מוזיק
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: מישקאַ אַלפּערט, דניאל קאַהן, דער פֿידלער דזשייק שולמאַן-מענט און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ טרעטן אויף צוזאַמען, אויף ביס, מיטצוזינגען "אַ מזלדיקער ייִד"
פֿון רעכטס: מישקאַ אַלפּערט, דניאל קאַהן, דער פֿידלער דזשייק שולמאַן-מענט און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ טרעטן אויף צוזאַמען, אויף ביס, מיטצוזינגען "אַ מזלדיקער ייִד"
Credit: Adi Mahalel
"זייער אײַנגענעם... ווייסט איר שוין ווער איך בין. מיר וועלן פֿאָרן צוזאַמען אָבער איך זאָג נישט וווּהין" — אַזוי, מיט אַ גאַנץ געלונגענער ייִדישער ווערסיע פֿון ראָלינג סטאָנס "סימפּאַטיע פֿאַרן טײַוול", האָבן די זינגערס דניאל קאַהן און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ באַגריסט דעם עולם אויף זייער קאָנצערט, דעם 12טן יאַנואַר אין JCC, מאַנהעטן. אַרום 150 מענטשן זענען געקומען הערן דעם דרײַ-שפּראַכיקן קאַבאַרע פֿון אָט דער זינגער־גרופּע "די אונטערנאַציאָנאַלע" — רוסיש, ייִדיש און ענגליש — אַ פֿאַקט, וואָס מאַכט דעם אָוונט זייער לעבעדיק. אָבער גלײַכצײַטיק, שאַפֿט עס אויך אַ מין באַלאַגאַן פֿאַר די אויערן: מע דאַרף זיך שטענדיק אָנשטרענגען צו דערקענען די געזונגענע שפּראַך; ווײַל ס’איז מעגלעך, אַז מע זינגט איצטער אויף אַ פֿאַרשטענדלעך לשון, און ס’איז מעגלעך — אויף אַ לשון וואָס מע פֿאַרשטייט נישט. אַלע קענען ענגליש, אָבער רוסיש און ייִדיש האָבן נישט אַלע צוהערער פֿאַרשטאַנען.
דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט.
למשל, דאָס מוסר־ליד "אויפֿן פּריפּעטשיק", וועגן דעם מלמד וואָס לערנט די קינדערלעך אין חדר, בײַט זיך פּלוצעם אין מיטן אויף אַ ווערסיע פֿון, להבֿדיל, פּינק פֿלוידס "מיר דאַרפֿן ניט קיין דערציִונג!"; אַן אַנדער הימען-ליד פּריידיקט צו "יוניאָניזירן" די כּלי-זמרים פֿון דער גאַנצער וועלט, כּדי צו קעמפֿן צוזאַמען פֿאַר בעסערע אַרבעט-באַדינגונגען."לעבן זאָל דער כּלי-זמר בונד!" — זינגען זיי; און געבירטיגס "אַרבעטלאָזער מאַרש" ווערט באַאַרבעט פֿאַר די הײַנטיקע צײַטן פֿון עקאָנאָמישן קריזיס מיט דער פֿאַרבעטונג, אַז יעדער זאָל זיך אַרײַנקוועטשן אין דעם וואַקסנדיקן מאַרש פֿון די אַרבעטלאָזע.
דער דיאַלעקטישער צוגאַנג לעבט אין זייער אויפֿטריט בולט אויף. גלײַך נאָך דעם, וואָס זיי זינגען דאָס ליד "אַן אַטעיִסטישע תּפֿילה", זינגען זיי אַן אַנדער ליד, וואָס טראָגט דעם נאָמען "אַ טעיִסטישע תּפֿילה" (מיט דער שורה: "פֿאַרגעס נישט צו דאַווענען שחרית מיט די ליפּן"). אָדער זייער באַנײַונג פֿונעם ליד "ציוניסטן", מיט זײַנע סתּירות פֿון גלות-ציון און אומקום-לעבן און מיט דער איבערגעחזרטער קאָמישער פֿראַזע: "אוי, איר נאַרישע ציוניסטן". אַגבֿ, לויט קאַהנס ווערטער, האָט מען דווקא דאָס ליד "אויפֿגענומען אין ישׂראל מיט גרויס התלהבֿות, אַ פֿאַקט וואָס איז ניט קיין חידוש בײַ אַזעלכע וועלכע זענען באַהאַוונט אין דער ישׂראלדיקער קולטור." קאַהן און פּסאָי האָבן אין 2007, אין תּל-אָבֿיבֿ, געהאַט רעקאָרדירט די לידער "ציוניסטן" און "דומײַ" (טראַכט), אין איינעם מיט דער ישׂראלדיקער גרופּע "אוי דעוויזשאָן". אין זייער ליד "דומײַ" זינגען זיי:
וואָס איז אַ פֿאָלק מיט קיין מדינה?
דומײַ, דומײַ, דומײַ
ס’איז ישׂראל און פּאַלעסטינע!
דומײַ, דומײַ, דומײַ
נישט קיין צדק, נישט קיין שלום.
דומײַ, דומײַ, דומײַ
פֿון אַ חלום געוואָרן אַ גולם.
דומײַ, דומײַ, דומײַ

אָבער עס שטעלט זיך די פֿראַגע, וואָסער חלום, לויט זייער אויפֿטרעטונג, איז ניט געוואָרן קיין גולם? די דיאַלעקטיק פֿון זייער פּראָגראַם זעט מען אויך דאָ. פֿון איין זײַט, שטרעבן זיי איבערצײַגן דעם עולם אין דער פֿאַרבינדונג פֿון ייִדן מיט דער אַרבעטער-באַוועגונג און דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור-ירושה, אַז דער חלום, אין וועלכן זיי גלייבן, איז נאָך נישט אויסגעגאַנגען, און נישט אַוועק אין דער אייביקייט; עס איז כּדאַי אים אויפֿצולעבן. פֿון דער אַנדערער זײַט, ציִען זיך נישט זייער די פּשוטע אַרבעטער צום פּאָסט-מאָדערניסטישן "שעטנז"-קאַבאַרע, לכל-הפּחות ניט אינעם JCC אין מאַנהעטן. קיין פֿאָרשטייער פֿון אַרבעטער-קלאַס האָט מען דאָך אין זאַל נישט געזען. צי קאָן מען אָבער זאָגן, אַז אין דעם פֿאַל האָבן מיר צו טאָן מיט אַ מיטלקלאַס-עולם, וואָס איז שוין פּראָלעטאַריזירט געוואָרן, אָדער איז אויפֿן וועג צו אַ פֿולער פּראָלעטאַריזירונג, דעם אַזוי גערופֿענעם, אַמעריקאַנער 99%; די ייִדן בתוכם?
דער עולם האָט די גרופּע סײַ־ווי זייער וואַרעם אויפֿגענומען. ס’האָט זיכער נישט געשאַדט, אַז מע האָט בחינם צעטיילט טיי און "וואָדקאַ" צו אַלע דורשטיקע. ריידנדיק מיט מענטשן, זײַנען זיי אַלע איינשטימיק געבליבן פֿונעם קאָנצערט זייער צופֿרידן. צירל קוזניץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין באַרד קאָלעדזש, האָט מיר געזאָגט, אַז "ס’איז מיר געפֿעלן וואָס זיי טוען עפּעס שעפֿערישס און ניט טראַדיציאָנעל מיט די אַמאָליקע לינקע ייִדישע לידער. ס’איז ניט קיין נאָסטאַלגיע בײַ זיי! עס איז דאָס צווייטע מאָל, וואָס איך זע דניאל קאַהן, אָבער דאָס ערשטע מאָל מיט פּאַשאַן, וואָס גיט צו דעם רוסיש. מיט אים איז דער קאַבאַרע פֿון צוויי-שפּראַכיק געוואָרן אַ דרײַ-שפּראַכיקער."
שׂרה זאַראָוו, אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישער מוזיק, האָט זיי שוין געהאַט געזען פֿיר אָדער פֿינף מאָל (!) אין בערלין און ברײַטאָן-ביטש אין ברוקלין. "מיר איז די פּראָגראַם שטאַרק געפֿעלן. זיי מאַכן עפּעס נײַעס, ווי ראַפּ אויף ייִדיש, און באַווײַזן, אַז די ייִדישע מוזיק באַשטייט נישט נאָר פֿון פֿאָלקסמוזיק, אָדער טעאַטער און קינסטלערישע לידער. איך האָב ליב דאָס געמיש פֿון שפּראַכן בפֿרט ווען זיי זינגען פּאָליטישע לידער."
דזשעני לעוויסאָן, דער דירעקטאָר פֿון אויפֿפֿירנדיקער קונסט בײַם JCC זאָגט, אַז די אויפֿטרעטונג איז די ערשטע אינעם סעזאָן בײַם צענטער, "די אויפֿטרעטונג האָט צוגעצויגן סײַ די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן (בסך-הכּל, אַ פֿערטל פֿון אַלע ניו-יאָרקער ייִדן!), סײַ די ליבהאָבער פֿון כּלי-זמר און ייִדיש-קולטור."