Börries Kuzmany. Brody:
Eine galizische Grenzstadt
im langen 19. Jahrhundert.
Wien: Böhlau, 2011
צום סוף פֿון זײַן גרונטיקער און אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿון דער שטאָט בראָד, אונטער דעם האַבסבורג־מלכות, ברענגט דער עסטרײַכישער היסטאָריקער בעריעס קוצמאַני צוויי באַריכט־פֿראַגמענטן פֿון ש. אַנ־סקי און יואל מאַסטבוים וועגן זייערע באַזוכן אין בראָד. ביידע מחברים באַטאָנען דאָס חשיבֿות פֿון דער שטאָט אינעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן׃ "אַ מאָל, אַ מאָל איז עס גוט געגאַנגען אין בראָדי. עס האָבן געקלונגען די רוסישע אימפּעריאַלן; עס האָט געברויזט רוסישער מיסחר און ייִדישע פּרנסה. איז קיין קליין וווּנדער נישט געווען, וואָס אָט דער טויער קיין רוסלאַנד האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אימפּעט פֿול מיט לעבן. בראָדי, זאָגט מען, איז געווען קליין־פּאַריז" (מאַסטבוים, "גאַליציע", 1929).
די האַבסבורג־נאָסטאַלגיע איז עד־היום גאַנץ שטאַרק אין די אַמאָליקע קרוין־לענדער, גאַליציע און בוקאָווינע. מע שפּירט זי אויך אין די ווערק פֿון די ייִדישע מחברים, וואָס שטאַמען פֿון יענע מיזרח־קאַנטן פֿון דער אַמאָליקער אימפּעריע, אַזעלכע ווי: יוסף ראָט, ש. י. עגנון, משה נאַדיר; כאָטש אָפֿטמאָל איז די דאָזיקע נאָסטאַלגיע שטאַרק באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיט איראָניע. קוצמאַניס "בראָדי" איז אַ זאַכלעכע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג, וואָס ברענגט צונויף, אויף אַ מוסטערהאַפֿטיקן אופֿן, די "וואַרהייט" מיט דער "דיכטונג", די פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע געשיכטע פֿון דער שטאָט בראָד מיט איר ליטעראַריש־קינסטלערישן מיטאָס.
דער אויפֿקום פֿון בראָד האָט זיך אָנגעהויבן אין דעם 17טן יאָרהונדערט, ווען די שטאָט איז געוואָרן אַ וויכטיקער האַנדל־צענטער אויפֿן וועג פֿון מיזרח קיין מערבֿ, פֿון דער אָטאָמאַנישער טערקײַ צו דער קריסטלעכער אייראָפּע. ווען עסטרײַך האָט פֿאַרכאַפּט דעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון פּוילן, איז בראָד, מיט העכער ווי 7,000 ייִדישע נפֿשות, געווען די גרעסטע ייִדישע קהילה פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער פּראָווינץ, פֿאַר וועלכער מע האָט צוגעטראַכט דעם נאָמען "קעניגרײַך פֿון גאַליציע און לאָדאָמעריע".
עס איז מערקווירדיק, אַז לכתּחילה האָבן טאַקע די ייִדן ניט דאָמינירט אין דעם בראָדער האַנדל. ערשט מיט דער ירידה פֿון זייערע קאָנקורענטן, די שאָטן און די אַרמענער צום מיט־18טן יאָרהונדערט, זײַנען די ייִדן אַרויף אויפֿן ערשטן אָרט. אָבער להיפּוך צו דעם פֿאַרשפּרייטן מיטאָס, איז בראָד קיין מאָל ניט געוואָרן "קליין פּאַריז". ווי עס באַווײַזט קוצמאַני, האָט זיך די ירידה פֿון בראָד אָנגעהויבן גאַנץ פֿרי און איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דער מפּלה פֿון נאַפּאָלעאָן אין 1815.
דווקא די קורצע צײַט פֿון די נאַפּאָלעאָנישע מלחמות צווישן 1805 און 1815 האָט שטאַרק באַרײַכערט די בראָדער סוחרים. צוליב דער ים־בלאָקאַדע פֿון פֿראַנצויזישע פּאָרטן איז די עסטרײַכישע גרענעץ־שטאָט געוואָרן דער הויפּט־טויער פֿאַרן אינטערנאַציאָנאַלן שמוגל צווישן פֿראַנקרײַך און אירע שׂונאים. אויך אין די שפּעטערע יאָרן איז די קאָנטראַבאַנדע איבער דער עסטרײַכיש־רוסישער גרענעץ געווען אַ וויכטיקע פּרנסה בײַ בראָדער ייִדן, אָבער דאָס רובֿ פֿון זיי האָבן פֿונדעסטוועגן געלעבט אין שווערן דלות.
ענלעך צו אָדעס אין רוסלאַנד, האָט בראָד באַקומען אַ ספּעציעלן סטאַטוס פֿון אַ "פֿרײַשטאָט". דאָס הייסט, אַז מע האָט געמעגט אַראָפּפֿירן סחורה קיין בראָד אָן אַ שטײַער, און ערשט ווען מען האָט געוואָלט אַרויספֿירן די סחורה ווײַטער אין לאַנד, האָט מען געמוזט באַצאָלן. אַזאַ מין סטאַטוס האָט נאַטירלעך געעפֿנט אַ סך מעגלעכקייטן פֿאַר כּלערליי געשעפֿטן און געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע קאָסמאָפּאָליטישע אַטמאָספֿער אין דער שטאָט.
די תּושבֿים פֿון דער פֿרײַשטאָט בראָד, וואָס אַכציק פּראָצענט פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן, האָבן זיך געפֿילט אַנדערש ווי די איבעריקע גאַליציאַנער ייִדן. בראָד איז געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער השׂכּלה, פֿון וואַנען מע האָט עקספּאָרטירט זי ווײַטער קיין רוסלאַנד. די בראָדער סוחרים זײַנען געווען די פּני פֿונעם אָדעסער ייִדנטום. זיי האָבן געפֿירט די קהילה־ענינים לויטן דײַשטישן אופֿן און אויפֿגעבויט אַן אייגענע "בראָדסקי"־שיל.
דער ייִדישער מיטלשטאַנד האָט אויך געהאַט נאָענטע קאָנטאַקטן מיט אייראָפּע, און דערפֿאַר איז די דײַטשישע שפּראַך געווען פֿאַר זיי אַ סך וויכטיקער, איידער פּויליש. אין דער בראָדער גימנאַזיע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער ייִדישער רעאַל־שול, האָט מען געלערנט אויף דײַטש ביזן יאָר 1907, בעת אין אַנדערע שטעט פֿון גאַליציע איז מען שוין לאַנג געווען אַריבער אויף פּויליש. דער באַרימטער דײַטשישער שרײַבער יוסף ראָט, וואָס האָט פֿאַראייביקט בראָד אין זײַנע ווערק, איז געווען אינעם לעצטן קלאַס; ער האָט נאָך באַוויזן צו באַקומען אַ דײַטשישע בילדונג. וואָלט ראָט אָנגעהויבן זײַנע לימודים מיט אַ יאָר שפּעטער, וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ פּוילישער שרײַבער.
אָבער דאָס רובֿ בראָדער אָרעמע ייִדן זײַנען געווען חסידים. און כאָטש בראָד האָט ניט פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם רבין, פֿאַרמאָגט די שטאָט אַ בכּבֿודיקן חסידישן ייִחוס, ווײַל דאָ האָט דער בעש״ט חתונה געהאַט מיט דער צווייטער פֿרוי זײַנער.
אָבער קוצמאַני נעמט אין באַטראַכט ניט נאָר דעם ייִדישן צד פֿון דער בראָדער געשיכטע. ער אַנאַליזירט די שטאָט פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע קוקווינקלען׃ דעם פּוילישן, דעם אוקראַיִנישן, און דעם עסטרײַכישן. מעטאָדאָלאָגיש, איז דאָס זייער אַ געלונגענער צוגאַנג, וואָס לאָזט פֿאַרשטיין די פֿילזײַטיקייט פֿונעם היסטאָרישן עבֿר. ווי ער באַווײַזט, זײַנען אין דער אַלטער בראָד די נאַציאָנאַליסטישע קאָנפֿליקטן ניט געווען אַזוי שאַרף ווי אין אַנדערע טיילן פֿון גאַליציע. אין דער בראָדער גימנאַזיע האָט מען געפֿײַערט סײַ דעם מיצקעוויטש־טאָג, סײַ דעם שעווטשענקאָ־טאָג, בעת דאָס רובֿ תּלמידים זײַנען געווען ייִדן.
די אייגנאַרטיקייט פֿון בראָד האָט צו טאָן מיט דער סתּירה צווישן דעם ספּעציעלן "פֿרײַשטאָט"־סטאַטוס און דעם פּראָווינציעלן געאָגראַפֿישן מצבֿ אויפֿן סאַמע ראַנד פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע. דאָס רובֿ זכרונות וועגן בראָד "פֿאָלגן מערסטנס נאַציאָנאַלע ליניעס" און באַטאָנען כּסדר בלויז איין נאַציאָנאַלן אַספּעקט פֿונעם שטאָט־לעבן׃ דעם ייִדישן, דעם פּוילישן, אָדער דעם אוקראַיִנישן. דאָס ברענגט קוצמאַני צו אַ וויכטיקן אויספֿיר, אַז דער "ניט־נאַציאָנאַלער" האַבסבורגער אַספּעקט, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט דעם אייגנאַרטיקן מהות פֿון דער שטאָט בראָד, ווערט אָפֿטמאָל פֿאַרגעסן.