טינט און בלוט, 1944 |
אין אַ האַרבסטיקן טאָג אין יאָר 1951 איז ער אין צפֿון־אַמעריקע אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 57 יאָר. ער איז געווען אַ מיניאַטוריסט און אַ קאַריקאַטוריסט פֿון די גאָר בײַסיקסטע. שיק געהערט צו דער פּלעיאַדע ייִדישע קינסטלער וואָס זענען מיט אימפּעט אַרײַן אין דער וועלטקונסט און מרעיש־עולם געווען.
אין זײַן בוך בשם "אַרטור שיק" זאָגט דער ייִדישער שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן: "שיק איז געווען דער ערשטער ייִדישער קינסטלער וואָס האָט דאָס בילד צוריקגעבראַכט צום וואָרט, און די פּלאַסטישע קונסט האַרמאָניש צונויפֿגעוועבט מיטן ספֿר". דער ייִדישער היסטאָריקער באַלאַבאַן זאָגט: "שיק האָט משדך געווען דאָס וואָרט מיטן בילד — ער האָט פֿון וואָרט געמאַכט אַ בילד און פֿון בילד געשאַפֿן אַ וואָרט". איצטער זענען די שיק־קאַריקאַטורן אַ קוואַל פֿון בײַסיקער סאַטירע און חוזק — זיי טרעפֿן אַלע אין פּינטל אַרײַן.
אַרטור שיק איז געבוירן אין לאָדזש (פּוילן) בײַ רײַכע און קולטורעלע עלטערן: זײַן היים האָט געטובֿלט אין ייִדישער און אייראָפּעיִשער קולטור. מען דערציילט, אַז צו זעקס יאָר האָט דער קליינער אַרטור גענומען צייכענען. צו נײַן יאָר האָט ער שוין גענומען לערנען תּורת־קונסט, און ווען די עלטערן האָבן אײַנגעזען, אַז אַרטורס טאַלאַנט נעמט רעדן רייד, האָבן זיי אים צו 16 יאָר געשיקט קיין פּאַריז לערנען קונסט.
בשעת אַרטור שיק איז אין 1910 געקומען קיין פֿראַנקרײַך, איז פּאַריז, די מעטראָפּאָליע פֿון קונסט, אַ פֿאַרזאַמל פֿון יונגע טאַלאַנטן מאַרבע־פּינות־העולם. אײַ! האָט זיך אין דעם דעמאָלטיקן פּאַריז של־מעלה אַ ביסל גערודערט! די יונגע קינסטלערישע חבֿרה האָט רעוואָלטירט קעגן די דינים פֿון רעאַליסטישן באַנעם — זיי האָבן געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער קונסט. דער יונגער שיק האָט זיך צוגעהערט צו די פֿײַערדיקע דיסקוסיעס אין די קאַפֿעען פֿון פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס, געוואָרן טיילווײַז מיטגעריסן מיטן שטראָם, אָבער נישט אויף לאַנג.
בעת זײַנע שטודיר־באַזוכן אין לוּווער־מוזיי פֿון פּאַריז איז שיק גראָד באַצויבערט געוואָרן פֿון די מיניאַטור־מײַסטער פֿון 14טן און 15טן יאָרהונדערט, וואָס פֿלעגן באַחנען די פֿאַרביק־אילומינירטע אַלטע ספֿרים, געשריבענע מיט דער האַנט, פֿאַר די געקרוינטע קעפּ. דער יונגער שיק האָט באַוווּנדערט דאָס עשירות פֿון זייער פֿאַרביקן דעקאָר מיט די רײַכע אילוסטראַציעס פֿון בוך. און אַרטור שיק האָט באַשלאָסן: ער וועט גיין אויפֿן וועג פֿון די אַלטע מײַסטערס — ער ווערט אַ מאָדערנער ייִדישער מיניאַטוריסט, אַ שעפֿער פֿון דער קאָנדענסירטער קונסט־פֿאָרעם: אין דער־אָ פֿאַרביקער פֿאָרעם וועט ער באַזינגען דעם תּפֿארת־ישׂראל!
נעמי און רות |
לאָמיר זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם "סטאַטוס קאַליסקי" (וועגן דער "הגדה של פּסח" — אַ צווייט מאָל).
יאָ, וואָס איז דאָס אַזוינס דער "סטאַטוס קאַליסקי?" וואָס איז דער טעם פֿון די 45 אילוסטרירטע מיניאַטורן מיט רייצנדיקע פֿאַרבן, און אַלע געשריבן מיט דעם קינסטלערס האַנט?
די מעשׂה איז אָט וואָס. אין 13טן יאָרהונדערט, אין יאָר 1264, האָט דער פּוילישער הערשער באָלעסלאַוו פּאָבאָזשני (פֿרומער) גערופֿן די געפּלאָגטע און גערודפֿטע ייִדן צו קומען זיך באַזעצן אין פּוילן. מיט אַ יורידישן דאָקומענט, אָנגערופֿן "סטאַטוס קאַליסקי", האָט ער די ייִדן פֿאַרזיכערט, אַז אין פּוילן וועט זיי זײַן ווויל ווי די וועלט — אַן אמתער גן־עדן! זיי וועלן שאַפֿן, לפֿי זייער אײַנזען און ווירטשאַפֿטלעכע ווערטן, און לעבן אַ טאָג! די קירכע און אַנדערע ייִדישע "גוטע פֿרײַנד" וועלן מעגן בילן ווי די הינט, די ייִדן וועט פֿון קאָפּ קיין האָר נישט אַראָפּפֿאַלן... האַ?!
וואָס איז דאָ געשען? זאָל דער פֿרומער באָלעסלאַוו, איבער נאַכט, האָבן פֿאַרראַטן די קירכע? איבער נאַכט געוואָרן גאָר אַ צדיק פֿאַר ייִדן? חס־וחלילה! דאָס האָט די נויט אים געצוווּנגען אַזאַ "חטא" צו באַגיין... דהײַנו? וואָס איז געשען?
שער־בלאַט פֿונעם בוך, "מדינת־ישׂראל", אַ ליטאָגראַפֿיע |
קורץ פֿון דער זאַך: באָלעסלאַוו דער פֿרומער האָט די ייִדן פֿאַרבעטן צו קומען קיין פּוילן, יורידיש, שוואַרץ אויף ווײַס (מיטן "קאַלישער סטאַטוס"); זיי דערלאַנגט ברייטע רעכט און פֿאַרזיכערט, אַז אַ האָר פֿון קאָפּ וועט זיי נישט אָנגערירט ווערן. ייִדן האָבן לאַנג זיך נישט געלאָזט בעטן — זיי זענען געקומען און גענומען שאַפֿן ווירטשאַפֿטלעכע ווערטן.
אַן אויסגאַבע פֿון דזשעפֿרי טשאָסערס "קאַנטערבערי־מעשׂיות", מיט מיניאַטור־פּאָרטרעטן, 1946 |
אַרטור שיק איז געווען אַ זעלטן סאַטירישער קאַריקאַטוריסט. מילא, פֿון די אַנטיסעמיטן פֿלעגט זײַן סאַטירע רײַסן שטיקער: די נאַציס האָט זײַן שאַרפֿן חוזק נישט געלאָזט אָפּאָטעמען. אין 1939, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט ענגלאַנד פֿאָרגעלייגט דעם קינסטלער אַרטור שיק מיטצואַרבעטן מיטן מלחמה־אָנשטרענג. אַרטור שיק איז מסכּים געווען, און ענגלישע פֿליִער האָבן זײַנע קאַריקאַטורן גענומען צעוואַרפֿן איבער דעם נאַצישן פֿראָנט און אַפֿילו טיף אין דײַטשלאַנד גופֿא. די סאַטירישע "באָמבעס" פֿון אַרטור שיק האָבן געווירקט ווי מיליטערישע דיוויזיעס! זיי האָבן דעמאָראַליזירט די נאַצישע סאָלדאַטן, ווי אויך די דײַטשישע באַפֿעלקערונג.
די נאַצישע גדולים האָבן אונדזער אַרטור שיק, דעם "סאָלדאַט בכּוח קונסט", זײַנע טאַטן נישט געשענקט... זײַן משפּחה אין לאָדזש האָבן זיי די ערשטע פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ און זיי דאָרט אומגעבראַכט. און אַז דער קינסטלער איז דאָך נישט אָפּגעשטאַנען צו דעמאָראַליזירן די דײַטשן מיט זײַנע שאַרפֿע קאַריקאַטורן, האָט מען אים געדראָט מיט טויט...
הכּלל — אַרטור שיק איז געווען אַ גרויסער ייִדישער קינסטלער: זײַן פֿאַרנעמיק ווערק טראָגט אַ פּאָזיטיוו־סאָציאַלן כאַראַקטער.
דער שׂטן פֿירט אָן מיטן באַל, 1942 |