|
אַ גרופּע יונגע לײַט בײַ אַן אונטערנעמונג פֿון RAJE — אַ "גייטווייס"־פּראָגראַם פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע קאָלעדזש־סטודענטן, אין האַנאָווער, ניו־דזשערזי, פֿעברואַר 2010 |
Credit: Gateways.org |
אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען ראָש־השנה בײַ זיך אין דער היים ווי איך טו יעדעס יאָר, האָב איך הײַיאָר באַשלאָסן צו טאָן עפּעס גאָר אַנדערש. כ׳האָב פֿאַרשריבן מײַן משפּחה אין אַ ראָש־השנה־פּראָגראַם אָרגאַניזירט פֿון דער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע "גייטווייס" (Gateways), וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿון מיטוואָך אויף דער נאַכט (ערבֿ־יום־טובֿ) ביז זונטיק אין דער פֿרי, אין אַ האָטעל אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקאָט.
"קירובֿ" איז אַ רעלאַטיוו נײַ וואָרט, וואָס מיינט אינספּירירן נישט־פֿרומע ייִדן צו אַנטוויקלען אַ באַציִונג מיטן אייבערשטן, צו לערנען תּורה און היטן די מיצוות. די באַקאַנטסטע קירובֿ־אָרגאַניזאַציע הײַנט איז חב״ד, אָבער די צוויי אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרט זייער אַנדערש. חב״ד דינט ווי אַ ליכטטורעם פֿאַר ייִדן, בפֿרט די סעקולערע, אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, דורך באַרזאָרגן זיי מיט מאָלצײַטן שבת און יום־טובֿ; העלפֿן זיי קריגן כּשר עסן אָדער מוטיקן זיי צו צינדן שבת־ליכט אָדער לייגן תּפֿילין.
"גייטווייס" פֿונקציאָנירט גאָר אַנדערש. אַנשטאָט צו אַרבעטן מיט באַזונדערע יחידים און משפּחות, אָרגאַניזירט זי גרויסע אונטערנעמונגען אין האָטעלן, וווּ נישט־פֿרומע ייִדן — סײַ יחידים, סײַ משפּחות — קענען קומען הערן לעקציעס און דבֿרי־תּורה פֿון כאַריזמאַטישע רבנים, וואָס ווייסן ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט מענטשן, וואָס קענען נישט קיין לשון־קודש און ווייסן ווייניק וועגן ייִדישקייט.
די אונטערנעמונגען קומען פֿאָר בעת די דרײַ־טאָגיקע סוף־וואָכן פֿון די אַמעריקאַנער יום־טובֿים — געדענק־טאָג (Memorial Day), פּרעזידענטן־טאָג און אַרבעטער־טאָג, און אויך במשך פֿון די ייִדישע יום־טובֿים ווי פּסח, שבֿועות, חנוכּה און ראָש־השנה. דער ציל איז צו לערנען תּורה־ווערטן מיט די געסט אויף אַן אינטערעסאַנטן, פֿאַרווײַלערישן אופֿן, כּדי זיי צו אינספּירירן צו פֿאַרטיפֿן זייער פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער אמונה און מיטן ייִדישן פֿאָלק.
"גייטווייס" האָט אויך אַן איבערגעגעבענעם פּערסאָנאַל פֿון שדכנים, וואָס קומען אויף אַלע אונטערנעמונגען, כּדי צו העלפֿן די נישט־חתונה געהאַטע געסט געפֿינען אַ שידוך. הרבֿ אַבֿרהמי דזשאָרדאָן האָט געזאָגט, אַז נײַן פֿול־צײַטיקע שדכנים אַרבעטן בײַ דער אָרגאַניזאַציע, צוצוהעלפֿן די בערך 3,000 נישט־חתונה געהאַטע מענער און פֿרויען פֿון זייער פּאָסט־רשימה געפֿינען זייערע באַשערטע.
די ראָש־השנה אונטערנעמונג האָט צוגעצויגן אַן אימפּאָנירנדיקע צאָל געסט — כּמעט 640, האָט הרבֿ דזשאָרדאַן געזאָגט. אַז מיר זענען אָנגעקומען אין האָטעל, האָב איך זיך געריכט, אַז ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע וועלן זײַן סעקולערע ייִדישע משפּחות. אָבער ווען מיר זענען אַרײַנגעגאַנגען אין עסצימער צו דער ערשטער יום־טובֿדיקער מאָלצײַט, האָב איך, אַ צעטומלטע, זיך אַרומגעקוקט און באַמערקט, אַז ס׳רובֿ פֿון די מענער טראָגן ציצית און שוואַרצע קאַפּעליושן, און די פֿרויען — צניעותדיקע קליידער און שייטלען. "וווּ זענען די סעקולערע ייִדן?" — האָב איך זיך געחידושט.
|
הרבֿ דוד קאַפּלאַן |
Credit: Aderes Hatorah |
באַלד האָב איך שוין געהאַט דעם ענטפֿער. בײַ אונדזער טיש האָט זיך אַוועקגעזעצט אַ מיטל־יאָריק פּאָרפֿאָלק, און די פֿרוי האָט געטראָגן אַ גרויסן שייטל. בעת מיר האָבן געשמועסט האָט זי אונדז דערציילט, אַז זי און איר מאַן זענען ביידע בעלי־תּשובֿה (ייִדן פֿון נישט־פֿרומע משפּחות, וואָס זענען אַליין געוואָרן פֿרום). זי האָט צוגעגעבן, אַז אַ סך פֿון די פֿרומע ייִדן, וואָס זיצן אין עסצימער זענען אויך בעלי־תּשובֿה, און איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס זיי קומען צו "גייטווייס" איז, ווײַל זיי האָבן נישט מיט וועמען צו פּראַווען דעם יום־טובֿ. "גייטווייס" איז בײַ זיי ממש ווי משפּחה.
פֿון דעסטוועגן זענען אַ היפּשע צאָל פֿון די מענטשן בײַ דער אונטערנעמונג טאַקע יאָ געווען אײַנגעבוירענע פֿרומע ייִדן, אָדער ווי מע רופֿט זיי אויף ענגליש: FFBs (אָדער Frum From Birth), און ס׳איז מיר געווען טשיקאַווע פֿאַר וואָס. אויב זיי זענען תּמיד געווען פֿרום, פֿאַר וואָס קומען זיי פּראַווען ראָש־השנה מיט "גייטווייס"? זיי דאַרפֿן זיך דען דערנענטערן צו ייִדישקייט?
הרבֿ דזשאָרדאַן האָט מיר דערקלערט דעם ענין. "אמת, דער הויפּטציל פֿון ׳גייטווייס׳ איז טאַקע צוצוציִען די סעקולערע ייִדן," האָט ער געזאָגט. "אָבער במשך פֿון די יאָרן, האָבן די פֿרומע זיך דערוווּסט וועגן די אינספּירירנדיקע לעקציעס פֿון אונדזערע רבנים, האָבן זיי שוין אויך אָנגעהויבן קומען. אַ סך פֿון זיי זאָגן אונדז, אַז אין זייערע שילן הערן זיי נישט אַזוינע מינים דרשות."
צום גרויסן טייל, זענען עס די פֿרויען וואָס ברענגען זייערע מענער, און נישט פֿאַרקערט, האָט הרבֿ דזשאָרדאַן דערקלערט. "ערבֿ יעדן יום־טובֿ מוזן די פֿרויען ראַמען די שטוב און קאָכן פֿאַר דער גאַנצער משפּחה און די געסט. פֿון צײַט צו צײַט גלוסט זיך זיי אַ וואַקאַציע פֿון דער האָרעוואַניע. קומען זיי אויף אַ ׳גייטווייס׳־פּראָגראַם, וווּ זיי ווייסן, אַז זיי קענען זיך אויסשפּאַנען, הנאָה האָבן פֿונעם עסן, פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד און געניסן פֿון די אינספּירירנדיקע דבֿרי־תּורה."
די דרשות בײַ די "גייטווייס"־פּראָגראַמען ציִען צו אַ גרויסן עולם ווײַל זיי דערציילן וועגן די טאָג־טעגלעכע מעשׂים — סײַ די גוטע, סײַ די נישט־געראָטענע — פֿון געוויינטלעכע ייִדן, וואָס לעבן אין דער מאָדערנער וועלט, און ווײַזן דערבײַ ווי אַזוי מע קען זיך דערפֿון אָפּלערנען. איינער פֿון די גאַסטרעדנער דאָס מאָל, הרבֿ דוד קאַפּלאַן — אַ לערער אין דער בעל־תּשובֿה־ישיבֿה "אש התּורה" אין ירושלים — האָט, למשל, דערציילט וועגן אַ מאַמע וואָס האָט געסטראַשעט איר 6־יאָריק ייִנגל, ער זאָל אויפֿהערן צו זאָגן אַ געוויס שמוציק וואָרט, ווײַל אויב נישט, וועט זי אויסוואַשן זײַן מויל מיט זייף.
"נו, ווען אַ קינד הערט, אַז עס באַדראָט אים אַזאַ מאָדנע שטראָף, וועט ער מסתּמא ווידער איבערחזרן דאָס וואָרט, פּשוט ווײַל ער זעט וואָס פֿאַר אַ כּוח עס האָט!" האָט הרבֿ קאַפּלאַן באַמערקט. "וכּך הווה. דאָס ייִנגל האָט עס ווידער געזאָגט, און די מאַמע איז געגאַנגען נעמען דאָס זייף...
"אָבער איצט, בעט איך אײַך זיך פֿאָרשטעלן אַ צווייטע סצענע: ס׳איז ערבֿ־שבת. די זעלבע מאַמע האָט אָפּגעבראָטן אַ האָן, עס זעט אויס זייער געשמאַק, און זי איז גליקלעך, ווײַל די שוויגער וועט הײַנט קומען אויף וועטשערע, און דאָס וועט זיכער מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק. מיט אַ מאָל, בײַם אַרויסנעמען דאָס הינדל פֿון אויוון, קערט זיך איבער אַ גלאָז מילעך איבערן הינדל. ס׳איז קלאָר, אַז מע וועט עס שוין נישט קענען עסן. נו, וואָס מיינט איר וועט דעמאָלט אַרויסקומען פֿון איר מויל? ׳גם זו לטובֿה׳? [׳אויך דאָס איז צום גוטן?׳]" דער גאַנצער עולם האָט זיך האַרציק צעלאַכט, ווײַל מע האָט גוט פֿאַרשטאַנען דעם מוסר־השׂכּל: ווי אַזוי קענען מיר לערנען אונדזערע קינדער זיך אויפֿצופֿירן אויף אַ לײַטישן אופֿן, אויב מיר זענען אַליין גענייגט צום זעלבן נישט־לײַטישן אויפֿפֿיר?
בעת אַ צווייטער לעקציע, האָט הרבֿ קאַפּלאַן דערציילט אַזאַ מעשׂה: די מאַמע פֿון אַ כּלה האָט באַשלאָסן, לכּבֿוד איינער פֿון די שבֿע־ברכות־מאָלצײַטן, אָפּצובאַקן 80 בולקעס מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער, און זיי האַלטן אין פֿרירקע. זי האָט אָבער נישט געהאַט גענוג אָרט, האָט זי געבעטן איר שכנה, צי זי קען האַלטן 40 פֿון די בולקעס אין איר פֿרירקע. די שכנה האָט געזאָגט, אַז זי האָט אַ צווייטע פֿרירקע אין קעלער און האָט דאָרט אַרײַנגעשטעלט די בולקעס.
אַ טאָג פֿאַר די שבֿע־ברכות איז דער כּלהס מאַמע געגאַנגען אָפּנעמען די בולקעס. ווען די שכנה איז אַראָפּ אין קעלער און געעפֿנט די פֿרירקע האָט זי, אַ פֿאַרצווייפֿלטע, געפֿונען בלויז זיבן בולקעס. זי האָט געפֿרעגט איר מאַן צי ער ווייסט וווּ עס זענען אַהינגעקומען די אַנדערע 33 בולקעס; האָט ער געענטפֿערט, אַז במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן האָבן ער און זייער זון זיי געגעסן. "זיי זענען טאַקע געווען זייער געשמאַק!" האָט ער באַמערקט.
"דו, אידיאָט איינער!" האָט זי זיך צעשריגן. "פֿאַר וואָס האָסטו מיך נישט געפֿרעגט, צי איר מעגט דאָס עסן? איצט מוז איך איר גיין זאָגן, אַז עס זענען געבליבן בלויז זיבן!" מיט האַרץ־קלאַפּעניש האָט זי איבערגעגעבן דער כּלהס מאַמע וואָס ס׳איז געשען.
|
אַ קאָמפּיוטער־צייכענונג פֿונעם "בראַונסטאָון" אין מאַנהעטן, וואָס דאַרף געעפֿנט ווערן אין דרײַ חדשים אַרום |
|
"נעם זיך נישט איבער," האָט די פֿרוי געזאָגט מיט אַ שמייכל.
"וואָס הייסט? ביסט נישט אין כּעס?"
"פֿאַר וואָס זאָל איך זײַן אין כּעס? כ׳האָב געבאַקן די בולקעס, כּדי מע זאָל הנאָה האָבן דערפֿון. זע איך, אַז דײַן מאַן און זון האָבן טאַקע הנאָה געהאַט! כ׳האָב נאָך צײַט, וועל איך איצט גיין אָפּבאַקן נאָך דרײַ טיץ."
דאָ האָט דער רבֿ זיך אָפּגעשטעלט און געזאָגט, אַז ווען ער האָט דערציילט די מעשׂה פֿאַר אַ צווייטן עולם, האָט אַ פֿרוי, הערנדיק דעם סוף, אויסגערופֿן מיט באַוווּנדערונג: "אוי, אַזאַ צדיקת!" דער רבֿ האָט אָבער געענטפֿערט, אַז ניין. "דער כּלהס מאַמע איז טאַקע אַ סימפּאַטישע פֿרוי, אָבער נישט דווקא קיין צדיקת. ווער וואָלט אָבער יאָ געקאָנט זײַן אַ צדיקת? די אמתע צדיקת וואָלט געווען די שכנה, אויב זי וואָלט נישט אויסגעזידלט איר מאַן פֿאַר זײַן טעות; ווײַל אין לעצטן סך־הכּל, איז אײַנהאַלטן דעם כּעס, ספּעציעל קעגן אונדזערע נאָענטסטע מענטשן, איינע פֿון די שווערסטע זאַכן צו טאָן..."
מע קען זאָגן, אַז די דרשות פֿון די "גייטווייס"־רבנים פֿאָלגן די אַלטע טראַדיציע פֿון מוסר — דאָס לערנען מענטשן ווי בײַצוקומען זייערע אינערלעכע נעגאַטיווע אימפּולסן, כּדי צו דערגרייכן דעם העכסטן גײַסטיקן, עטישן שטאַפּל וואָס מע קען. הרבֿ דזשאָרדאַן האָט אָבער געזאָגט, אַז ער מײַדט אויס דאָס וואָרט "מוסר", און רופֿט עס גיכער "חיזוק" [גײַסטיקע פֿאַרשטאַרקונג]. אַ פּנים, ווערט מוסר הײַנט באַטראַכט בײַ אַ סך מענטשן ווי אַ נעגאַטיווער באַגריף.
"דער ציל פֿון די דרשות — האָט הרבֿ דזשאָרדאַן דערקלערט — איז ערשטנס, צו דערמעגלעכן מענטשן אײַנצוזען זייערע חסרונות און זיי צו פֿאַרריכטן, און צווייטנס, צו באַנײַען זייערע גײַסטיקע ׳באַטערייען׳ (battery boost, בלע״ז)."
"גייטווייס" פֿירט אויך אָן מיט אַ פּראָגראַם פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע, RAJE, אין אַ סינאַגאָגע אין ברײַטאָן־ביטש. יעדן זונטיק קומען קאָלעדזש־סטודענטן אַהין זיך לערנען תּורה, ייִדישע געשיכטע, העברעיִשע שפּראַך, און צו הערן לעקציעס פֿון באַרימטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן — פֿירמע־שעפֿן, כּלל־טוער און פּאָליטישע פֿיגורן. די פּראָגראַם איז אויך באַטראַכט ווי אַ גאָלדענע געלעגנהייט צונויפֿצוברענגען ייִדישע בחורים און מיידלעך, און דערבײַ צו פֿאַרגרעסערן די שאַנסן, אַז זיי וועלן חתונה האָבן מיט ייִדן.
אין דרײַ חדשים אַרום וועט "גייטווייס" פּראַווען אַ חנוכּת־הבית פֿון אַ נײַעם בנין: דער "בראַונסטאָון" — אַ מאָדערנער ייִדישער סטודענטן־צענטער אינעם "איסט־ווילעדזש" פֿון מאַנהעטן. די זעקס־שטאָקיקע געבײַדע וועט אַרײַננעמען קלאַסצימערן, ביוראָען, זיצונג־צימערן, אַ גרויסן זאַל, אַ ביבליאָטעק, שלאָפֿצימערן און אַן עסזאַל. דער ציל וועט זײַן יעדעס יאָר צו ברענגען סטודענטן פֿון איבערן לאַנד אויף 10־טאָגיקע וויזיטן אַהין, כּדי צו פֿאַרטיפֿן זייער ייִדישע אידענטיטעט און דערבײַ קולטיווירן אַ נײַעם דור ייִדישע כּלל־טוער. אין אַ געוויסן זינען קלינגט עס ווי די 10־טאָגיקע Birthright־נסיעות קיין ישׂראל. דער איינציקער חילוק איז, מע וועט די יונגע לײַט פּרוּוון צוציִען צו ייִדישקייט אין ניו־יאָרק, אַנשטאָט אין ישׂראל, וואָס וועט, פֿאַרשטייט זיך, קאָסטן היפּש ווייניקער.
"מיר זענען שוין אין פֿאַרבינדונג מיט 42 קאָלעדזש־קאַמפּוסן וועגן דעם פּראָיעקט — האָט הרבֿ דזשאָרדאַן געזאָגט — און אונדזער ציל איז צו ברענגען 5,000 סטודענטן אַהין יעדעס יאָר."
נישט געקוקט אויף דער פּאָפּולאַריטעט פֿון "גייטווייס", זענען געוויסע פֿרומע ייִדן קריטיש פֿון איר צוגאַנג. סעם, אַ געשעפֿטסמאַן אין די זעכציקער, האָט מיר געזאָגט, אַז ער דאַרף נישט, אַז אַ רבֿ זאָל אים זאָגן ווי אַזוי צו פֿירן זײַן לעבן, און אַ צווייטער — נחמן, וואָס איז באַקאַנט אין זײַן שיל ווי אַ תּלמוד־חכם — האָט געזאָגט, אַז די "מעשׂהלעך" פֿון די "גייטווייס"־רבנים זענען קינדעריש און שאַצן אונטער די אינטעליגענץ פֿון די צוהערער.
פֿון דעסטוועגן, קען מען נישט איגנאָרירן די געוואַלדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון "גייטווייס" בײַם הײַנטיקן עולם — סײַ בײַ די סעקולערע, סײַ בײַ די פֿרומע. ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט אַנטדעקט אַ באַדערפֿעניש בײַ ייִדן, וואָס די אַנדערע רבנים און סעקולערע כּלל־טוער האָבן פּשוט נישט געקאָנט באַפֿרידיקן. ווײַזט אויס, אַז אַ "מעשׂהלע" איז אַ מאָל דער איינציקער אופֿן צו טרעפֿן אין פּינטל.