אונטערדריקונג" און "עקספּלואַטאַציע" וועט דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער נעמען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלויפֿן. אָבער יעדן טאָג באַקומט "אָקופּירט וואָל־סטריט" נאָך שטיצער. די אַמעריקאַנער יוניאָנס, וועלכע ניצן נישט אַזאַ ראַדיקאַלע שפּראַך, האָבן דאָך אַן ענלעכן פּאָליטישן סדר־היום, אָבער עס פֿעלט זיי די ענערגיע, דער אידעאַליזם פֿון די "אָקופּירער". אויב זיי וועלן ווײַטער שטיצן די קליינע גרופּע, קען דאָס זײַן דער אָנהייב פֿון עפּעס ממשותדיקס אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
(פֿאָטאָס פֿון מחבר) דער גיכער װוּקסSubmitted by slotter2002 on Tue, 2011-10-18 23:47.
דער גיכער װוּקס פֿון די אַנטי-סעמיטישע געשטימטע דעמאָנסטראַנטן אין זוקאָטי פּאַרק שטעלן אַװעק אין אַ לעכערלעך לאַגע די יענע גרוּפּעס פֿוּן ײִדן װאָס װילן צוּ פאַרבינדן די "אָקוּפּאַציע פוּן װאָל־סטריט". און װי אין די אַמאָליקע צײַטן ײִדן אין דער רעװאָליוציאָנערע סיטואַציע קוּקן אױס א גאַנץ נאַריש ??? וווּ האָט אירSubmitted by admin on Wed, 2011-10-19 14:52.
???
א גוט יום טובSubmitted by slotter2002 on Thu, 2011-10-20 11:53.
א גוט יום טוב הער אדמין, איך בין זײער אנטשולדיק אױב איך שאטן איר אדער װעמענס אנדערש מיט מײן באמערקונג. איך בעט פאר א מחילה! דא איז נאר א אײנציקע לינק צו ױדאו אױף יוּטיוּב װעבזײטל וואָס איז נאָך עקסיסטירט, איך האפן איר װעט קענען צו זען עס אײדער זײ װעלן נעמען עס אװעק נו, דאָס איזSubmitted by admin on Mon, 2011-10-31 16:40.
נו, דאָס איז דאָך סתּם אַ משוגענער אַנטיסעמיט. מע וואַרפֿט אַזעלכע פּאַרשוינען כּסדר אַרויס פֿונעם פּראָטעסט. די עכטע אַקטיוויסטן זענען גאַנץ פֿרײַנדלעך צו ייִדן און בכלל צו אַלעמען, און אַ סך דעמאָנסטראַנטן זענען ייִדן |