ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nadia Kalman.
The Cosmopolitans.
Livingston Press:
The University of West Alabama, 2010.

דער ראָמאַן "קאָסמאָפּאָליטן" פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם נאַדיאַ קאַלמאַן געהערט צו דעם מין עמיגראַנטישע משפּחה־ראָמאַנען, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, אויפֿגעוואַקסן שוין אין אַמעריקע, האָט אָבער אָפּגעהיט אַ היפּשן טייל פֿון זייער רוסישער קולטורעלער ירושה, האָט פֿעסט פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

די מחברים פֿון דער דאָזיקער גרופּע, אַזעלכע ווי גערי שטיינגאַרט, אַניאַ אוליניטש, לאַראַ וואַפּניאַר, דייוויד בעזמאָזגיס, שרײַבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס, אָבער איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות. אַלע ווערק זייערע זײַנען שטאַרק באַווירקט פֿון דער ליטעראַרישער קלאַסיק, דער עיקר, דער רוסישער. דער סאַמע בולטער מוסטער פֿון אַזאַ ליטעראַטור־איבערניצעווען פֿון אַ קלאַסישן מוסטער איז דער ראָמאַן פֿון אירינאַ ריין "וואָס איז געשען מיט אַנאַ ק.", וועלכער דערציילט די געשיכטע פֿון אַנאַ קאַרענינאַ אין די דעקאָראַציעס פֿון הײַנטיקן ניו־יאָרק.

נאַדיאַ קאַלמאַן האָט אויסגעקליבן אַן אַנדערן מוסטער פֿאַר איר ליטעראַרישער מעשׂה־בראשית׃ שלום עליכמס "טבֿיה דער מילכיקער". די משפּחה מאָלאָטשניק (מילכיקער אויף רוסיש) האָט זיך באַזעצט נאָך דער אימיגראַציע פֿון אוקראַיִנע אין סטעמפֿאָרד, קאָנעטיקוט. זיי האָבן זיך גוט אײַנגעאָרדנט אינעם נײַעם לאַנד. ביידע עלטערן אַרבעטן לויט זייער פֿאַך, וואָס זיי האָבן באַקומען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און זיי פֿאַרמאָגן אַן אייגן הויז. דערצו האָבן זיי נאָך דרײַ טעכטער, און פֿון דעם קומען אַרויס אַלע זייערע צרות.

די עלטסטע טאָכטער איז שטיל און געהאָרכזאַם. זי האָט חתונה מיט אַ יונגערמאַן פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער משפּחה פֿון אַדוואָקאַטן מיט אַן אַלט־אַמעריקאַנישן ייִחוס, אָבער קיין גליק מיט איר שלימזלדיקן מאַן האָט זי ניט. די צווייטע טאָכטער איז, פֿאַרקערט, אַ בונטאַרקע, אַ מאַרקסיסטקע און אַ פֿעמיניסטקע. זי פֿאָלגט נאָך איר מוסולמענישן געליבטן און פֿאָרט אַוועק אינעם ווײַטן לאַנד באַנגלאַדעש.

די ייִנגסטע טאָכטער האָט אַ פּראָבלעם. זי האָט אַ דיבוק, וואָס פֿון מאָל צו מאָל רעדט ער דורך איר מיט ברעזשניעווס קול. איר גורל איז אויך ניט קיין גליקלעכער. אויף צו להכעיס אירע אינטעליגענטע עלטערן, האָט זי חתונה מיט אַ געמיינעם רוסישן יונגערמאַן, וואָס איז אַ פּראָסטער אַרבעטער און אַ שטיקל גנבֿ דערצו. צום סוף, מאַכט ער חרובֿ אירע עלטערנס שטוב.

נאַדיאַ קאַלמאַן
נאַדיאַ קאַלמאַן

די צענטראַלע פּראָבלעם פֿונעם ראָמאַן איז דער אַלטער קאָנפֿליקט צווישן עלטערן און קינדער. די עלטערן האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, די "אימפּעריע פֿון בייז", כּדי צו געבן זייערע קינדער אַ נײַ לעבן אינעם לאַנד פֿון פֿרײַהייט און אָפֿענע מעגלעכקייטן. זיי האָבן זיך שוין לאַנג "אויסגעגרינט" און האַלטן זיך פֿאַר עכטע אַמעריקאַנער; אָבער פֿאַר די טעכטער זײַנען די עלטערן פֿאַרבליבן אַלטפֿרענקישע רוסישע ייִדן מיט קנאַפּע השׂגות וועגן אַמעריקע בכלל און וועגן די פּראָבלעמען פֿון דער אַמעריקאַנער יוגנט בפֿרט.

נאַדיאַ קאַלמאַן פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר אַבסורדישער קאָמעדיע, און אַ טאַלאַנט פֿאַר אויסמאָלן לעבעדיקע כאַראַקטערן מיט קנאַפּע שטריכן. זי מישט צונויף גראָטעסק מיט רעאַליסטישע אָבסערוואַציעס, און איז אַ מײַסטערין פֿון נאָכמאַכן פֿאַרשידענע מינים רייד, אויף רוסיש, ענגליש און רוסיש־ענגליש. דאָ און דאָרטן וואַרפֿט זי אַרײַן אַ רמז אויף אַ רוסישן בוך אָדער אויף אַן אַמעריקאַנישן פֿילם, וואָס שיקן אַ דירעקטן סיגנאַל צו דעם "אייגענעם" לייענער, וואָס איז באַהאַוונט אין ביידע קולטורן. צוגלײַך מיט בעזמאָזגיסעס ראָמאַן "די פֿרײַע וועלט" איז דאָס אפֿשר דאָס בעסטע בוך וועגן דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע אין אַמעריקע.

פֿון דעסטוועגן, ניט געקוקט אויף דער פֿרישקייט פֿון שפּראַך און דער שאַרפֿקייט פֿונעם קוק, זײַנען אַפֿילו די בעסטע מעשׂיות וועגן דעם רוסיש־ייִדישן אימיגראַנטישן לעבן ליטעראַריש גאַנץ אַלטמאָדיש און שעמעוודיק. ניט אומזיסט חזרט מען איבער די באַקאַנטע סוזשעטן און מע שטאָפּט דעם טעקסט אָן מיט ליטעראַרישע אַלוזיעס.

איין סיבה דערפֿון איז, דאַכט זיך, קלאָר. די מחברים זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה און האָבן אײַנגעזאַפּט איר אייגנאַרטיקע קולטור, אַ מישמאַש פֿון סאָוועטישע סטערעאָטיפּן, אַנטיסאָוועטישע קלישעען און פֿון אייבערפֿלאַכלעכן אַמעריקאַנישן "סטײַל". דערנאָך האָבן זיי באַקומען אַ הומאַניטאַרע בילדונג אין גוטע קאָלעדזשן, וווּ זיי האָבן זיך אויסגעלערנט די שרײַבערישע מלאָכה. אַזוי אַרום האָבן זיי סײַ דעם שטאָף און סײַ די מיטלען פֿאַר שרײַבן אַ ראָמאַן אינעם פּאָפּולערן עטנישן סטיל, מיט אַן איראָנישן קנאַק דערצו. פֿאַרן דאָזיקן צוועק פּאַסט צום בעסטן אַ באַקאַנטער סוזשעט, וואָס מען קען צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען און סיטואַציעס.

אָבער די דאָזיקע נטיה פֿון דער אימיגראַנטישער ליטעראַטור, וואָס ווערט געשאַפֿן דורך יונגע לײַט, צו טראַדיציאָנעלע פֿאָרמען איז אויך אַ סימן פֿון איר שוואַכקייט. מען שעפּט שעפֿערישע יניקה פֿון אַלטע, באַקאַנטע און אויסגעפּרוּווטע מקורים אַנשטאָט צו ריזיקירן מיט נײַע פֿאָרמען און מיטלען.

דאָס איז אַ ליטעראַרישע פּראָדוקציע פֿון גוטע תּלמידים אויף כּלערליי אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿון "שעפֿערישן שרײַבן" אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. די בעסטע תּלמידים ווערן אַליין לערער און זײַנען ממשיך די דאָזיקע טראַדיציע פֿון נאָכמאַכערישער ליטעראַטור. זייערע ווערק זײַנען פּראָפֿעסיאָנעל אָנגעשריבן, פּאָפּולער בײַ לייענער און קריטיקער, און דערפֿאָלגרײַך קאָמערציעל. אָבער עס פֿעלט דאָ עפּעס, וואָס איז אַ סימן פֿון דער אמתדיקער ליטעראַטור, אַ דרייסטקייט צו נעמען זיך פֿאַר גרויסע טעמעס און פּראָבלעמען און צו ראַנגלען זיך מיט די ליטעראַרישע אָבֿות. די רוסיש־ייִדישע אימיגראַציע האָט נאָך ניט געשאַפֿן איר גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן.