ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Adrian Wanner.
Out of Russia:
Fictions of a New Translingual
Diaspora. Evanston, Ill.
Northwestern University Press, 2011.

מיט דער צעשפּרייטונג פֿון רוסישע ייִדן איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן איז אויפֿגעקומען אַ נײַער ליטעראַרישער פֿענאָמען, וואָס מען קאָן אָנרופֿן אַ פֿילשפּראַכיקע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור. צו דער דאָזיקער ליטעראַרישער בראַנזשע געהערן אויך די ווערק פֿון יענע מחברים, וואָס האָבן עמיגרירט פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך גענומען שרײַבן אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך פֿונעם נײַעם לאַנד׃ ענגליש, העברעיִש, דײַטש. זייער ליטעראַרישער וווּקס איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק אין די לעצטע צען יאָר. איצט קאָן מען אַפֿילו רעדן וועגן אַ געוויסער מאָדע אויף אַזאַ מין ליטעראַטור.
אין זײַן פֿאַרגלײַכיקער שטודיע וועגן דער ליטעראַטור פֿון די "נײַע טראַנס־שפּראַכיקע רוסישע תּפֿוצות" פֿון פּראָפֿעסאָר אַדריאַן וואַנער פֿאַרנעמט די ייִדישע טעמע אַ חשובֿ אָרט. אין יעדן לאַנד צעשפּילט מען די "רוסיש־ייִדישע קאָרט" אַנדערש, אָפּהענגיק פֿון די אָרטיקע באַדינגונגען. פֿון דעסטוועגן, זײַנען די פּאַראַלעלן צווישן פֿאַרשידענע שפּראַכן גאַנץ מערקווירדיק. אומעטום פּרוּוון די אימיגראַנטישע מחברים אין איין דערקלערן זייער אייגנאַרטיקן מהות פֿאַרן נײַעם עולם, סײַ ווי יחידישע פּערזענלעכקייטן און סײַ ווי מיטגלידער פֿון אַן עקזאָטישער רוסיש־ייִדישער עדה.
דערבײַ מוז מען, קודם־כּל, נעמען אין באַטראַכט די פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן און קלישעען, סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע. פֿון איין זײַט, האַלט מען רוסלאַנד פֿאַר אַ לאַנד פֿון אַ הויכער ליטעראַרישער קולטור און רוחניות. פֿון דער אַנדערער זײַט, גלייבט מען, אַז אַלע רוסן, און רוסישע ייִדן בתוכם, זײַנען שיכּורים, ווילדע פּרא־אָדמס און חסידים פֿון טאָטאַליטאַרישער מאַכט. יעדער שרײַבער געפֿינט אַן אייגענע סטראַטעגיע, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען אָט די סטערעאָטיפּן.
איינער פֿון די סאַמע געניטע מײַסטערס פֿון אויסנוצן אַזאַ מין קלישע איז וולאַדימיר קאַמינער. ער איז געקומען פֿון מאָסקווע קיין בערלין אין 1990, ניט קענענדיק קיין דײַטשיש וואָרט, און מיט צען יאָר שפּעטער האָט ער שוין אַרויסגעגעבן זײַן ערשטן בעסטסעלער, "רוסן־דיסקאָ". פּראָפֿעסאָר וואַנער דערקלערט קאַמינערס פּאָפּולערקייט אין דײַטשלאַנד אַזוי׃ "ווי אַ ייִד, וואָס לעבט גליקלעך אין בערלין, העלפֿט קאַמינער צעזייען די ספֿיקות וועגן דעם דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם". קאַמינער באַרירט די ייִדישע טעמע גאָר זעלטן, און ווען ער טוט עס שוין און רעד וועגן אַנטיסעמיטיזם, טרעפֿט זיך עס נאָר אין דער אַלטער רוסישער היים, אָבער ניט אין דער נײַער, מולטי–קולטורעלער בערלינער רעפּובליק.
דער אַמעריקאַניש־רוסישער שרײַבער גערי שטיינגאַרט האָט אויסגעקליבן אַ ליטעראַרישע סטראַטעגיע, וואָס איז ענלעך אויף קאַמינערס. ער טראָגט זײַן טאָפּלטן רוסיש־אַמעריקאַנישן ליטעראַרישן "זיך" מיט אַ לײַכטער איראָניע, און שפּילט זיך זייער געניט מיט דער ראָלע פֿון אַ "קלוגן אימיגראַנט", וואָס האָט באַהערשט די שפּראַך און קולטור פֿונעם נײַעם לאַנד מיט אַלע פּיטשעווקעס. אין אַמעריקע טראָגט מען ייִדישקייט מיט גרויס שטאָלץ און רעספּעקט. דערפֿאַר רעדן אַלע ענגליש־שפּראַכיקע, רוסיש־ייִדישע מחברים מיט אָפּשײַ וועגן זייער ייִדישער "אידענטיטעט", הגם זיי האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס צו ייִדישקייט. אין אַלע פֿאַלן, באַטאָנט וואַנער, איז עס ניט אַזוי ייִדישקייט, ווי רוסישקייט; דווקא דאָס ציט צו זיי צו דעם לייענער אי אין דײַטשלאַנד, אי אין אַמעריקע.
גאָר אַנדערש איז דער מצבֿ פֿון רוסיש־שטאַמיקע מחברים אין דער הײַנטיקער העברעיִשער ליטעראַטור. ניט געקוקט אויף דער ריזיקער צאָל רוסישע עולים, האָט ישׂראל ניט קיין ליטעראַרישע פֿיגור, וואָס לאָזט זיך פֿאַרגלײַכן אין פּאָפּולערקייט מיט קאַמינער אָדער שטיינגאַרט. ישׂראל פֿאַרמאָגט בפֿירוש אַ רײַכע ליטעראַטור אויף רוסיש, אָבער זי איז כּמעט ווי ניט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם, וואָס האָט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דער "רוסישער גאַס". אייניקע ישׂראלדיקע שרײַבער, וואָס זײַנען קינדווײַז געקומען פֿון רוסלאַנד און שרײַבן איצט אויף העברעיִש, באַרירן די רוסישע טעמע גאָר זעלטן.
אַן אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל איז באָריס זײַדמאַן, וואָס באַהאַנדלט דעם ענין פֿון דער טאָפּלדיקער אידענטיטעט אין זײַן העברעיִשן ראָמאַן "העמינגוויי און דער רעגן פֿון טויטע פֿייגל". זײַן העלד פֿאָרט צוריק קיין קעשענעוו, די שטאָט, וואָס זײַדמאַן האָט פֿאַרלאָזט אין 1976 ווי אַ דרײַצן־יעריקער בחור. וואַנער האַלט, אַז אין זײַן דערציילונג "שטעלט זײַדמאַן אַ געוויסע סימעטריע צווישן דעם לעבן פֿון אַ ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און פֿון אַ ׳רוס׳ אין ישׂראל", ווײַל אין ביידע פֿאַלן פֿילט מען זיך ווי אַ פֿרעמדער אין דער אַרומיקער סבֿיבֿה.
אַזוי אַרום לאָזט זיך די פֿילשפּראַכיקע רוסיש–ייִדישע אימיגראַנטישע ליטעראַטור צעטיילן אויף צוויי מינים. צו דעם ערשטן מין קערן זיך די מחברים, וואָס האָבן געפֿונען אַ שליסל צו דערפֿאָלג בײַם ברייטערן עולם דורך אַ געניטער שפּיל מיט דאַנקבאַרע סטערעאָטיפּישע קלישעען. צום צווייטן מין שרײַבער געהערן די, וואָס ווילן אַנטפּלעקן סתּירות און שוועריקייטן פֿון זייער מצבֿ צווישן צוויי וועלטן.
ליטעראַריש זײַנען די שרײַבער פֿון דער צווייטער גרופּע אַוודאי מער אינטערעסאַנט, הגם כּסדר ניט זייער פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם, ניט אין דער אַלטער און ניט אין דער נײַער וועלט. אמת, זייערע ווערק ווערן גוט אָפּגעשאַצט אין דער קריטיק און צומאָל באַלוינט מיט ליטעראַרישע פּרעמיעס. צווישן זיי קאָן מען אָנרופֿן, למשל, די אַמעריקאַנישע שרײַבערין אַניאַ אוליניטש, דעם קאַנאַדער דוד בעזמאָזגיס, און דעם עסטרײַכישן מחבר וולאַדימיר ווערטליב.
אָבער אַלע רוסיש־ייִדישע שרײַבער, וואָס זײַנען אַריבער אויף אַ נײַער שפּראַך, גלייבן באמונה־שלמה, אַז די רוסישע ליטעראַטור איז די סאַמע בעסטע אין דער וועלט. מיט אַזאַ אויספֿיר שליסט אַדריאַן וואַנער זײַן אָריגינעלע און טיפֿזיניקע אַנאַליטישע פֿאָרשונג פֿונעם נײַעם אייגנאַרטיקן צווײַג פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן.