וואָרן פֿון אַ מעשׂה
קאָן מען אויך עפּעס לערנען
(אַרײַנפֿיר־צושריפֿט, "מעשׂיות" פֿון נפֿתּלי גראָס)
די ברידער גראָס — דער שרײַבער נפֿתּלי און דער קינסטלער/סקולפּטאָר חיים — האָבן מיטגעשאַפֿן אויף אַ צאָל פּראָיעקטן, דער עיקר, נפֿתּליס געדרוקטע ווערק. איינער האָט דעם אַנדערן דערגאַנצט דורך וואָרט און בילד. דער קינסטלער חיים גראָס איז געוואָרן מער באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט, אָבער ווי אַ שרײַבער/זאַמלער פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות האָט נפֿתּלי פֿאַרדינט אַן אָרט אויבן־אָן אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק.
נפֿתּלי גראָס האָט געהערט צו דער זעלביקער גאַליציאַנער כוואַליע אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי מלך ראַוויטש, בער האָראָוויץ, דוד קעניגסבערג. אָבער, להיפּוך צו זיי, איז ער געקומען קיין אַמעריקע איידער ער איז צוואַנציק יאָר אַלט געוואָרן. אַ געבוירענער אין קאָלאָמיי אין 1896 האָט ער געהערט און געלייענט חסידישע מעשׂיות און מעשׂה־ביכלעך און אין דעם זשאַנער ליטעראַטור האָט ער זיך שפּעטער אויסגעצייכנט.
אין דער בליִענדיקער ייִדישער פֿאָלקשול־נעץ איז ער געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל, און געלערנט, צו ערשט, אין די "פֿאַרבאַנד"־שולן, דערנאָך אין "אַרבעטער־רינג" און אויף אַ ווײַלע אין די "שלום־עליכם"־שולן.
ווען זײַן בוך "מעשׂיות" איז אַרויס אין 1935, מיט די צייכענונגען פֿון חיים גראָס, האָט ער שוין געהאַט מחבר געווען זעקס ביכער, סײַ לידער, סײַ איבערזעצונגען פֿון תּהילים און די מגילות, סײַ אַ קינדערבוך פֿאַרן "אַרבעטער־רינג" וועגן דעם סאָציאַליסטישן פֿירער, יודזשין ווי. דעבס.
אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט צו די "מעשׂיות" שרײַבט גראָס, אַז "טייל פֿון די מעשׂיות זענען געבויט אויף מאָטיוון און עפּיזאָדן פֿון פֿאָלק־מעשׂיות... פֿאַר וועמען די מעשׂיות וועלן זײַן מעשׂיות און פֿאַר וועמען — פֿענצטער, צו זען דורך זיי בילדער פֿון פֿרייד און טרויער אין אונדזער לעבן". גראָס האָט געהאַט אַ וווּנדערלעכע פֿאַנטאַזיע און געקענט פֿלעכטן מאָטיוון פֿון מדרש, פֿון חסידישע מעשׂיות און פֿון זײַן אייגענעם כּוח־הדמיון אין איין דערציילונג. זײַנע אַליין־אויסגעטראַכטע מאָטיוון זענען די אינטערעסאַנטסטע עפּיזאָדן אין די "מעשׂיות" — ביימער וואָס ווערן מילן; מענטשן־ביימער און חיה־ביימער מיט לאַפּע־צווײַגן; אָקסן, געטריבן פֿון רויבפֿייגל, וואָס דרייען ליידיקע מילשטיינער.
אָבער פּרנסה האָט נפֿתּלי גראָס געהאַט פֿון זײַן זשורנאַליזם. אין "טאָג" האָט ער רעדאַקטירט אַ וועכנטלעכע קינדער־–אָפּטיילונג, און אין דער צײַטונג "דער פֿרײַנד" אַ קינדער און פֿרויען־אָפּטיילונג. אין 1946 האָט ער אָנגעהויבן אַ רובריק אין "פֿאָרווערטס" — "מעשׂהלעך און משלים" און דערנאָך צונויפֿגענומען די רובריקן און אַרויסגעגעבן די זאַמלונג "מעשׂהלעך און משלים" אין 1955, מיט צייכענונגען פֿון זײַן ברודער.
דאָס דאָזיקע ווערק נעמט אַרײַן 500 איינסן און ווערט אײַנגעטיילט לויט די טעמעס: מגידים, פּריצים, גלחים, "אויף יענער וועלט", בעל־מלאָכות, רבנים, און אַפֿילו אַמעריקאַנער ייִדישע מעשׂהלעך — ממש אַן ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות! טייל טעקסטן האָט ער געדענקט פֿון דער אַלטער היים, און אינעם "פֿירוואָרט" באַשרײַבט ער זײַן משפּחה, שכנים, קינדער־פֿרײַנד, וועלכע האָבן אַלע אים דערציילט מעשיות און לעגענדעס. טייל מעשׂיות האָט ער פֿאַרשריבן אויף זײַן אייגענער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע: "אין די צוואַנציקער יאָרן, ווען איך בין געווען אויף אַ רײַזע אין דער אַלטער היים, צו זען זיך מיט מײַן משפּחה, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו פֿאַרשרײַבן, סײַ אין קאָלאָמיי און סײַ אין אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין גאַליציע, אַ היפּשע צאָל מעשהלעך און לידער פֿון פֿאָלקסמויל."
אָבער ס׳רובֿ מעשׂיות האָט ער פֿאַרשריבן אין אַמעריקע און מען האָט אים צוגעשיקט מאַטעריאַלן אין דער רעדאַקציע, אָדער דערציילט בעל־פּה. אין זײַן אַרכיוו וואָס געפֿינט זיך אין ייִוואָ, ליגן אַפּנים נאָך הונדערטער נישט־געדרוקטע מעשׂיות, און נישט אַלע מעשׂיות וואָס ער האָט אַרײַנגענומען אין זײַנע רובריקן, זענען אַרײַן אינעם בוך.
דאָס בוך "מעשׂהלעך און משלים" האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט געשריבן, אַז גראָס "האָט געוואָלט פֿאַרגאַנצן אַן אוצר, וואָס זאָל ווײַזן, אַז דער ייִדישער קאָפּ און דאָס ייִדישע מויל זײַנען תּמיד געווען באַחנט מיט פֿאַרצײַטישקייט." אָבער נישט נאָר די ייִדיש־רעדנדיקע גאַס האָט וואַרעם אויפֿגענומען דאָס ווערק. דער ישׂראלדיקער פֿאָלקלאָריסט חיים שוואַרצבאַום (1911—1983), אַ קענער פֿון פֿאַרגלײַכיקן פֿאָלקלאָר צווישן פֿאַרשיידענע קולטורן, האָט אַנאַליזירט די מעשׂיות און משלים אין גראָס׳ זאַמלונג, און אויפֿן סמך פֿון דעם מאַטעריאַל, אַליין אַרויסגעגעבן אַ קלאַסיש ווערק אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר (אויף ענגליש) — "שטודיעס אין ייִדישן און וועלט־פֿאָלקלאָר".
נפֿתּלי גראָס איז געשטאָרבן אין 1956, און ס׳איז שוין צײַט מע זאָל אַ קוק טאָן אין זײַן אַרכיוו צו זען וואָס נאָך פֿאַראַ אוצרות ליגן דאָרטן. ווי אַ מוסטער פֿון זײַן דערציילערישער קונסט, ברענגען מיר אַ משל פֿון זײַן בוך "מעשׂהלעך און משלים" — "ס׳איז אַ געפֿאַר צו בלײַבן בײַ אַזאַ פּרנסה צו לאַנג".
ס׳איז געווען אַ מאָל אַ קייסער. האָט ער אָפֿט ליב געהאַט צו פֿאָרשטעלן זיך פֿאַר אַ פּשוטן מענטש און אַרומגיין צווישן פֿאָלק גלײַך מיט אַלע. ער האָט געוואָלט הערן, וואָס מענטשן רעדן וועגן אים. סע פֿאַרשאַפֿט אים הנאה, האָט ער געזאָגט, צו הערן ווי מענטשן רעדן פֿון אים, און ווייסן נישט בשעת־מעשׂה, אַז ער, דער קייסער אַליין, הערט זיך צו צו וואָס זיי רעדן.
איטלעכס מאָל האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר עפּעס אַנדערש. אַמאָל האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ סוחר, און האָט זיך אויסגעמישט צווישן סוחרים. אַן אַנדער מאָל האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ בעל־מלאכה, פֿאַר אַ שוסטער, אַ שנײַדער, אַ שטייגער, און האָט זיך אויסגעמישט מיט די בעלי־מלאכות. אַזוי אַלע מאָל פֿאַר עפּעס אַנדערש. און איטלעכס מאָל האָט ער זיך פֿאַרזאַמט אַ פּאָר וואָכן, ווײַל ער האָט געוואָלט זײַן צווישן אַלעמען און הערן וואָס אַלע שטאַנדן רעדן פֿון אים.
איין מאָל נעמט ער און פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ בעטלער. ער האָט זיך אויסגעמישט מיט אַ כאָפּטע שנאָרערס און איז אַרומגעגאַנגען מיט זיי איבער די הײַזער, שנאָרן. נאָר סע געדויערט נישט לאַנג, בלויז אַ פּאָר טעג סך־הכּל, און דער קייסער איז דאָ צוריק. וואַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ די בעטלער־קליידער און הייסט, אַז מע זאָל זיי גלײַך פֿאַרברענען.
אַז די הויפֿלײַט האָבן אים דערזען אַזוי גיך צוריק, און זעען ווי ער פֿאַרברענט די בעטלער־קליידער, חידושן זיי זיך: "וואָס מיינט דאָס?"
זאָגט ער זיי: "פֿאַר קיין זאַך האָב איך נישט מורא געהאַט אין לעבן. איך בין שוין געווען אַ סוחר און אַ מוליער און אַ שנײַדער. איך בין שוין אַלץ געווען, און איך האָב נישט קיין מורא געהאַט, אַז איך וועל בלײַבן בײַ די אַלע זאַכן. נאָר דאָס מאָל בין איך גלײַך אַהיימגעקומען, ווײַל איך האָב מורא געקריגן, אַז איך וועל נאָך בלײַבן אַ שנאָרער."