מוזיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם מאָסקווער "ייִדיש־פֿעסט 2009" פֿון רעכטס: פּסוי קאָראָלענקאָ, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט
בײַם מאָסקווער "ייִדיש־פֿעסט 2009" פֿון רעכטס: פּסוי קאָראָלענקאָ, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט

Daniel Kahn & The Painted Bird.
Lost Causes Songbook.
Oriente Musik, 2011;
Timofeyev Ensemble & Psoy Korolenko.
Shloyme. Profil, 2011

די צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ, יעדע אויף זײַן אופֿן, ווײַזן אָן אויף נײַע מעגלעכע ריכטונגען פֿאַר דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער מוזיק. אין די 1970ער יאָרן האָט מען ווידער אַנטדעקט די קלעזמער, ווי אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון דער ייִדישער עטנישער אויפֿלעבונג, צוערשט, אין אַמעריקע און דערנאָך אין אייראָפּע, ישׂראל און רוסלאַנד. בהדרגה איז קלעזמער־מוזיק געוואָרן אַ זשאַנער פֿון פּאָפּולערער מוזיק, וווּ די ייִדישע שפּראַך האָט געדינט ווי אַ מין געווירץ־סאָוס. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם קלעזמער־סטיל גייט אין דער ריכטונג פֿון מוזיקאַלישע עקספּערימענטן, בעת די ווערטער שפּילן דערבײַ ניט קיין עיקרדיקע ראָלע.
דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ געהערן צו דער קליינער גרופּע ייִדישע מוזיקער, וואָס דאָס וואָרט איז פֿאַר זיי פּונקט אַזוי חשובֿ ווי די מוזיק. לויטן סטיל, פֿאָרמאַט און פֿאַרטראַכט, איז דער נײַער אַלבאָם "פֿאַרלוירענע קאַמפֿצוועקן" פֿון דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע "דער באַמאָלטער פֿויגל" ממשיך די סעריע פֿון די פֿריִערדיקע דיסקן "פּאַרטיזאַנען און פּאַראַזיטן", "די געבראָכענע צונג" און "דער אונטערנאַציאָנאַל". דאָס איז ווידער אַ קאָמפּאָזיציע, וואָס איז כּולל אַלטע באַקאַנטע ייִדישע און ניט־ייִדישע "שלאַגערס", אַזעלכע ווי געבירטיקס "אַּבֿרהמל דער מאַרוויכער" און "לילי מאַרלען" (אויף ייִדיש); עטלעכע ווייניקער באַקאַנטע פֿאָלקסלידער, ווי למשל, "וועמען וועלן מיר דינען?" פֿון משה בערעזאָווסקיס זאַמלונג, און קאַהנס אָריגינעלע פּראָגראַמאַטישע קאָמפּאָזיציעס, אַזעלכע ווי "די אינערלעכע עמיגראַציע", "זונטיק נאָך דער מלחמה" און "גערליצער פּאַרק".

די לידער ווערן געזונגען אויף דרײַ שפּראַכן׃ ייִדיש, ענגליש און דײַטש, וואָס שפּיגלט אָפּ די דרײַ עיקרדיקע קולטורעלע און אינטעלעקטועלע יסודות פֿון קאַהנס שעפֿערישן וועלטבאַנעם. דאָס וואָרט פֿירט דאָ אַ כּסדרדיקן שמועס מיטן קלאַנג, אָבער כּדי צו פֿאַרשטיין דעם דאָזיקן געשפּאַנטן דיאַלאָג דאַרף מען גוט אַכטונג געבן אויף ביידע. קאַהן האָט ליב צו פּראָוואָצירן זײַנע צוהערער און מאַכן, זיי זאָלן זיך פֿילן ניט באַקוועם דורך צוזאַמענשטויסן מוזיק מיט די ווערטער. זײַן סטיל, אַפֿילו ווען ער זינגט באַקאַנטע ייִדישע לידער, איז ווײַט ניט קיין זיס־ייִדישלעכער. ער וויל אַרויסברענגען די פֿאַרבאַהאַלטענע שטימונגען פֿון פּראָטעסט, קאָנפֿליקט און קאַמף, וואָס שטעקן טיף אונטער דער אויבערפֿלאַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד.
קונסט און פּאָליטיק זײַנען גלײַכע שותּפֿים אין קאַהנס שאַפֿונג. אָבער זײַן פּאָליטישע אַנגאַזשירונג שטערט ניט דעם פֿײַנעם געשמאַק זײַנעם. מען קאָן אויפֿנעמען זײַנע לידער סײַ פֿון אַן אידעאָלאָגישן און סײַ פֿון אַן עסטעטישן קוקווינקל, אָבער מען דאַרף ניט זוכן קיין האַרמאָנישע פּשרה צווישן ביידע. זיי ווערן געקניפּט דורך דער מעלאַנכאָלישער נאָסטאַלגיע נאָך די צײַטן, ווען מענטשן און זייערע איבערצײַגונגען זײַנען געווען ערנסט און עכט, ווען מען האָט געהאַט אידעאַלן און מ׳איז געווען גרייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר זיי.
פּסאָי קאָראָלענקאָ, דער רוסיש־ייִדישער זינגער, דיכטער און פֿאָרשער, איז גוט באַקאַנט אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות אין רוסלאַנד, אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל. זײַן סטיל איז איראָניש–מעדיטאַטיוו און ניט אַנגאַזשירט פּאָליטיש. זײַנע לידער ווירקן אָפֿטמאָל ווי אַ פּירוש אָדער אַ נײַער גילגול פֿון אַ באַקאַנטן אימאַזש אָדער מאָטיוו.
דער נײַער אַלבאָם איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ "מוזיקאַלישער אָפּרוף אויף איינעם פֿון די סאַמע באַרימטע קלאַסישע ווערק פֿאַר וויאָלאָנטשעל, "שלמה" פֿון ערנטס בלאָך. אָבער דער העלד איז דאָ ניט שלמה המלך פֿונעם תּנ״ך, נאָר אַ פּראָסטער ייִד "שלוימע" פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, "וואָס האָט דורכגעמאַכט אַלע קאַטאַסטראָפֿעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט׃ די פּאָגראָמען, די רעוואָלוציע מיטן בירגער־קריג, סטאַלינס לאַגערן און דעם חורבן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה", ווי עס דערקלערן די אויטאָרן אַליין.
שלוימע" איז אַ פּועל־יוצא פֿון מיטאַרבעט צווישן פּסאָי קאָראָלענקאָ און טימאָפֿייעוו־קאַפּעליע פֿון אײַאָווע מיט דער ישׂראלדיקער זינגערין ענת פּיק. פּסאָי קאָראָלענקאָס לידער, וואָס קומען צום אָנהייב, אין דער מיט און צום סוף פֿונעם אַלבאָם, שטייען אין אַ בולטן קאָנטראַסט צו דער אַוואַנגאַרדיסטישער סטיליסטיק פֿון טימאָפֿייעווס קאָמפּאָזיציעס, וואָס האָבן ניט קיין ווערטער. אָבער דער כּלומרשט נאַיִווער פֿאָקסטימלעכער נוסח איז ניט ווייניקער פּראָוואָקאַטאָריש ווי קאַהנס פּאָליטישע לידער.
דער אַלבאָם עפֿנט זיך מיט אַ מוזיקאַלישער אַראַנזשירונג אין אַ חסידישן סטיל אויפֿן טעקסט פֿונעם "ברית חדשה" אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון חיים אײַנשפּרוך. אַזוי אַרום איז פּסאָי קאָראָלענקאָ ממשיך די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון "פֿאַרייִדישן" די געשטאַלט פֿון יעזוסן־ישו הנוצרי, וואָס ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט, ווי אַ מין אוראַלטער צדיק און אַ קרבן פֿון רדיפֿות. די פּאָר סלאַווישע ווערטער, וואָס דער זינגער וואַרפֿט אַרײַן אינעם דײַטשמערישן טעקסט פֿון דער איבערזעצונג שאַפֿן אַן היימישן עפֿעקט, וואָס שאַפֿט דעם אונטערשיד אין די צײַטן.
יעדער אויף זײַן אופֿן — פּסאָי קאָראָלענקאָ און דניאל קאַהן — פֿאַרברייטערן און דערפֿרישן דעם באַנוץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זיי שאַפֿן נײַע קאָנטעקסטן, אין וועלכע ייִדיש ווערט אויפֿגעלעבט און געבראַכט אין באַריר מיט אַלטע און נײַע באַגריפֿן און געדאַנקען. אַזוי אַנטפּלעקט ייִדיש איר שעפֿערישן פּאָטענציאַל און ווערט ווידער הײַנטצײַטיק. אין דעם זין פֿאָלגן זיי די ייִדישיסטישע פּראָגראַמען, וואָס מען האָט לכתּחילה פֿאָרמולירט אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ און דערנאָך געפּרוּווט דורכפֿירן אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע.