|
ייִדיש־קלאַס 2011/12 |
|
די לעצטע צוואַנציק יאָר בין איך געבענטשט מיט פֿולע קלאַסן ייִדיש־סטודענטן כּן־ירבו. זיי באַשטייען פֿון שוועסטער אָדער ברידער, קרובֿים נאָענטע און ווײַטע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע קלאַסן מיט יאָרן צוריק. דער אמת איז אַז אַלע מײַנע דרײַ קורסן פֿונעם האַרבסט־סעמעסטער, ווי אַלע מאָל, האָבן אַ שיינע צאָל סטודענטן.
נעכטן האָט אַ טײַערע סטודענטקע פֿון מיטעלן קלאַס אַרײַנגעברענגט לכּבֿוד ערבֿ־שבת אַ טשאָלנט אין קלאַס, און דער אַראָמאַט האָט זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר איבערן קאָרידאָר פֿון אונדזער שטאָק, נאָר חבֿרה האָט דערשפּירט דעם ריח נאָך גייענדיק אויף די טרעפּ. דאָס איז געווען דער תּלמידהס ערשטער פּרוּוו אין איר לעבן, וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען, צוצוגרייטן אַ שבתדיק מאכל, נאָך דערצו אַ טשאָלנט. קיינער האָט עס בײַ איר נישט באַשטעלט, ס׳איז איר אָנגעקומען ספּאָנטאַן.
איין סטודענטקע אין אָנהייבער־קלאַס רוימט מיר אײַן אין אויער אַז זי שטאַמט פֿון דעם בעל־שם־טובֿ. די פֿרייד פֿון ייִדיש אין קלאַס איז אָנשטעקנדיק. איין מיידל זיצט מיר עפּעס נאָענט צום בחור, און אַז זי פֿאַרשפּעטיקט זיך האַלט ער פֿאַר איר דאָס אָרט. איך באַמערק ווי זי שטריקט עפּעס. פֿרעג איך זי:
"וואָס שטריקסטו מיידעלע?" זאָגט זי מיר:
"אַ יאַרמלקע." — "פֿאַר וועמען?" ענטפֿערט זי: "פֿאַרן בחור וואָס זיצט לעבן מיר."
און זי כאַפּט אַראָפּ דעם בחורס יאַרמלקע פֿון קאָפּ און ווײַזט אַלע:
"דאָס האָב איך געשטריקט, און ס׳געפֿעלט מיר נישט. שטריק איך אַן אַנדער יאַרמלקע."
דערצייל איך זיי, אַז דאָס וואָרט "יאַרמלקע" האָט צו טאָן מיט דער עדה כּוזרים, וווּ דאָס קעניגלעכע הויז האָט זיך מגייר געווען און געוואָרן ייִדן פֿון אַרום אַכטן ביזן צענטן יאָרהונדערט; און פֿון זיי האָבן מיר געירשנט דאָס וואָרט "יאַרמלקע".
ווי אַלע מאָל, הייס איך די סטודענטן יעדעס יאָר מיר אָנשרײַבן פֿאַר וואָס זיי האָבן דווקא אויסגעקליבן ייִדיש צווישן זייערע קורסן. און ווי יעדעס יאָר וועל איך זיך טיילן מיט אײַך.פֿאַרגעסט נישט, אַז זיי שרײַבן די אַרבעט איין וואָך נאָכן אָנהייבן דעם קורס און איך זעץ עס איבער פֿאַר אײַך פֿון ענגליש.
דוד ברוך
מאַמע־לשון, דער פּסעוודאָנים פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דעקט אויף אַ וועלט און עפֿנט די טויערן ממש אַרײַנצולאָזן זיך דערין. פּונקט ווי מאַמע־לשון טײַט אָן גאָר אַ באַזונדערן בליק אויף דער ייִדישער געשיכטע, נישט ווי אַ קלאָגעניש וואָס דאָמינירט אַלע אַנדערע אויסטײַטשערס פֿון איר געשיכטע. דער עיקר, ייִדיש איז נישט די שפּראַך פֿון טראַגעדיע, נאָר אַ שפּראַך וואָס דערלויבט דעם ייִדן אַרײַנצולאָזן זיך אין אירע וועלטן.
ס׳איז נישט קיין לשון פֿון פֿאַרגיסן טרערן, נאָר פֿאַרקערט, פֿון געלעכטער און פֿאַרשטענדעניש. ייִדיש איז אַ טייל פֿון אַ טריומפֿירנדיקן אופֿן פֿון לעבן. עס פּרובירט צו פֿאַרבינדן דעם ייִד אין הויז מיטן ייִד אויף דער וועלט. רעדן און לערנען זיך ייִדיש איז אַ פֿאָדעם, וואָס פֿאַרבינדט אונדז מיט די פֿריִערדיקע דורות.
עליזה שולמאַן
דעם סעמעסטער לערן איך זיך ייִדיש נישט צוליב דעם וואָס ס׳איז אַ נײַ לשון, נאָר ס׳איז אַן אופֿן צו באַקענען זיך מיט אונדזער גײַסטיקער ירושה. ייִדיש איז נאָך אַלעמען אַ טייל פֿון דער ייִדישער קולטור און פֿאַרבינדט מיך מיט מײַן פֿאַרגאַנגענהייט.
מײַנע באָבעס און זיידעס שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, און אויב די טראַגעדיע פֿונעם חורבן וואָלט נישט פֿאָרגעקומען, וואָלט איך הײַנט געלעבט אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט און גערעדט ייִדיש. וועל איך דעם סעמעסטער זיך פֿאָרשטעלן, אַז איך געפֿין זיך דאָרט און נעם אָנטייל אין אַמאָליקן ייִדישן לעבן. פֿאַראַן אַזעלכע וואָס וועלן טענהן, אַז ייִדיש האָט נישט קיין שײַכות צום קלאַסצימער אין 21סטן יאָרהונדערט. דער אמת איז, אַז פּונקט אַזוי ווי מען לערנט וועלט־געשיכטע, אַמעריקאַנער געשיכטע אָדער ביבלישע געשיכטע, פּונקט אַזוי איז וויכטיק צו לערנען זיך ייִדישע געשיכטע וווּ ייִדיש שפּילט אַן אינטעגראַלע ראָלע הונדערטער יאָרן נאָך אַנאַנד.
נישט נאָר דאָס. גאָר וויכטיקע, קלאַסישע און וויסנשאַפֿטלעכע ווערק זײַנען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אויף ייִדיש. ווי פּרעכטיק וואָלט געווען, ווען איך זאָל קענען אַמאָל לייענען אַלע זייערע ווערק. און צום סוף וויל איך צוגעבן, אַז איך בין ממש אַנטציקט צו קענען לערנען זיך ייִדיש. ס׳איז פֿאָרט אַ שפּראַך וואָס מ׳קען זיך אין איר אויסדריקן. ס׳איז אַ פֿאָלקשפּראַך פֿול מיט מעשׂיות און שפּריכווערטער, און זיי דריקן אויס אַ סך מער ווי בלויז ווערטער. מ׳קען די רייד לייענען צווישן די שורות.
חוה קרעק
דאָס לערנען זיך ייִדיש איז אַ טייל פֿון מײַן וועלן דערגיין עפּעס וועגן מײַן אידענטיטעט דורך דער געשיכטע און קולטור פֿון מאָדערנעם ייִדנטום. ווי אַ טייל פֿון מײַן שטודירן די מאָדערנע ייִדישע געשיכטע אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, האָב איך אַ סך געלערנט וועגן די ייִדן, וועלכע האָבן געלעבט אין אייראָפּע און אַמעריקע אין משך פֿון די לעצטע דרײַ פֿיר יאָרהונדערטער.
איך האָב געלערנט מיט וואָס זיי האָבן זיך פֿאַרנומען, וווּ זיי האָבן געלעבט, ווי אַזוי זיי האָבן זיך געקליידט, וואָס זיי האָבן געלייענט און וואָס זיי האָבן געשריבן. הײַנט איז עס זייער נאַטירלעך איך זאָל זיך אַרײַנלאָזן אין דער ניגונדיקער שפּראַך וואָס זיי האָבן גערעדט, וואָס איז געווען אַ טאָג־טעגלעך לשון, זייער געשיכטע און ליטעראַטור.
גאָרנישט ווי דער אַמאָליקער לשון־קודש־אַראַמעיִש פֿונעם תּנ״ך, איז ייִדיש נישט געווען די שפּראַך פֿון דער הויכער געזעלשאַפֿט, אפֿשר אַפֿילו האָט זי געהערט צו אַ געוויסן שיכט געלערנטע ייִדן. פֿאַרקערט, עס איז געווען די שפּראַך פֿונעם רובֿ פֿון די רעדנער.
מײַן משפּחה, ווי אַ סך ייִדן, האָבן גערעדט ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע און געקומען אַהער, רעדנדיק בלויז ייִדיש. אויף דעם לשון האָבן זיי גערעדט צו זייערע שכנים און פֿרײַנד, קרובֿים און נאָענטע. אין דער שפּראַך האָבן זיי אויסגעדריקט זייער ליבשאַפֿט צו זייערע אייגענע, געזונגען שלאָפֿלידער אויף ייִדיש צו זייערע קינדער. די תּפֿילות האָט מען נאָך אַלץ געפֿירט אויף לשון־קודש. די געשיכטע פֿון יענע ייִדן קען מען נישט מער אויפֿלעבן, אָבער זייער לשון וועט ממשיך זײַן, ווײַל עס איז די בריק וואָס וועט פֿאַראייניקן דעם נעכטן מיטן הײַנט, צווישן אונדז און אונדזער לאַנגער געשיכטע.
חנה (אַמאַנדאַ) שוואַרץ
איך בין ממש גליקלעך צו לערנען זיך ייִדיש דעם סעמעסטער. סײַ מײַן באָבע מיטן זיידן זײַנען אַהערגעקומען פֿון פּוילן נאָכן חורבן. די באָבע שטאַמט פֿון לאָדזש און דער זיידע — פֿון ביעלאַ־ביעלסקאָ; און כאָטש זיי זײַנען אַהערגעקומען אַזוי ווי זיי גייען און שטייען, אָן אַ גראָשן געלט, האָבן זיי אָבער מיט זיך מיטגעברענגט אַ רײַכע שפּראַך און קולטור. דער עיקר, בין איך גרייט אַרײַנצוטאָן זיך אין דער ייִדישער מוזיק, ליטעראַטור און טעאַטער. פֿאַראַן אַ שלל מיט וווּנדערלעכע ייִדישע לידער און פּאָעמעס, וועלכע מיר האָבן שוין פֿון זיי פֿאַרזוכט דעם סעמעסטער און איך קען זיך קוים דערוואַרטן צו נאַשן וואָס מער. צו אונדזער אומגליק, זײַנען אַ סך פֿון אונדזערע ייִדיש־רעדנער אומגעקומען אינעם חורבן און ס׳איז אונדזער חובֿ אָנגיין ווײַטער מיט זייער שפּראַך.
רבֿקה סרולאָוויטש
פֿאַראַן אַ סך מענטשן וואָס רעדן הײַנט ייִדיש, ס׳רובֿ אין די אולטראַ־אָרטאָדאָקסישע קהילות ווי אין באָראָו־פּאַרק, וויליאַמסבורג, מאַנסי, קרית־יואל נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק. זיי רעדן ייִדיש מיט אַ צוועק צו פּרעזערווירן די קולטור און זייערע רעליגיעזע איבערצײַגונגען, און דאָס אין די לענדער, וווּ די קולטור אַרום זיי איז בכלל אַנדערש פֿון זייערער. עס איז אויך אַן אופֿן פֿאַר עלטערן, און באָבעס, און זיידעס צו טיילן זייער לעבנס־שטייגער מיט די אונטערוואַקסנדיקע דורות. אין מײַן יוגנט איז מײַן באָבע, אַ געראַטעוועטע פֿון אוישוויץ, געקומען אַהער מיט איר מאַן און דרײַ קינדער פֿון טראַנסילוואַניע. דאָס איז געווען אינעם יאָר 1962, און זיך באַזעצט אין ברוקלין. זי האָט מיך געלערנט צו ציילן פֿון איינס ביז צען אויף ייִדיש, ווי אויסצושפּילן אַ פּורים־שפּיל און צוזאַמען דערמיט אַ פּאָר ייִדישע ווערטער. זי האָט מיר אויך דערציילט וועגן איר אַמאָליק לעבן, פֿון איר אָפּשטאַם און ווי די משפּחה איז צעריסן געוואָרן אין צײַט פֿונעם חורבן. זי האָט מיך טאַקע אָנגערעגט צו לערנען זיך ווײַטער ייִדיש.