אוקראַיִנע איז אַ גרויס לאַנד. כ’ווייס עס ניט בלויז טעאָרעטיש — כ’בין דאָרטן געבוירן און אויסגעוואַקסן געוואָרן. מיט ייִדישער געשיכטע איז דאָרטן, דאַכט זיך, דורכגעזאַפּט יעדער ווינקל, יעדער שטיין. פֿון צײַט צו צײַט רעד איך (דורך "סקײַפּ") מיט מײַן קיִעווער פֿרײַנד יעפֿים מלמד, וואָס איז אַ מומחה אין אַרכיוואַלע ענינים. דערציילט ער מיר וועגן די אוצרות, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין פֿאַרשיידענע אַרכיוו-זאַמלונגען פֿון לאַנד. אָבער דער סוף איז דערווײַל אַזאַ: קיין באַלעבאַטישע ייִדישע היסטאָריקער האָט דאָס לאַנד ניט. איך מיין אַזעלכע לײַט, וואָס דרוקן זייערע אַרבעטן אין הויפּטשטראָמיקע אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן אָדער אין אַקאַדעמישע פֿאַרלאַגן. מע דערציילט מיר וועגן גראַדויִר-סטודענטן, וואָס שנײַדן זיך אויף גוטע געלערנטע, אָבער דערווײַל איז עס ניט מער ווי אַ פּאָטענציאַל.
איך שרײַב די דאָזיקע נאָטיצן מײַנע אין סאַן-דיעגאָ, וווּ כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, לויט דער ניו-יאָרקער צײַט. געקומען בין איך אַהער אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ מכּוח באָגדאַן כמעלניצקי (וועגן איר וועל איך שרײַבן באַזונדער), וועמענס דענקמאָל אָדער גאַס, צי ביידע זאַכן, געפֿינט מען אין יעדער אוקראַיִנישער שטאָט. ער איז דאָך אין אוקראַיִנע ווי טעאָדאָר הערצל, להבֿדיל, אין ישׂראל. אָבער אין דער פּראָגראַם זע איך ניט קיין אָנטיילנעמער פֿון אוקראַיִנע. וועגן ייִדישע ענינים אַרום כמעלניצקי, סײַ אין די צײַטן פֿון די גזירות תּ״ח תּ״ט סײַ אין די שפּעטערדיקע יאָרן, וועלן רעדן געלערנטע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל און צפֿון-אַמעריקע. איך פֿאַרטײַטש עס ווי אַ סימן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן קיינעם ניט געפֿונען, וואָס זאָל זיך אויסטויגן אויף אַזעלכע זאַכן אין אוקראַיִנע גופֿא.
דאָס הייסט ניט, בשום-אופֿן, אַז אין אוקראַיִנע גייט ניט אַרויס קיין אַקאַדעמישע, צי כּמו-אַקאַדעמישע, פּראָדוקציע, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישע לימודים. אָבער זייער אָפֿט טראָגט זי אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון אַמאַטאָרישקייט, פֿון זײַן געמאַכט מיט די סאַמע בעסטע כּוונות, מיט גרויס ענטוזיאַזם, אָבער זייער ווײַט פֿון דעם אַקאַדעמישן דרך-המלך; ערגעץ אין אַ זאַוווּלעק. און אָט אַזאַ, אין אַ זאַוווּלעק, אָבער מיט ענטוזיאַזם, געמאַכט בוך האָב איך אַנומלט געקויפֿט אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס בוך איז געווידמעט יוסף טרומפּעלדאָר, בפֿרט די עפּיזאָדן פֿון זײַן טעטיקייט אין קרים. דאָס בוך טראָגט אויף זיך דעם נאָמען פֿון אַ פֿאַרלאַג באַזירט אין דער שטאָט פֿעאָדאָסיע, אין קרים.
איך האָב אַ סך טענות צו דעם בוך, בפֿרט צום קאַפּיטל, אָנגעשריבן דורך אַלכּסנדר שולמאַן פֿון תּל-אָבֿיבֿ, אָבער אין דער סקאַרבאָוונער שפּראַך פֿון אַ סאָוועטישן (איצט — ציוניסטישן) פּראָפּאַגאַנדיסט, נוצנדיק אַזעלכע באַגריפֿן ווי дикарь-бедуин, "אַ ווילדער מענטש, אַ בעדויִן". דער געדאַנק איז, אַ פּנים, געווען אַ גוטער: מיר האָבן ניט קיין אייגענע עקספּערטן, זאָל עס אָנשרײַבן אַן ישׂראלי. אָבער געפֿונען האָבן זיי, לויט אַלע סימנים, אַ דילעטאַנט, ליבהאָבער. דערצו שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר פֿון דער הקדמה האָט אַפֿילו ניט איבערגעלייענט די איבעריקע מאַטעריאַלן פֿון דעם באַנד, וועלכע זײַנען דווקא אינטערעסאַנט. עס קומט די צונויפֿשטעלער אַ יישר-כּוח פֿאַר איבערדרוקן זיי: טרומפּעלדאָרס אייגענע אַרטיקלען און זכרונות וועגן זיך. טשיקאַווע און ניצלעכע זאַכן געפֿינט מען אויך אין דעם אָפּטייל (כאָטש ס’איז אויך געמאַכט אויף אַן אַמאַטאָרישן שטייגער, מיט פֿאַרדריסלעכע גרײַזן, אָן אַן אָנשפּאַר אויף דער עקזיסטירנדיקער ליטעראַטור), וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט דער צײַט, וואָס טרומפּעלדאָר האָט פֿאַרבראַכט אין קרים.
יוסף טרומפּעלדאָר איז געבוירן געוואָרן אין 1880 אין אַ משפּחה פֿון אַ געוועזענעם קאַנטאָניסט. דערפֿאַר האָבן די טרומפּעלדאָרס געקאָנט וווינען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ. יוספֿס מוטער האָט געצויגן צו רוסישקייט, קריסטלעכקייט, אָבער דער פֿאָטער איז געווען אַ ייִד אַן עקשן און געפּרוּווט אויסהאָדעווען זײַנע פֿילצאָליקע קינדער ווי ייִדן. פֿאַקטיש האָט זיך עס בײַ אים באַקומען נאָר מיט יוספֿן, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט אַן אימאַזש פֿון אַן אידעאַלן ייִד. קיין "ריכטיקע" ייִדן האָט ער דאָך אַרום זיך געזען זייער ווייניק.
שפּעטער וועט ער ניט איין מאָל אַנטוישט ווערן בײַם באַגעגענען אַ רעאַלן ייִדישן בשׂר-ודם, און קיין חידוש ניט, אַז גראָד אַזאַ מענטש האָט געחלומט ניט אַזוי וועגן אויסבעסערן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, אין גלות, ווי וועגן אויפֿצובויען אַ מדינה, באַפֿעלקערט ניט מיט דעם שטעטלדיקן עולם, נאָר מיט אידעאַלע, אויסגעחלומטע ייִדן. ס’איז ממש שרעקלעך צו לייענען ווי זאבֿ זשאַבאָטינסקי האָט איבערגעגעבן די ווערטער פֿון זײַן חבֿר, טרומפּעלדאָר:
...מיר דאַרפֿן שאַפֿן אַ דור, וועלכער זאָל ניט האָבן קיין אינטערעסן, קיין געוווינטשאַפֿטן. פּשוט ווי אַ שטיק אײַזן; בייגעוודיק — אָבער דאָך אײַזן. אַ מעטאַל, פֿון וועלכן מע קען אויסשמידן אַלץ, וואָס איז נייטיק פֿאַר דער נאַציאָנאַלער מאַשין. ס’פֿעלט אַ ראָד? איך בין דאָס ראָד. ס’איז ניטאָ קיין טשוואָק, שרויף, בלאָק? נעמט מיך. מע דאַרף גראָבן ערד? כ’גראָב. מע דאַרף שיסן, גיין אין סאָלדאַטן? כ’גיי. פּאָליציי? דאָקטוירים? יוריסטן? לערער? וואַסער־טרעגער? מהיכא-תּיתי, איך קען עס אַלץ זײַן. איך האָב ניט קיין פּנים, קיין פּסיכאָלאָגיע, קיין געפֿילן; אַפֿילו קיין נאָמען האָבן איך ניט: איך בין אַ ריינע אידעע פֿון דינען. כ’בין גרייט אויף אַלצדינג, כ’בין מיט קיינעם ניט פֿאַרבונדן; נאָר איין אימפּעראַטיוו איז מיר באַקאַנט: רק בויען.
און ער אַליין איז געווען פֿון אַזאַ שניט. יעדנפֿאַלס, אַזאַ אימאַזש פֿון אים באַקומט דער לייענער. אָט איז טרומפּעלדאָר אין דער רוסישער אַרמיי, ווערט אַ העלד, כּמעט אַ לעגענדע, בעת דער רוסיש-יאַפּאַנישער מלחמה, ווען ער פֿאַרלירט די לינקע האַנט, אָבער בלײַבט דינען און שלאָגן זיך. אָט בויט ער די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע "החלוץ", מיטגלידער פֿון וועלכער מוזן טאַקע האַלטן אין איין בויען. דערנאָך קאָמאַנדעוועט ער מיט ייִדישע זעלנער אין דער בריטישער אַרמיי. ווידער אין רוסלאַנד, ווידער אין ארץ-ישׂראל, וווּ ער, אַ 39־יאָריקער, פֿאַלט העלדיש, מיט די לעגענדאַרע ווערטער "ס’איז גוט צו שטאַרבן פֿאַר אונדזער לאַנד", בײַם פֿאַרטיידיקן דעם פּיצינקן ייִשובֿ תּל-חי.
אַ שאָד, וואָס מיר געפֿינען אין דעם בוך זייער ווייניק וועגן טרומפּעלדאָרס פּריוואַטן לעבן. איז ער אַ מאָל געווען פֿאַרליבט? האָט ער געהאַט קינדער? צי ער איז באמת געווען נאָר אַ מענטש — אַ פֿונקציע? אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור האָט ער שוין לאַנג מער פֿון צוויי דימענסיעס. אין קרים, אין אוקראַיִנע, אָבער, הייבט מען אָן פֿון דעם סאַמע אָנהייב אָן, און מע מאַכט פֿון טרומפּעלדאָר אַ מין פּאַווקע קאָרטשאַגין, דעם אידעאַל פֿון יונגע סאָוועטישע באָלשעוויקעס. אָבער לאָמיר ניט זײַן צו שטרענג צו די מחברים. די כּוונות זײַנען געווען גוטע — קרימער, אָבער ניט קיין קרומע.