קולטור

אַ סצענע פֿון "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני"
אַ סצענע פֿון "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני"

"דער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל

די אָפּערע "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" געהערט צו יענעם סאָרט שאַפֿונגען, וואָס פֿיל קולטור־געברויכער האָבן אַן אַנונג איבער דעם; זיי ווייסן מער־ווייניקער, וואָס דאָס איז אַזוינס, זיי האָבן געהערט וועגן דעם... אָבער נישט קיין סך פֿון זיי האָבן דאָס געזען. מיר אָבער, די אָפּערע־גייערס אין ישׂראל, האָבן מזל, מיר האָבן זי ווירקלעך געזען, מיר האָבן באַקומען די מעגלעכקייט זי אָפּצושאַצן אָן פֿאַרמיטלער, אין איר גאַנצן פֿאַרנעם; און דאָס אַ דאַנק דעם קולטורעל־קינסטלערישן אומרו וואָס כאַראַקטעריזירט חנה מוניצן, די דירעקטאָרין פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, ווי אויך די קינסטלערישע עצה־געבער אירע.
בערטאָלד ברעכט — טעקסט, קורט ווײַל — מוזיק, פֿאַראייניקן דאָ זייערע טאַלאַנטן אויף אויסצושטאַלטיקן אין איינעם אַ געמיינזאַמע שאַפֿונג; דאָס ערשטע מאָל וואָס אָט די צוויי אויסנעמלעכע קינסטלער האָבן עס געטאָן איז דאָס געווען אין 1928, מיט דער "אָפּערע פֿאַר דרײַ גראָשן"; זייער גרעסטער דערפֿאָלג, וואָס ווערט נאָך אַלץ וואַרעם אויפֿגענומען.
"דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני", וואָס זײַן פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין לײַפּציק אין 1930, האָט נישט דערגרייכט דעם דערפֿאָלג פֿון זײַן פֿאָרגייערין; אָט די בשותּפֿותדיקע שאַפֿונג פֿון ברעכט און ווײַל דריקט אויס די פּאָליטיש־סאָציאַלע שטעלונג פֿון זײַנע מחברים, אויסגעפֿורעמט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אידעאָלאָגיע, וועלכע טרעט אַרויס קעגן דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם. ביידע קינסטלער האָבן געשאַפֿן צוזאַמען אַ נײַעם סאָרט מוזיקאַלישן טעאַטער מיטן טראָפּ אויף אַ שאַרפֿער סאָציאַלער קריטיק.
דער קאָמפּאָזיטאָר קורט ווײַל האָט מיט דער דאָזיקער אָפּערע אָנגענומען אַ נײַע מוזיקאַלישע אויפֿפֿאַסונג דורך דעם, וואָס ס’איז אים געלונגען אײַנצופֿירן אַן אַנדער באַציִונג צווישן דראַמע און מוזיק: דער גערעדטער דיאַלאָג מיט מוזיקאַלישע טיילן, די לירישע פּאַסאַזשן, וווּ עס מישן זיך אויס עלעמענטן פֿון לײַכטער מוזיק באַגלײַך מיט אַ שאַרפֿן לירישן דיסאָנאַנץ. דאָס ליד "די לבֿנה אין אַלאַבאַמאַ", וואָס חזרט זיך איבער במשך פֿון דער אָפּערע, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די פּאָפּולערסטע לידער הײַנט צו טאָג, געזונגען אין אָן אַ סוף וואַריאַנטן, סײַ דורך דזשעז־זינגערס, און סײַ דורך לײַכטע מוזיק־זינגערס.
די אָפּערע שילדערט די געשיכטע פֿון דער אַזיל־שטאָט מאַהאַגאָני, אויפֿגעשטעלט דורך פֿאַרברעכער — אַ פֿרוי און צוויי מענער — אין מיטן מידבר אין אַמעריקע מיטן ציל, אַז דאָרט דאַרף מען נישט אַרבעטן. דער אמתער כאַראַקטער פֿון דער שטאָט אַנטפּלעקט זיך ווען דזשים, אַ האָלצהעקער וואָס האָט פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שווערער אַרבעט אין אַלאַסקאַ, פֿאַרשפּילט זײַן גאַנצן פֿאַרמעגן אין אַזאַרטשפּיל און ווערט פֿאַראורטיילט צום טויט פֿאַרן האָבן באַגאַנגען דעם ערגסטן פֿאַרברעכן אין מאַהאַגאָני: נישט צו האָבן די מעגלעכקייט צו באַצאָלן פֿאַר דער וויסקי, וואָס דער מענטש האָט אויסגעטרונקען. מ’פֿירט אים אַוועק צו דער עלעקטרישער שטול, וווּ ער באַקומט זײַן שטראָף. די אײַנוווינער גייען אַרויס אויף אַ פּראָטעסט, נישט צוליבן טויט פֿון אַן אומשולדיקן מענטש, נאָר איבערן הויכן פּרײַז וואָס מ’דאַרף באַצאָלן פֿאַרן לעבנס־געברויך; און דאָס ברענגט טאַקע דעם סוף פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני.
דער רעזשיסאָר עומרי ניצן האָט דאָ נישט לאַנג באַקומען פֿיל לויב־געזאַנגען איבער זײַן רעזשי פֿון מוזיקל "קאַבאַרעט" מיטן "קאַמרי"־טעאַטער, וווּ ער איז אויך דער קונסט־דירעקטאָר. ווי אַ רעזשיסאָר פֿון "מאַהאַגאָני", האָט ער פֿאַרשריבן אין זײַן נאָטיץ־ביכעלע די פֿאָלגנדיקע באַמערקונגען: "מאַהאַגאָני הייבט זיך אָן ווי אַ שטאָט, וווּ דאָרטן איז אַלץ פֿאַרבאָטן, אַ שטאָט פֿון געזעצן און באַגרענעצונגען, נאָר גאַנץ שנעל פֿאַרוואַנדלט זי זיך אין אַ שטאָט, וווּ אַלץ איז דערלויבט. אַ שטאָט פֿון פֿרעסן און זויפֿן, פֿון אַזאַרטשפּיל, אַ שטאָט פֿון זנות, וווּ ס’איז נישט פֿאַראַן קיין אָרט פֿאַר געפֿילן און סענסיביליטעט, אַ שטאָט אָן אַ נשמה, וווּ די מענטשלעכע ווערטן גייען פֿאַרלוירן.
די שטאָט מאַהאַגאָני איז אַ משל פֿון דער מאָדערנער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט, געמאָלט מיט עקסטרעמיסטישע שטריכן, אַזוי ווי די סאַטירעס און די משלים דאַרפֿן זײַן".
דער ווירקלעכער מאַעסטראָ פֿון דעם אָוונט איז דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע דייוויד שטערן, וועלכער שטייט אין שפּיץ פֿון דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון ראשון לציון, וואָס איז גלײַכצײַטיק אויך דער אָפּערע־אָרקעסטער.
די אָפּערע פֿאַרמאָגט אַלע אויסזיכטן זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ גרויסן דערפֿאָלג: דער סוזשעט, די מוזיק, דאָס אָנטייל־נעמען אין דער אויפֿפֿירונג פֿון אַ קונסטווערק. מיט איין זאַך איז מען נאָך נישט זיכער: מיט דער רעאַקציע פֿון פּובליקום; אָבער די פֿאָרשטעלונג טראָגט אין זיך אַלץ, כּדי אויסצונעמען בײַ אונדזער עולם.