טעאַטער

וויקטאָר אַטאַר און אילנה כּהן אין אַ סצענע פֿון "די דאַמע מיטן מדינה־גייער"
וויקטאָר אַטאַר און אילנה כּהן אין אַ סצענע פֿון "די דאַמע מיטן מדינה־גייער"
Photo by Rami Katzav
די טרופּע פֿון ישׂראל רופֿט זיך "נפֿש", און די אַקטיאָרן גאַסטראָלירן אין ניו־יאָרק, שפּילנדיק אין "לאַ־מאַמאַ"־טעאַטער, פֿערטע גאַס און ערשטע עוועניו.
דער אקטיאָר און רעזשיסאָר האַואַרד ריפּ האָט מיך פֿאַרבעטן אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" צו זען צוויי איין־אַקטערס. דער ערשטער אַקט שילדערט יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם", און דער צווייטער אַקט באַשטייט פֿון ש״י עגנונס דערציילונג "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler).
און אַזוי ווי דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיט באַשעוויסעס "גימפּל", שפּילט אים אויס האַואַרד ריפּ קינסטלעריש אויף אַ פֿײַנער מדרגה. ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, און זײַן גימפּל איז באַגלייבלעך. די ענגלישע ווערסיע האָט ער אַדאַפּטירט פֿון סאָל בעלאָוס איבערזעצונג. דווקא, איז די איבערזעצונג אַ געלונגענע, אַ חוץ דעם נאָמען תּם. גימפּל איז באמת נישט קיין תּם. אויף ענגליש האָט ער געקענט אים באַצייכענען ווי גימפּל (the simpleton), ממש אַן אומשולדיקער נפֿש.
דאָס גאַנצע שטעטעלע פֿראַמפּאָל האָט זיך אָנגעזעצט אויף גימפּלען און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש, און גימפּל גיט אַלץ נאָך. גימפּל גלייבט אַלעמען. אַפֿילו, ווען מ׳האָט אים פֿאַרשדכנט עלקען, די פֿראַמפּאָלער גאַסן־גייערין, און זי ליגט אין קימפּעט זעקס מאָל נאָך אַנאַנד. פֿאַרדרייט זי גימפּלען דעם קאָפּ און רעדט אים אײַן, אַז ער איז דער טאַטע פֿון די קינדער, כאָטש גימפּל האָט זי נישט אָנגערירט פֿונעם טאָג וואָס מען האָט זיי חתונה געמאַכט און געפֿירט אונטער דער חופּה. ער האָט אָבער ליב די קינדער ווי זיי וואָלטן געווען זײַנע אייגענע.
דאָס גאַנצע שטעטל ווייסט, אַז די קינדער זײַנען ממזרים און מען כאָכאָטשעט אין די פֿויסטן, מ׳האַלט זיך בײַ די זײַטן. אָבער גימפּל גלייבט, גימפּל איז נאַיִוו און גימפּל פֿאַרשטייט נישט, אַז די דרויסנדיקע וועלט איז אַכזריותדיק און ברוטאַל.
גימפּל איז פֿון פֿאַך אַ בעקער און פֿאַרזאָרגט דאָס שטעטל מיט געבעקס. אָבער ווען ער כאַפּט זיך אַרײַן צו זיך אין הויז אומגעריכט, הערט ער ווי צוויי שנאָרכן. ער דערקענט אַפֿילו זײַן בעקער־געזעלן, זײַן לערן־ייִנגל. אָבער גאַנץ פֿראַמפּאָל ווערט צעזעצט פֿון געלעכטער. מ׳מאַכט חוזק און מ׳שפּאָט פֿון אַזאַ לעמעשקע, אַזאַ יאָלד ווי גימפּל. דער סוף איז באַשעוויסעס אַן אײַנפֿאַל. אויב דער עולם איז נישט באַקאַנט מיט "גימפּל־תּם," מוזן זיי אומבאַדינגט דאָס זען מיט די אייגענע אויגן.
דער קלאַנג און ליכט־עפֿעקטן אויף דער בינע, דער נעפּל וואָס בושעוועט פֿון אַלע זײַטן אין פֿאַרשיידענע קאָלירן, גיבן צו שטימונג צו דער דראַמע. האַואַרד איז אַ באַגאַבטער אַקטיאָר. די מינע אויף זײַן פּנים בײַט זיך כּסדר בעת ער שפּילט. ער פֿירט אויס זײַן ראָלע מיט טעם און פֿאַרשטענדעניש.
וואָס זשע פֿעלט? ערשטנס, שטאַמט דער אַקטיאָר פֿון וויניפּעג, קאַנאַדע, וווּ זײַנע עלטערן האָבן פּרינציפּיעל נישט גערעדט צו אים אויף ייִדיש. הײַנט צו טאָג איז ער אַ תּושבֿ אין מדינת־ישׂראל שוין צענדליקער יאָרן.
די דרײַ אַקטיאָרן וואָס שפּילן אויס די צוויי אַקטן קומען טאַקע פֿון ישׂראל, און ווי איך האָב באַמערקט, שילדערט מען דאָ אַ גלות־ייִד. צי ער איז גימפּל, צי עגנונס "פּעדלער," קומען אַרויס די צוויי מענער־פֿיגורן ווי קאַריקאַטורן פֿון די אַמאָליקע שטעטל־ייִדן.
ערשטנס, וועמען פֿאַלט עס גאָר אײַן, אַז גימפּל איז אַן אײַנגעבויגענער ייִד מיט אַ זאַק אויף די פּלייצעס, מיט באָרד און לאַנגע פּאות, וואָס גרייכן ביז די קני, און מ׳שלעפּט זיך איבער דער בינע ווי אַ בידנער, אָפּגעריסענער וואַנדערער. וויי איז מיר.
ערשט ווען גימפּל ווערט יונג און פֿאַרנעמט זיך מיט דער בעקערײַ, דערקענט מען, אַז דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט אַ מענטש, וואָס איז פֿול מיט כּוח און גלייבן אין דער גוטסקייט פֿון מענטשן און וועלט. שוין גענוג מיט די אײַנגעבוירענע, פֿאַרקורטשעטע, פֿאַרהויקערטע ייִדישע טיפּן וואָס די ישׂראלים קלאַסיפֿיצירן און רופֿן ביזן הײַנטיקן טאָג דעם "גלות־ייִד". נאָך אַלעמען האָבן אין אייראָפּע אַמאָל געלעבט איבער פֿערצן מיליאָן ייִדן. שטאַרקע און שוואַכע, אָרעמע און רײַכע, אָבער נישט בלויז אײַנגעהויקערטע פֿאַרזעענישן.
דאָס איז איין מאָל אַוועק. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיטן אַקטיאָר האַואַרד ריפּ און אים געלויבט. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָב איך באַדויערט וואָס די פּיעסע ווערט געשפּילט אויף ענגליש, און צוליב דעם האָט עס אָנגעוווירן איר ייִדישן טעם, איר ייִדישן כאַראַקטער, איר עיקרדיקע ייִדישקייט.
די קללות, דאָס שעלטן מיט די ערגסטע קללות וואָס זײַן עלקע טוט גימפּלען מכבד זײַן מיט זיי יעדעס מאָל וואָס ער קומט אַהיים, האָבן אויף ענגליש אָנגעוווירן זייער ייִדישן חן, זייער מחיהשקייט, זייער כליאַפּ, זייער זליוו ווי אַ ריח וואָס טראָגט זיך פֿון אַ פֿאַרשׂרפֿעטן פּאָמעשאַף. דאָס, זעט איר, ווערט פֿאַרלוירן אויף ענגליש.
וואָס באַשעוויס האָט געוואָלט דאָ באַווײַזן, האָט גאָר געהאַט צו טאָן מיט דער אוממענטשלעכקייט פֿון אַ שטעטל; ס׳הייסט, ווי בײַ אונדז זעצט מען זיך אָן אויף אַ ייִדן און מ׳צאַפּט אים דאָס בלוט. איז וואָס? דאַכט זיך מ׳קען שוין הײַנט כּמעט פֿאַרגלײַכן פֿראַמפּאָל מיט דער ייִדישער וועלט, אַרײַנגערעכנט אונדזער מדינהלע. יצחק באַשעוויס־זינגער האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור אין יאָר 1978.
דער צווייטער אַקט איז געבויט אויף ש״י עגנונס אַ קורצער געשיכטע, וווּ עס ווערט געשילדערט אַ וואַנדערנדיקער ייִדישער נעונדניק, און ווי אויף צו להכעיס קומט אַרויס אַ ייִד, אײַנגעהויקערט אין דרײַען מיט אַ זאַק אויף די פּלייצעס. שוין געקומען די העכסטע צײַט מען זאָל אָנהייבן זען דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אַשכּנזישן ייִד ווי אַ מענטשלעך געשטאַלט.
ש״י עגנון, איינער פֿון די פֿײַנסטע דערציילער אויף העברעיִש, כאָטש ווען מען לייענט זײַנע ווערק, הערט מען ממש דעם ייִדישן זאַצגעבוי. עגנון האָט באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, וואָס ער האָט געדאַרפֿט טיילן מיט דער פּאָעטעסע נעלי זאַקס, וועלכע האָט געשריבן אירע שירים דווקא אויף דײַטש. און אין דער זעלבער צײַט, צעגייט מײַן האַרץ וויסנדיק, אַז אין אונדזער ייִדישער מדינה האָט געלעבט און געשאַפֿן זײַנע פּאָעטישע און פּראָזע־ווערק קרובֿ צו זיבעציק יאָר, אונדזער וויליאַם שעקספּיר, אַבֿרהם סוצקעווער, און ער האָט קיין נאָבעל־פּרעמיע נישט באַקומען און נישט געטיילט זי מיט קיינעם.
און איצט צוריק צום צווייטן און באַזונדערן אַקט "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler). אַדאַפּטירט פֿאַר דער בינע האָט עס יוספֿה אבֿן־שושן און רעזשיסירט האָט עס גאולה יפֿת־אתר. עס נעמען אָנטייל וויקטאָר אתר און אילנה כּהן, ביידע טענצער.
די געשיכטע האָט צו טאָן מיט אַ קריסטלעכער פֿרוי וואָס וווינט ערגעץ אין דער שאול־תּחתּיה, אין טיפֿע וועלדער. זי קויפֿט אַ מעסער בײַ דעם ייִדן, וועלכער פֿאַרבלאָנדזשעט זיך אין אַ זאַווערוכע צו איר אין הויז. בעת זי נעמט זיך צו אים ערנסט, זי האַלט אין איין טאַנצן, מיט איר שוואַרצן וווּאַל וואָס פֿאַרדעקט איר פּנים, ביז זי פֿאַרפֿירט אים. זי לאָקערט אים אַרײַן אין אירע בודואַרן, זי מאַכט אים אויס ייִד, און ער לאָזט זיך.
דערווײַל, דערוויסט ער זיך, אַז זי האָט אויפֿגעפֿרעסן אַלע אירע פֿריִערדיקע פֿאַרערער אָדער מענער, און האַלט שוין בײַם אויפֿפֿרעסן אים אויך. ווען ער כאַפּט זיך אויף אין מיטן נאַכט און גייט אַרויס אין דרויסן, דערשפּירט ער, אַז דאָ קאָכט זיך עפּעס. ער דערשרעקט זיך פֿאַר דער דאַמע מיטן מעסער, וועלכע איז גרייט אים צו קוילען און ערשט דעמאָלט שרײַט ער אויס:
"שמע־ישׂראל!" און דאָס ראַטעוועט אים פֿון אַ זיכערן טויט, און דער שמע־ישׂראל ראַטעוועט אויך זײַן ייִדישקייט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מ׳קען אַרײַנטײַטשן אין דער מעשׂה אַ שלל מיט סימבאָלן, אַלעגאָריעס און סאַטירעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט פּאַגאַניזם, אַסימילאַציע, זעלבסטהאַס. די אַקאַדעמיקער וועלן זיך שוין ספּראַווען דערמיט. וויקטאָר אתר פֿירט זײַן ראָלע אויס מיט טאַלאַנט און אילנה כּהן איז אַ זגראַבנע און פֿעיִקע טענצערין. וויקטאָר איז אַ געבוירענער אין באַגדאַד און אילנה אין ישׂראל פֿון אַ תּימנעם אָפּשטאַם.
ביידע אַקטן באַנוצן זיך מיט ווידעאָ, קלאַנג־טעכניק און אַלערליי אײַנפֿאַלן וואָס העלפֿן אַרויס סײַ וויזועל און סײַ בײַם אָודיאָ. און כאָטש דער אָפּקלײַב פֿון דער געשיכטע געהערט צו די אַרטיסטישע דירעקטאָרן און טעאַטראַלע אונטערנעמער, וואָלט איך געזאָגט, אַז עגנונס מעשׂה איז אַלטמאָדיש, נישט־רעפּרעזענטאַנט, ווען ס׳קומט צום ייִדישן מהות. ער האָט עס געשריבן אין יאָר 1943, אין צײַט פֿונעם חורבן. און אפֿשר איז דעם שרײַבערס אינטערפּרעטאַציע פֿון דעם וואָס עס קומט פֿאָר מיטן ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע באַפֿאַלן אַ שוידער. דאָך, לאָזט עס זיך נישט אַראָפּשלינגען און נישט אויסשפּײַען.
ווי אַנדערש איז עס פֿון אונדזערע שרײַבער און פּאָעטן וואָס האָבן אין יענער צײַט באַוויינט און געקלאָגט אויפֿן חורבן־אַשכּנז אויף ייִדיש. צי דאָס איז געווען סוצקעווער צי מאַנגער, גלאַטשטיין צי חיים גראַדע, די קאַרפּנקעפּ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מיט זיי האָט מען געקענט מיטוויינען און מיטקלאָגן. שווער איז אָבער פֿאַר מיר מיטצוהאַלטן מיט שווערער סימבאָליק וואָס רעדט וועגן פּאַגאַניזם, אַסימילאַציע און די אויסראָטונג פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
איז וואָס מיין איך? אין דער אמתן מיין איך, אַז ס׳איז שוין צײַט אַרומצוקוקן זיך און זען וואָס מיר פֿאַרמאָגן; אַז די ייִדיש־ליטעראַרישע שופֿלאָדן ברעכן זיך, און אויף העברעיִש, דאַרף דער אָפּקלײַב זײַן אויף אַ הויכן ניוואָ סײַ ליטעראַריש און סײַ טעאַטראַליש. מיר ייִדן האָבן ניט נאָר געשטרעבט דערצו, נאָר טאַקע אויפֿגעפֿירט זינט ששת־ימי־בראשית.