ליטעראַטור

מאַרינאַ סטעפּנאָוואַ.
"לאַזאַרס פֿרויען",
מאָסקווע, "אַסט", 2011

די פֿיגור פֿונעם סאָוועטישן פֿיזיקער לעוו לאַנדאַו (1908—1968) האָט שוין לאַנג פֿאַרכאַפּט דעם כּוח־הדמיון פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ. אַ ייִדישער גאָון, וועמענס טעאָריעס האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן דאָס סאָוועטישע אַטאָמישע געווער, איז לאַנדאַו געווען באַלוינט מיט די סאַמע בכּבֿודיקע פּרײַזן, די נאָבעל־פּרעמיע בתוכם. נאָך מער מערקווירדיק, האָט ער בשלום דורכגעמאַכט די שווערסטע תּקופֿה פֿון דעם סטאַליניסטישן טעראָר אין די 1930ער, דעם חורבן פֿון דער מלחמה, און די גזירות קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ סוף 1940ער יאָרן. מען האָט אים אַרעסטירט בלויז איין מאָל אין 1938, אָבער באַפֿרײַט אין צוויי טעג אַרום, ווען זײַנע קאָלעגן האָבן דערקלערט דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט, ווי וויכטיק איז זײַן אַרבעט פֿאַר די מיליטערישע צוועקן.
לאַנדאַו איז געווען ניט נאָר אַ געניאַלער טעאָרעטיקער, אָבער אויך אַ באַגאַבטער פּעדאַגאָג, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אייגענע שול אין דער טעאָרעטישער פֿיזיק. דאָס לערנבוך פֿון לאַנדאַו און ליפֿשיץ בלײַבט עד־היום אַ מין תּורה פֿאַר רוסישע פֿיזיקער. דערבײַ איז לאַנדאַו ניט געווען קיין פּרוש, ער האָט ליב געהאַט פֿרויען, וויצן און אַ גוטע חבֿרישע קאָמפּאַניע. ער האָט געהאַט אַן אייגענע טעאָריע מכּוח גליק, וואָס האָט זיך באַזירט אויף דרײַ יסודות׃ אַרבעט, ליבע, און פֿאַרקער מיט מענטשן.
עס איז ניט קיין חידוש, וואָס אַזאַ פֿיגור ציט צו זיך צו קינסטלער פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס, וועלכע זוכן אַ לעבעדיקן און זאַפֿטיקן העלד פֿאַר זייערע ווערק וועגן דעם סאָוועטישן עבֿר. דערבײַ ווערט לאַנדאַו מגולגל אין אַ שאַרפֿזיניקן און אייגנוויליקן אינטעלעקטואַל, וועלכער איז פֿאַרטאָן אין זײַן אַרבעט און איז פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס ער וויל, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים.
אַזאַ מין פּאַרשוין, מיטן נאָמען לאַזאַר לינדט, איז דער העלד פֿונעם נײַעם ראָמאַן "לאַזאַרס פֿרויען" פֿון מאַרינאַ סטעפּנאָוואַ, וואָס איז אַרויס אינעם גרעסטן רוסישן קאָמערציעלן פֿאַרלאַג "אַסט" און איז געוואָרן אַ בעסט־סעלער. ווי מען פֿאַרשטייט פֿונעם טיטל, איז דער דאָזיקער ראָמאַן ניט נאָר וועגן לאַזאַר, נאָר אויך, און אפֿשר דער עיקר, וועגן זײַנע פֿרויען. זיי זײַנען דרײַ׃ די פֿרוי פֿון זײַן לערער, וואָס האָט אַנטפּלעקט דעם טאַלאַנט אינעם אָרעמען ייִדישן בחור פֿון אַ ווײַט אוקראַיִניש שטעטל און געהאָלפֿן אים צו געפֿינען אַן אַרבעט אין מאָסקווע; זײַן אייגענע פֿרוי, וואָס ער האָט מיט איר חתונה געהאַט אויף דער עלטער; און זײַן אייניקל, וואָס ער האָט עס קיין מאָל אין זײַן לעבן ניט געזען.
אָט די דרײַ גאָר פֿאַרשידענע רוסישע פֿרויען ווערן פֿאַרבונדן דורכן גורל פֿונעם געניאַלן ייִדישן פֿיזיקער. בעת מעשׂה דערקלערט די מחברין פּרטים פֿון ייִדישן שטייגער און ייִדישער געשיכטע, און וואַרפֿט צומאָל אַרײַן אַ פּאָר ווערטלעך אויף ייִדיש און לשון־קודש (געוויינטלעך, מיט גרײַזן). לויט דעם פֿאַך איז מאַרינאַ סטעפּנאָוואַ די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון אַן אילוסטרירטן זשורנאַל פֿאַר מאַנצבילן, און דאָס פֿילט זיך גאַנץ קלאָר אינעם טעקסט. זי פֿאַרשטייט ווי צו פֿאַרכאַפּן דעם לייענערס אויפֿמערק, ווי צו שילדערן לעבעדיקע געשטאַלטן און סיטואַציעס. ווי אַ געניטע קעכין, ווייסט זי אויך, ווי און וויפֿל "געווירץ" דאַרף מען צוגעבן אין איר געריכט, עס זאָל שמעקן שאַרף.
סטעפּנאָוואַ האָט מער סימפּאַטיע און מיטלײַד פֿאַר אירע געוויינטלעכע פּערסאָנאַזשן, איידער פֿאַרן אויסערגעוויינטלעכן העלד אירן. לאַזאַר לינדט קומט אַרויס ווי אַ גאָון מיט חייִשע אינסטינקן, בפֿרט וואָס שײַך די פֿרויען. אָבער מער אינטערעסאַנט איז דער קולטורעל־היסטאָרישער הינטערגרונד, די דעקאָראַציעס, וואָס די מחברין בויט פֿאַר אירע חויפּט־העלדן. ייִדישע יחידים, אַזוי ווי מענטשן בכלל, מעגן זײַן גוט אָדער שלעכט, אָבער די ייִדישע מאַסע, בפֿרט די פּראָסטע שטעטל־ייִדן, ווערן געשילדערט ווי אַ פּרימיטיווער, שמוציקער און פֿרעמדער המון, וואָס האָט גאָר ניט צו טאָן מיט רוסלאַנד.
אין אַן אינטערוויו דערקלערט סטעפּנאָוואַ, אַז אירע באַליבטע פֿיגורן אינעם ראָמאַן איז דאָס רוסישע פּאָרפֿאָלק, וואָס נעמט לאַזאַרן צו זיך ווי אַן אייגענעם זון. זיי ווערן זיסלעך אויסגעמאָלט ווי אַ פּאַטריאַרכאַלע קריסטלעכע משפּחה, וועלכע וויל אָפּהיטן די רוסישע טראַדיציעס אין דער שווערער צײַט פֿון דער קאָמוניסטישער שליטה. ייִדן, ווי אַ פֿאָלק, האָבן ניט קיין אָרט אין דער דאָזיקער פֿאָלקס־געמיינדע, אָבער די ייִדישע יחידים קאָנען קומען צו נוץ, בפֿרט אויּב זיי האָבן טאַלאַנטן.
מער גרויסאַרטיק איז דער נײַער קינאָ־פּראָיעקט "דאַו", וואָס מען האָט אָקערשט פֿאַרענדיקט צו פֿילמירן אין כאַרקאָוו, וווּ לאַנדאַו האָט אָנגעהויבן זײַן וויסנשאַפֿטלעכע קאַריערע. צוליב דעם האָט מען אויפֿגעבויט אַ גאַנצע געגנט אינעם סטיל פֿון די 1920ער יאָרן און "באַזעצט" זי מיט כאַראַקטערן פֿון יענער תּקופֿה. די אַקטיאָרן האָבן געמוזט זיך ממש אײַנוואָרצלען אין דער צײַט־אַטמאָספֿער און לעבן זייער "נאָרמאַל" לעבן אין די דאָזיקע דעקאָראַציעס.
"איך וואָלט געוואָלט ווײַזן לאַנדאַוס פּערזענלעכקייט פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען", דערקלערט זײַן כּוונה דער רעזשיסאָר איליאַ כזשאַנאָווסקי. די פֿילמירונג אין כאַרקאָוו האָט זיך אָנגעהויבן אין 2008, און אין די מאַסן־עפּיזאָדן באַטייליקן זיך אַרום פֿיר טויזנט מענטשן. דער בודזשעט פֿונעם פֿילם האָט שוין דערגרייכט צען מיליאָן דאָלאַר, אַ ריזיקע סומע פֿאַרן רוסישן קינעמאַטאָגראַף. איצט האָט זיך אָנגעהויבן די לעצטע סטאַדיע פֿון רעדאַגירן דעם שוין פֿילמירטן מאַטעריאַל.
דער אויפֿלעב פֿונעם אינטערעס צו לאַנדאַו צווישן די רוסישע קינסטלער און ליטעראַטן האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען. ער איז אינטערעסאַנט ווי אַ מוסטערהאַפֿטיקע פֿיגור פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס פֿאַרמאָגט גענוג גלאַנץ, כּדי אָפּצורוקן אין אַ שאָטן די טאָג־טעגלעכע צרות און לייד פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים. ייִדישקייט שפּילט דערבײַ אַ געוויסע ראָלע, וואָס מאַכט דעם דאָזיקן העלד עקזאָטיש פֿאַרן געמיינעם סאָוועטישן עמך. אָבער די אַלטע סטאַטעטשנע אַנטי־ייִדישע סטערעאָטיפּן פֿעלן דאָ אויך ניט אויס, הגם זיי ווערן פֿאַרשטעלט אויפֿן צווייטן פּלאַן.