טעאַטער

רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ
רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ
די אויסנעמלעכע מיטאַרבעט צווישן דעם יאַפּאַנישן טעאַטער "מעטראָפּאָליטען", פֿון טאָקיאָ און דעם תּל־אָבֿיבֿער "קאַמרי" וועט ברענגען, ווי אַ רעזולטאַט, צו אַ קולטורעלן פּראָיעקט אין דרײַ שפּראַכן — העברעיִש, אַראַביש און יאַפּאַניש מיט דער באַטייליקונג פֿון די שוישפּילער פֿון ביידע מדינות.
די פֿאָרשטעלונג "די פֿרויען פֿון טראָיאַ", לויט דער באַוווּסטער אַנטי־מלחמה־טראַגעדיע, געשאַפֿן דורכן גריכישן טראַגיקער אייריפּידעס אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַטרעכענונג, וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אונטער דער רעזשי פֿון דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ. איצט געפֿינט זיך נינאַגאַוואַ מיט זײַנע אַסיסטענטן אין ישׂראל, כּדי דורכצופֿירן טרעפֿונגען מיט די ישׂראל־שוישפּילער, אויסצוקלײַבן די יעניקע, וואָס וועלן אָנטייל־נעמען אין דער פֿאָרשטעלונג.
אויף דער אָקאָרשט פֿאָרגעקומענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער יאַפּאַנישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל אונטערגעשטראָכן די גלענצנדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס הערשן צווישן ביידע מדינות זינט 1952. דאָס דריקט זיך אויך אויס אין דער גרייטקייט פֿון אויסערן־מיניסטעריום צו שטיצן דעם פּראָיעקט.
די מולטי־קולטורעלע ווערסיע פֿון "די פֿרויען פֿון טראָיאַ" וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן סוף יאָר אין יאַפּאַן און אין תּל־אָבֿיבֿ, און וועט באַצייכענען 60 יאָר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות.
עטלעכע ווערטער וועגן דער קינסטלערישער פּערזענלעכקייט פֿון יוקיאָ נינאַגאַוואַ גופֿא.
שוין פֿיל יאָרן ווי דער רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ, דער "גורו" פֿון די טעאַטער־שאַפֿערס, דינט ווי אַן אינספּיראַציע פֿאַרן מאָדערנעם טעאַטער אין דער גאַנצער וועלט. זײַן אייגנאַרטיקער וויזועלער צוגאַנג אַנטציקט מיט זײַן שיינקייט, וואָס איז סײַ סענסועל, סײַ אינטעלעקטועל. באַנוצנדיק אַ געמיש פֿון טראַדיציע און אַוואַנגאַרד, שעפּט נינאַגאַוואַ פֿון דעם טראַדיציאָנעלן יאַפּאַנישן טעאַטער "קאַבוקי" און דעם "נאָ"־טעאַטער, און שאַפֿט מיט זיי אַ נײַע שפּראַך וואָס באַרירט די הײַנצײַטיקע איבערלעבונג.
זײַן אַרבעט אין טעאַטער האָט נינאַגאַוואַ אָנגעהויבן ווי אַן אַקטיאָר אין 1955. זײַן ערשטע אַרבעט ווי רעזשסאָר אין 1969 האָט ער אָנגעהויבן מיט אַ יאַפּאַנישער פּיעסע; אין 2006 געגרינדעט דעם גאָלדענעם טעאַטער, אַן אינאָוואַטאָרישער פּראָיעקט, וואָס איז דאַכט זיך, איינער אין דער וועלט, פֿאַר אַ פּובליקום עלטער פֿון 55 יאָר.
זײַן ברייטער און פֿאַרשיידנאַרטיקער רעפּערטואַר שליסט אין זיך אײַן פּיעסעס פֿון יאַפּאַנישע דראַמאַטורגן, ווי אויך שעקספּיר, גריכישע טראַגעדיעס, טשעכאָוו און מאָדערנע אייראָפּעיִשע דראַמעס.
פֿיל פֿון זײַנע אויפֿפֿירונגען זײַנען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין לינקאָלן־צענטער און אין קענעדי־צענטער אין ניו־יאָרק. נינאַגאַוואַ האָט באַקומען פֿילצאָליקע פּרײַזן פֿאַר זײַן קינסטלערישער אַרבעט.
"די טראָיאַנערינס" פֿון אייריפּידעס, איינע פֿון די וויכטיקסטע פּאָליטישע פּיעסעס פֿון אַלע צײַטן, וועט אויפֿגעפֿירט ווערן צום ערשטן מאָל אין זײַן אָריגינעלן נוסח דורך אַ ישׂראלדיקן טעאַטער. דעם רעזשיסאָרס אויסוואַל פֿון אייריפּידעס׳ טראַגעדיע איז נישט בלויז אַן אויסדרוק פֿון זײַן פֿאַרפֿליכטונג צו שלום, נאָר אויך זײַן אינטערעס צו אַנטפּלעקן — דורך זײַן אויסנעמלעכער טעאַטראַלער שפּראַך — אַ וועלט פֿון טיפֿע געפֿילן, וואָס וואָלטן געהאַט אַ שותּפֿות צו אַלע דרײַ קולטורן: די העברעיִשע, די אַראַבישע און די יאַפּאַנישע.
אין ישׂראל איז עס שוין פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אייניקע מאָל: אין דער באַאַרבעטונג פֿון זשאַן־פּאָל סאַרטער, וועלכער האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטי־קאָלאָניאַליסטישער פּיעסע; אין 1983, אַן אײַנדרוקספֿולע באַאַרבעטונג פֿאַרן "הבימה"־טעאַטער דורכן דײַטשישן רעזשיסאָר האַלעק פֿרײַטאַג; און אַ יאָר שפּעטער — די אַדאַפּטאַציע פֿון חנוך לעווין "די פֿאַרלאָרענע פֿרויען פֿון טראָיאַ".
אין "די פֿרויען פֿון טראָיאַ" האָט אייריפּידעס געשאַפֿן אַ טראַגעדיע איבער געווינער וואָס פֿאַרוואַנדלען זיך אין פֿאַרלירער און שטעלט אין ספֿק דעם ראַנג פֿון גיבור; נאָר בעיקר, אַ מענטשלעכע פּיעסע וואָס באַציט זיך צו דער פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער מענטשלעכער נשמה.