- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די אייגנאַרטיקייט פֿון די צוויי איניציאַטיוון באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ נישט בלויז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, נאָר אַ פֿאַרלאַנג צו ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. "דאָס בלעטעלע", http://www.gordonolniansky.com/bletele/, — אַ באַשיידענער אילוסטרירטער זשורנאַל פֿון 10 זײַטלעך — איז אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו נישט קיין גלאָסאַר; און די וועבזײַט פֿון "דיבוקים" (http://www.dibbukim.com/yid/)גיט דעם לייענער די ברירה צו לייענען וועגן דער קאַפּעליע, און אַפֿילו צו באַשטעלן אירע קאָמפּאַקטדיסקן — אין גאַנצן אויף ייִדיש. ביידע פּראָיעקטן זענען אויסגעטראַכט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי — אַ יונג פּאָרפֿאָלק אין דער שוועדישער שטאָט לונד. די אָלניאַנסקיס און זייער מיטאַרבעטער אין "דאָס בלעטעלע", לינדאַ גאָרדאָן, האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט — צו ערשט, אין אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־־קלאַס מיט ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן — אַ קינדער־דאָקטער, וואָס רעדט אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, און דערנאָך מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, ד״ר יאַן שוואַרץ. ניקלאַס אָלניאַנסקי האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זיי האָבן בדעה צו פּובליקירן "דאָס בלעטעלע" פֿיר מאָל אַ יאָר, און זיי שטעלן אים צונויף און פֿאַרשפּרייטן אים בײַ זיך אין דער דירה — אַ דירה וווּ ס׳וועט באַלד ווערן אַ סך לעבעדיקער ווי פֿריִער, זינט עס איז בײַ זיי די פֿאַרגאַנגענע וואָך געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. (מזל־טובֿ!) דער זשורנאַל, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער שוועדישער ייִדישער געזעלשאַפֿט, איז אַ ריין־סעקולערע פּובליקאַציע. דער ערשטער נומער נעמט אַרײַן אַן אַרטיקל וועגן דעם "מאַקסוועל סטריט קלעזמער באַנד" אין שיקאַגע; רעצענזיעס פֿון ווידעאָ־שפּילן און דעם נײַסטן "האַרי פּאָטער"־פֿילם; אַ מעשׂה, "דאָס הינטעלע און דאָס שאַליקל", און אַ ליד וועגן אַ וועווערקע, איבערגעזעצט פֿון שוועדיש. דער איינציקער אויסנאַם איז אידאַס רעצעפּט פֿאַר האָניק־לעקעך, לכּבֿוד ראש־השנה. ניקלאַס האָט דערקלערט, אַז דער סעקולערער כאַראַקטער פֿונעם זשורנאַל איז אַ בכּיוונדיקער. "עס זענען פֿאַראַן אַ סך גוטע זשורנאַלן און צײַטונגען אויף ייִדיש, וואָס שרײַבן וועגן רעליגיעזער ייִדישקייט," האָט ער באַמערקט. "מיר זענען נישט די ריכטיקע מענטשן צו שרײַבן אַ זשורנאַל וועגן ייִדישער קולטור אָדער ליטעראַטור. מיר שרײַבן אויף די טעמעס וואָס מיר ווייסן יאָ וועגן דעם: ווידעאָ־שפּילן, גוטע מוזיק. מיר האָבן געוואָלט אַרויסגעבן אַ זשורנאַל, וואָס מיר אַליין וואָלטן אים געוואָלט איבערלייענען."
ניקלאַס זאָגט, אַז ער, אידאַ און לינדאַ באַמיִען זיך טאַקע צו רעדן ייִדיש אַזוי אָפֿט ווי מעגלעך: בעת זייער וועכנטלעכן שמועסקרײַז, אָדער בעת זיי באַקן אַ טאָרט. "איך האַלט, אַז דאָס רעדן און ניצן ייִדיש אין טאָג־טעגלעכן לעבן איז דער איינציקער אופֿן צו פֿאַרבעסערן מײַן ייִדיש, און דערפֿאַר האָב איך אַזוי ליב צו אַרבעטן אויף ‘דאָס בלעטעלע’; ווײַל דעמאָלט שרײַב איך וועגן זאַכן, וואָס פֿאַראינטערעסירן מיך." אידאַ אָלניאַנסקי (ניקלאַס האָט אָנגענומען זײַן ווײַבס נאָמען ווען זיי האָבן חתונה געהאַט) שטאַמט פֿון אַן אַלטער ייִדישער משפּחה, וואָס האָט זיך באַזעצט אין לונד אינעם 19טן יאָרהונדערט, צוזאַמען מיט בערך 5,000 אַנדערע ייִדישע אימיגראַנטן, האָט ד״ר שוואַרץ דערקלערט. ווי אַ קינד, האָט זי טאַקע געהערט ייִדיש אין דער היים, און דאָס קען מען דערקענען ווען זי זינגט "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים", ווײַל דער "ריש" איז בײַ איר אַ נאַטירלעכער. נאָך אַ זאַך וואָס איז אינטערעסאַנט וועגן זייער קאַפּעליע "דיבוקים" איז, אַז זי שפּילט אינעם נוסח פֿון "שווערן מעטאַל", וואָס ניצט גיכער עלעקטרישע גיטאַר, איידער די טראַדיציאָנעלע קלעזמאָרים־אינסטרומענטן — פֿידל, קלאַרנעט און צימבל. זיי איז געגאַנגען אין לעבן צונויפֿצוּוועבן זייער ליבשאַפֿט פֿון "שווערן מעטאַל" מיט זייער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך, און דער פּועל־יוצא דערפֿון איז — אַ זייער הײַנטצײַטיקע, יוגנטלעכע אויסטײַטשונג פֿון מאַמע־לשון. אויף דער פֿראַגע, צי ניקלאַס׳ און אידאַס איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש איז אַ טייל פֿון אַ מער אַלגעמיינעם פֿענאָמען הײַנט אין שוועדן, האָט שנײַדערמאַן־ריץ געענטפֿערט, אַז יאָ. "הײַנט איז דאָ זייער פֿאַרשפּרייט די ethnic chic, וווּ די יונגע לײַט שטאָלצירן מיט זייערע עטנישע וואָרצלען, נישט בלויז דורך זייערע מלבושים אָדער עסנוואַרג, אָבער אויך דורך שפּראַך. אַפֿילו די ייִדן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, מישן שוין אַרײַן ייִדישע ווערטער אין שוועדיש, ווי זיי וואָלטן געוואָלט ווײַזן: ‘דאָס איז מײַן אידענטיטעט און איך האַלט עס פֿאַר טײַער.’" דער פֿאַקט, וואָס זיי גיבן אַרויס דווקא אַ סעקולערע צײַטשריפֿט איז אויך מערקווערדיק, האָט שנײַדערמאַן־ריץ צוגעגעבן. "פֿאַר דער מלחמה זענען די ייִדישיסטן געווען מער סעקולערע אַקטיוויסטן און בונדיסטן. דער יונגער דור זוכט הײַנט זײַן אידענטיטעט אין דער נאַטור, און באַקט ברויט אַזוי ווי מע פֿלעג טאָן מיט 100 יאָר צוריק. הײַנט זענען דאָ פֿאַרשידענע ברירות ווי אַזוי זיך אויסצודריקן ייִדישלעך. ניקלאַס רעפּרעזענטירט ייִדיש ווי אַ קולטור און אַ ציוויליזאַציע." "ניקלאַס און אידאַ זענען אָבער נישט קיין טיפּישע שוועדן," האָט ד״ר שוואַרץ געזאָגט. "ווער נאָך האָט אַזאַ שטאַרקן אינטערעס סײַ צו ייִדיש, סײַ צו ‘שווערן מעטאַל’? זיי טוען זייער שאַפֿערישע זאַכן מיט זייער פֿאַרלאַנג." אַחוץ "דאָס בלעטעלע", אַרבעטן זיי שוין 2—3 יאָר אויף אַן איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנט קינדערבוך אין שוועדיש וועגן דער ראַטיר־אַקציע פֿון די דענישע ייִדן בעת דער נאַצישער תּקופֿה. "אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז זיי טוען דאָס אַלץ, נאָכן לערנען זיך ייִדיש בלויז דרײַ יאָר לאַנג, איז עס טאַקע אויסערגעוויינטלעך," האָט ד״ר שוואַרץ צוגעגעבן. הגם ס׳איז טאַקע צום באַוווּנדערן וואָס די אָלניאַנסקיס גיבן אַליין אַרויס די פּובליקאַציעס אויף ייִדיש, איז אָבער דאָ איין חסרון: אינעם טעקסט פֿון "דאָס בלעטעלע", געפֿינען זיך אַ צאָל גרײַזן — סײַ גראַמאַטישע, סײַ פֿון אויסלייג. פֿון איין זײַט, קען מען זאָגן, אַז די איניציאַטיוו אַרויסצוגעבן ביכער אויף ייִדיש, אַ פּנים, אָן דער השגחה פֿון אַ שפּראַך־רעדאַקטאָר, ווײַזט אַרויס קוראַזש און שפּיגלט אָפּ די דעמאָקראַטיזאַציע פֿון דער ייִדיש־באַוועגונג. מע קען אָבער אויך טענהן, אַז אַפֿילו די געניטסטע שפּראַך־קענער דאַרפֿן אַ רעדאַקטאָר ווען זיי גרייטן עפּעס צו צום דרוק, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די שפּראַך זאָל זיך האַלטן בײַ געוויסע סטאַנדאַרטן. שנײַדערמאַן־ריץ איז פֿאָרט אימפּאָנירט. "דער אויסלייג איז אפֿשר נישט דער בעסטער, אָבער איך זע ניקלאַס ווי אַ פּיאָנער," האָט זי באַמערקט. "ער וויל צוגעבן ייִדיש אַ מאָדערנעם געשטאַלט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די שפּראַך פּאַסט זיך צו צו די נײַע צײַטן." |