|
אַ סצענע פֿון דעם פֿילם "בונדיסטן" |
|
ווער שליסט זיך אָן הײַנט אין אַ באַוועגונג וואָס איר צוקונפֿט געפֿינט זיך — פּאַראַדאָקסאַל — אין איר פֿאַרגאַנגענהייט? מיט וואָס קען זי שוין צוציִען אַ קעמפֿערישן מענטש, אַז איר קאַמפֿס־פעיִקייט איז פֿאַרבליבן ווײַט הינטערשטעליק, צעזייט און צעשפּרייט איבער היסטאָרישע הויכפּונקטן אומגילטיקע פֿאַר הײַנטיקע שטרעבונגען? און בכלל, וועמען קען שוין פֿאַראינטערעסירן היסטאָריע אָן אַ ציל? מײַנע פֿראַגעס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, רעטאָרישע, ווײַל ס’איז פֿאַראַן אַזאַ איינער — דער שאַפֿער און רעזשיסאָר פֿון פֿילם "בונדיסטן", ערן (עראַן) טורבינער.
"כ’האָב געהערט פֿון אַזאַ אָרט, אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ס’קומען זיך צונויף אַמאָליקע בונדיסטן, בין איך געקומען זען און כ’בין שוין דאָרט פֿאַרבליבן", דערציילט טורבינער וועגן זײַן ערשטן אײַנדרוק פֿון דער באַגעגעניש מיט די העלדן פֿון זײַן פֿילם.
אָנערקענונג און פֿאַרשטענדעניש זײַנען די עיקרדיקע מאַטעריאַלן, מיט וועלכע ערן באַנוצט זיך פֿאַר דעם נאַראַטיוו פֿון זײַנע פֿילמען. ערשט ווען מען קוקט זיך גוט צו צו זײַן פֿילמאָגראַפֿיע — פֿיר פֿילמען ביז איצט, אײַגעשלאָסן אויך זײַן אָקאָרשטיקן "בונדיסטן", וואַרפֿט זיך באַלד אין די אויגן די כּמעט העראָיִשע טעמאַטיק פֿון זײַנע פֿילמען — אין תּוך, די געשיכטע און דורכפֿאַל פֿון קעמפֿער פֿאַר אַ בעסערער, נאָר אומדערגרייכלעכער יושרדיקער וועלט.
דער ערשטע פֿילם זײַנער "מצפּן" (קאָמפּאַס), אין 2003, וועגן יענער ראַדיקאַלער גרופּירונג, וואָס איז געווען אַקטיוו אין לאַנד אין די 60ער און 70ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אַלע דאָ געבוירענע, יונגע סאָציאַליסטן, נישט־אײַנשטימיקע מיטן ציוניזם, האָבן זיי געפֿאָדערט צו אָנערקענען די נאַציאָנאַלע רעכט פֿון די פּאַלעסטינער. באַלד פֿון אָנהייב אָן האָבן זיי נישט געהאַט קיין מעגלעכקייטן, אַז זייער קאַמף זאָל זיך אײַנגעבן.
דערנאָך איז געקומען "מאַדריד פֿאַר חניתה", דער פֿילם איבער די יונגע פֿרײַוויליקע ישׂראלים וואָס זײַנען געפֿאָרן קיין שפּאַניע אין 1936 אָנצושליסן זיך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער בריגאַדע אין דער מלחמה פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער שפּאַניע און קעגן דעם שפּעטערדיקן דיקטאַטאָר פֿראַנקאָ. (דאָ נישט לאַנג איז געשטאָרבן דער לעצטער ישׂראלדיקער פֿרײַוויליקער, שמואל סעגאַל; ערן האָט אים דערמאָנט אין אַ מיטפֿילנדיקן אַרטיקל).
קיין מאַטעריעלע הצלחה האָט ער דערווײַל נאָך נישט דערגרייכט, נאָר ערן איז איבערצײַגט, אַז דאָס וועט אויך קומען. אויסער זײַן פֿילם "מר (הער) טעלעוויזיע" וואָס מ’האָט בײַ אים באַשטעלט וועגן דער 40־יאָריקער אויסנעמלעכער קאַריערע אין דעם טעלעוויזיע־מעדיום פֿון חיים יבֿין (יאַבין), האַנט בײַ האַנט מיט די גורלדיקע היסטאָרישע מאָמענטן פֿון דער מדינה (צווישן זיי דער אויפֿשטײַג פֿון מנחם בעגין אין שפּיץ פֿון דער "ליכּוד"־באַוועגונג נאָך 29 יאָר כּסדרדיקער מפּא"י־הערשאַפֿט), ווי אויך אַנדערע אומפֿאַרגעסלעכע קאַפּיטלען פֿון אונדזער נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט. מע קאָן פֿאַרגלײַכן אָט דעם פֿילם צו אַ 40־יאָריקן היסטאָרישן איבערבליק, דערזען מיט די אויגן פֿון אַן אינטעליגענטן טעלעוויזיע־העלד.
און איצט "בונדיסטן". "אַ שיינע עלעגיע" רופֿט אָן טרעפֿלעך דעם פֿילם דער זשורנאַליסט בני מר (מער). דער אמת איז אַז ערן האָט נישט געהאַט בדעה דעמאָלט, בײַ זײַן ערשטן באַזוך אין לאָקאַל פֿון "בונד", אויף קאַלישער 48 צו מאַכן אַ פֿילם מיטן נאָמען "בונדיסטן", דער פּראָיעקט איז געקומען שפּעטער; דאָס ערשטע מאָל איז ער געקומען זען ווי אַזוי מען פֿײַערט דאָרט דעם 1טן מײַ. אָבער די פֿײַערונג האָט אים טיף עמאָציאָנירט; די אָנטייל־נעמער, אַלע שוין ווײַט אַריבערגעטראָטן די יוגנטלעכע יאָרן, זייער ייִדיש־רעדן וואָס האָבן אים דערמאָנט זײַן באָבע און זײַן זיידע; עפּעס אין זייער שטעל, אין דער ערנסטקייט מיט וועלכער זיי האָבן געזונגען דעם "אינטערנאַציאָנאַל" און נאָך דעם "די שבֿועה", שוין אָפּגערעדט פֿון דער פּשוטער אָפֿנהאַרציקער רעדע פֿון דעם דעמאָלטיקן קולטורעלן אויפֿזעער מיכאל בן־אַבֿרהם, האָט בײַם צוקוקער אויפֿגעוועקט רעספּעקט, פֿאַרוואַנדלט דערנאָך אין אַ צאַרטן ליבשאַפֿט־געפֿיל צו דעם דאָזיקן עולם צו וועלכן ערן האָט זיך אָנגעשלאָסן און געוואָרן איינער פֿון זיי.
ערן איז שוין דאָרט פֿאַרבליבן. קיין שום כּוח אין דער וועלט וואָלט אים פֿון דאָרטן נישט גערירט. ער האָט זיך אָנגעכאַפּט ווי אַ דאָרשטיקער אין יעדן פּיצל וויסן וועגן דער באַוועגונג; ער האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין דער רײַכער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון "בונד", אין זײַנע אומשטערבלעכע פֿירער־אידעאָלאָגן, אין דער היסטאָרישער ראָלע וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט זינט זײַן אויפֿקום אין דעם בוידעם־שטיבל אין ווילנע 1897, אין זײַנע העלדישע פֿאָרשטייער; אין זײַן קעמפֿערישער צײַטשריפֿט "לעבנס־פֿראַגן", וואָס במשך די 60 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ האָט נישט אויפֿגעהערט צו קעמפֿן פֿאַר בונדישע פּרינציפּן.
געוואָלט האָט ער געבן די יורשים עפּעס פֿון זיך; ווען ער וואָלט געווען אַ פֿאַרמעגלעכער וואָלט ער מן־הסתּם שוין געפֿונען מיט וואָס אויסצודריקן מאַטעריעל זײַנע געפֿילן. ער פֿאַרנעמט זיך אָבער מיט שאַפֿן דאָקומענטאַרע פֿילמען, און דאָס טאַקע האָט ער געטאָן: ער האָט מיט דעם פּראָיעקט פֿאַראייביקט די לעצטע בונדיסטן און דערבײַ מוז מען זיך נאָך צואײַלן אויך, ווײַל די צײַט איז אַן אַכזר, זי שטייט נישט אויף איין אָרט...
"בונדיסטן" דער פֿילם וועט פֿאַרבלײַבן ווי אַן אייביקער עדות פֿון אַן עכטער פֿאָלקסטימלעכער סאָציאַליסטישער באַוועגונג וואָס נישט קיין מענטשלעכער כּוח, נאָר אַן אַבסטראַקטער באַגריף ווי די צײַט האָט זי געקענט באַזיגן.
פֿינף יאָר האָט ערן געאַרבעט איבערן פֿילם; במשך דער צײַט זײַנען אייניקע פֿון זײַנע העלדן אַוועק אין דער אייביקייט, נאָר דער עיקר, דער רעזולטאַט איז אַ באַלערנדיקע עמאָציאָנעלע אָנערקענונג פֿאַר אויסנעמלעכע מענטשן, אידעאַליסטן, בונדיסטן.