די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר באָבע לאה, די אינספּיראַציע פֿונעם פֿילם "די שפּילקע" (The Pin) |
אַן אַלטער פֿאַרביטערטער פֿרומער שומר דאַרף האַלטן אַן אויג אויפֿן מת איידער מע גייט אים באַגראָבן. אָבער ווען ער קוקט אַרײַן אין אָרון זעט ער דאָס פּנים פֿון זײַן אַמאָליקער געליבטער לאה. די צײַט בײַט זיך, און ער לעבט איבער די שרעקלעכע נעכט ווען ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ שײַער אין ליטע מיט אַ מיידל און געקעמפֿט איבערצולעבן דעם חורבן. די באַציִונג צווישן די צוויי געליבטע, צוזאַמענגעבראַכט דורך עקסטרעמע אומשטענדן, אַנטוויקלט זיך אין אַ דראַמאַטישן אופֿן.... דער קיצור באַשרײַבט דעם ייִדישן פֿילם "די שפּילקע", וואָס די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי האָט אָנגעהויבן צו פֿילמירן.
ווי פּאַסט זיך די שפּילקע אַרײַן אין דעם סיפּור־המעשׂה? לאה דזשיי, די באָבע פֿון נעמי, האָט במשך פֿון איר לעבן תּמיד געהאַט אַ שרעק, מע זאָל זי באַגראָבן לעבעדיקערהייט, און זי האָט געצוווּנגען איר טאַטן, ער זאָל צוזאָגן, אַז ווען זי שטאַרבט זאָל מען איר געבן אַ שטאָך מיט אַ שפּילקע צו פֿאַרזיכערן, אַז זי איז טאַקע געשטאָרבן. די רעזשיסאָרין האָט קאָמבינירט עטלעכע אַזוינע פּערזענלעכע עפּיזאָדן פֿון איר משפּחה צו שאַפֿן דעם סקריפּט פֿאַרן פֿילם.
"דער מאָטיוו פֿון דער שפּילקע האָט אַלע מאָל געמאַכט אַ רושם אויף מיר, ווײַל ער שטעכט זי אויסער ליבשאַפֿט, אָבער דער שטאָך, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרגיסט בלוט" — זאָגט נעמי דזשיי.
"׳די שפּילקע׳ (The Pin) וועל איך פֿילמירן, דער עיקר, אויף ייִדיש. ס'איז וויכטיק פֿאַר מיר צו שאַפֿן אַ פֿילם וואָס איז אַזוי אויטענטיש ווי מעגלעך. און אַזוי ווי די מעשׂה קומט פֿאָר אין דער ליטע, 1941, דאַרף דאָס זײַן אויף ייִדיש. וואָס טיפֿער איך פֿאָרש וועגן דער מעגלעכקייט צו פֿילמירן אין ייִדיש, אַלץ מער שטיצע באַקום איך פֿאַר דעם פּראָיעקט פֿון דער קאַנאַדער קהילה. עס פֿרייט מיך, וואָס איך מאַך דעם ערשטן ייִדישן פֿילם אין קאַנאַדע, און, מיר דאַכט, דעם צווייטן ייִדישן פֿילם אין צפֿון־אַמעריקע במשך פֿון די לעצטע 70 יאָר" — דערציילט זי ווײַטער.
נעמי דזשיי האָט שוין פֿילמירט קורצע פֿילמען, אָבער "די שפּילקע" וועט זײַן איר ערשטער לענגערער פֿילם. ייִדישקייט פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אין אַלע אירע שאַפֿונגען. דערווײַל האָט זי געפֿונען די אַקטיאָרן פֿאַרן פֿילם. "קיין סך אַקטיאָרן אין טאָראָנטאָ, וואָס קענען גוט ייִדיש זענען נישט פֿאַראַן. האָבן מיר דערנאָך געזוכט אַקטיאָרן וואָס קענען עפּעס אַ דײַטשישע אָדער מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַך, און אַ סך אַקטיאָרן האָבן געענטפֿערט אויף דעם. צום סוף האָב איך געפֿונען צוויי אויסערגעוויינטלעכע אַקטיאָרן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. אָבער שוין צוויי חדשים וואָס זיי לערנען זיך די שפּראַך און ווען איך האָב זיי לעצטנס געהערט, האָב איך געהערט ווי זיי רעדן מאַמע־לשון."
דעם חודש הייבט אָן נעמי דזשיי צו פֿילמירן. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿילם: