אָשר פֿעליג (ווידזשי) |
Credit: Getty Images |
אָבער אייניקע, מער פֿילעוודיקע נאַטורן, האָבן אויף לאַנגע יאָרן אָפּגעהיט דעם לכתּחילהדיקן געפֿיל פֿון דערשטוינונג און פֿאַרלוירנקייט, וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט בײַם קומען קיין אַמעריקע. פֿון דער דאָזיקער דערשיטערונג זײַנען אַרויס אַ סך אָריגינעלע קונסטווערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס, וואָס האָבן באַווירקט אונדזער אויפֿנעם פֿון אַמעריקע.
צוויי באַרימטע ייִדישע קינסטלער זײַנען אַראָפּגעקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער שטאָט זלאָטשעוו פֿונעם עסטרײַכישן גאַליציע (הײַנט אין אוקראַיִנע)׃ משה־לייב האַלפּערן (1886—1932) און אָשר פֿעליג (1899—1968). זיי זײַנען געקומען כּמעט אין איין צײַט, אַרום 1907, אָבער צוליּב דעם אונטערשיד אינעם עלטער און פּערזענלעכקייט זײַנען זייערע גורלות געווען פֿאַרשידענע. בעת פֿעליג, בעסער באַקאַנט אונטער דעם צונעמעניש "ווידזשי" (Weegee) איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק זײַנע פֿאָטאָס פֿון ניו־יאָרקער נאַכטלעבן און אונטערוועלט, פֿאַרבלײַבט האַלפּערן באַקאַנט נאָר צווישן די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט.
די דרײַ אויסשטעלונגען פֿון ווידזשיס פֿאָטאָגראַפֿישע ווערק, וואָס קומען פֿאָר אינעם איצטיקן סעזאָן, אַנטפּלעקן דרײַ פֿאַרשידענע פּנימער פֿון זײַן טאַלאַנט. אין ניו־יאָרק ווײַזט דער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס פֿאַרמאָגט ווידזשיס ריזיקן אַרכיוו, די אויסשטעלונג פֿון זײַן קרימינעלער סעריע אונטער דעם טיטל "מאָרד איז מײַן געשעפֿט", און סטיווען־קאַשער־גאַלעריע אין טשעלסי שטעלט פֿאָר זײַנע שטאָטישע בילדער אין דער אויסשטעלונג "די נאַקעטע שטאָט". אינעם מוזיי פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט אין לאָס־אַנדזשעלעס קאָן מען זען די אויסשטעלונג "נאַקעטער האָליוווּד", וואָס שפּיגלט אָפּ ווידזשיס ווערק פֿון סוף־1940ער יאָרן, ווען ער האָט געפּרוּווט געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער פֿילם־אינדוסטריע.
ווידזשי איז אַרײַן אין דער קונסטגעשיכטע אַ דאַנק זײַנע מאָמענטאַלע פֿאַרפֿיקסירונגען פֿון שטאַרקע עמאָציעס. ער פֿלעגט זיך יאָגן נאָך דער פּאָליציי, ווען ער האָט באַקומען אַ ידיעה וועגן אַ מאָרד ערגעץ אין דער שטאָט, כּדי צו פֿאַרכאַפּן דעם סאַמע ערשטן מאָמענט פֿונעם אַנטדעקטן טויטן קערפּער. אין דער פֿרי האָט די גאַנצע שטאָט געקאָנט זען די דאָזיקע שאָקירנדיקע בילדער אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען. אַזוי אַרום האָט ווידזשי טאָג־אײַן טאָג־אויס געפֿורעמט דעם פֿינצטערן אימאַזש פֿון ניו־יאָרק ווי די קרימינעלע הויפּטשטאָט פֿון אַמעריקע.
זײַן פֿאָטאָגראַפֿישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1935, דרײַ יאָר נאָכן טויט פֿון זײַן לאַנדסמאַן האַלפּערן. עס איז ניט באַוווּסט, צי זיי האָבן זיך אַפֿילו געקענט. אָבער, ווען מען באַקוקט ווידזשיס בילדער, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די עמאָציאָנעלע און סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט צווישן אָט די צוויי זלאָטשעווער ייִדן. נעמט, למשל, ווידזשיס פֿאָטאָ "700,000 מענטשן אין קאָני־אײַלענד" (1940), און עס שווימען גלײַך אויף אין זכּרון די באַרימטע שורות פֿון האַלפּערנס ליד ״Memento Mori", וואָס באַשרײַבט דעם דיכטערס באַגעגעניש פּנים–אל–פּנים מיטן טויט אין אַ זוניקן טאָג אויף דער פּליאַזשע׃ "און דווקא בעת ס׳האָבן מענטשן פֿיל טויזנט / אין וואַסער זיך ווילד מיט דעם לעבן געפֿרייט".
משה־לייב האַלפּערן |
די נאַכט, מיט אירע אַנגסטן און פֿאַנטאַזיעס, שרעקעוודיקע געשטאַלטן און אינערלעכן התבודדות, איז סײַ די צײַטבאַשטימונג, סײַ אַ פֿילאָסאָפֿישער סימבאָל אין האַלפּערנס און ווידזשיס שאַפֿונג. יעדער איינער האָט אויף זײַן אופֿן אַנטפּלעקט די גרויסשטאָטישע נאַכט פֿאַר זײַנע צושויער אָדער לייענער, און זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ קונסטווערק.
דער דיכטער און דער פֿאָטאָגראַף גייען אין דער נאַכט אַרײַן, כּדי צוריקצוברענגען דעם גיריקן טאָג־עולם קינסטלעך באַאַרבעטע אימאַזשן פֿונעם טויט, געוואַלד און שרעק׃ "די לבֿנה, וואָס איז געשטאָרבן, איז טויט. / און די שטערן דערמאָנען דאָך בלויז אָן פֿונקען, / וואָס זײַנען געפֿלויגן אַ מאָל / פֿון אַ פֿײַער, וואָס האָט געברענט אין דער וועלט, / ווען עס איז נאָך געווען נישט קיין בלוט וואָס וויינט / און נישט קיין בלאָטע."
וואָס פֿאַר אַן אָרט האָט די אַלטע היים פֿאַרנומען אין דעם שעפֿערישן כּוח־הדמיון פֿון אָט די צוויי גאַליציאַנער קינסטלער? עס איז, דאַכט זיך, ניטאָ קיין שפּורן פֿון זלאָטשעווער עבֿר אין ווידזשיס ווערק. ער האָט געביטן זײַן נאָמען פֿון אָשר אויף אַרטור און געוואָרן אַ ניו־יאָרקער אויף הונדערט־און־צוואַנציק פּראָצענט. האַלפּערן, וואָס האָט פֿאַרבראַכט מער צײַט אין דער אַלטער היים, האָט ניט געהאַט קיין נאָסטאַלגיע נאָך זײַן געבורטשטאָט׃ "איז דאָס טאַקע די איינציקע טרייסט כאָטש פֿאַר מיר, / וואָס מען וועט מיך נישט באַגראָבן אין דיר, — / מײַן היים, מײַן זלאָטשעוו."
ווי ווײַט האָט בכלל דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אָפּשטאַם באַווירקט אויף דעם עסטעטישן וועלטבאַנעם פֿון ייִדישע קינסטלער אין אַמעריקע? צי קאָן מען רעדן וועגן אַ באַזונדערער גאַליציאַנער שיטה אין אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור? אַזאַ שיטה וואָלט כּולל געווען ניט נאָר האַלפּערן און ווידזשי, אָבער אויך אַזעלכע גאָר פֿאַרשידענע פֿיגורן, ווי משה נאַדיר און הענרי ראָט.
מען קאָן מסתּמא רעדן וועגן געוויסע בשותּפֿותדיקע סימנים, וואָס זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַראַן אין די שאַפֿונגען פֿון ניו־יאָרקער גאַליציאַנער׃ אַ נטיה צו גראָטעסק, פּראָוואָקאַציע, שאַרפֿע קאָנטראַסטן צווישן שוואַרץ און ווײַס און אַ געוויסע מרה־שחרהדיקייט און פּעסימיזם, וואָס פֿאַרבאַהאַלטן זיך הינטער דער מאַסקע פֿון לצנות. קיין קלאָרע דעפֿיניציע פֿון אַזאַ מין שיטה לאָזט זיך אַוודאי ניט געבן, אָבער עס איז מסתּמא ניצלעך צו האַלטן אין זינען דעם ברייטערן קולטורעל־געאָגראַפֿישן קאָנטעקס, ווען מען רעדט וועגן ניו־יאָרק, ווי אַ צענטער פֿון אַמעריקאַנער קולטור.