ליטעראַטור

דער כאַרקאָווער פּאָעט איליאַ ריסענבערג
דער כאַרקאָווער פּאָעט איליאַ ריסענבערג
דער כאַרקאָווער פּאָעט איליאַ ריסענבערג האָט זיך שוין קונה-שם געווען צווישן די שעצער פֿון דער נײַער רוסישער דיכטונג. זײַן פּאָעטישער סטיל לאָזט זיך ניט באַשרײַבן דורך די באַקאַנטע באַגריפֿן׃ אַוואַנגאַרד, מאָדערניזם, נעאָ־קלאַסיק, סענטימענטאַליזם. ריסענבערג שאַפֿט אַן אייגענע פּאָעטישע וועלט, וואָס נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע שפּראַכלעכע און קולטורעלע שיכטן. ער מישט די גערעדטע רוסישע און אוקראַיִנישע שפּראַך מיט אַרכאַיִשער רוסישער לעקסיק, מיט די אימאַזשן פֿון תּנ״ך, חסידות און קבליסטישע ספֿרים. אויף שריט און טריט טראַכט ער אויס נײַע ווערטער, וואָס זײַנען צומאָל פֿאַרשטענדלעך, צומאָל נישט. דערבײַ באַנוצט ער זיך כּסדר מיט אַלטמאָדישע פּאָעטישע פֿאָרמען, וואָס דערמאָנען די רוסישע דיכטונג פֿונעם אַכצנטן יאָרהונדערט.
אין אַפּריל איז ריסענבערג באַלוינט געוואָרן מיט דער "רוסישער פּרעמיע", אַ ליטעראַרישע אויסצייכענונג פֿון דער באָריס־יעלצין־פֿונדאַציע. די דאָזיקע פּרעמיע איז באַצוועקט פֿאַר רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן, וועלכע וווינען מחוץ די גרענעצן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע. אָפֿיציעל האָט ריסענבערג פֿאָרגעשטעלט אוקראַיִנע, אָבער ער איז געקומען אויף דער צערעמאָניע אין אַ סאַמעטענער יאַרמולקע און געהאַלטן אַ דרשה וועגן גאָט. מען האָט אים אויך פֿאַרבעטן צו לייענען זײַנע לידער אין עטלעכע מאָסקווער באָהעמישע קלובן. מען קאָן אים זען און הערן אין קורצע סוזשעטן אויפֿן יו־טיוב, ווי ער איז אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין לייענען זײַנע לידער בעת דער עולם אַרום אים האַלטן אין איין עסן, טרינקען און אַרומוואַלגערן זיך.
ריסענבערגס לידער באַהאַנדלען די סאַמע געהויבענע און געהיימע טעמע׃ די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און זײַן באַשעפֿער. ריסענבערג איז גוט באַהאַוונט אין ייִדישע מקורים, מסתּמא דורך די רוסישע איבערזעצונגען, און זײַנע לידער פֿורעמען אויס אַ מין מיסטישן דיכטערישן מדרש. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מין מדרש ווי, למשל, אין מאַנגערס "מדרש איציק". ריסענבערג איז זייער ערנסט. צומאָל באַנוצט ער זיך מיט שטיקלעך הומאָר און סאַטירע, בפֿרט, ווען ער שרײַבט וועגן דער אַרומיקער ווירקלעכקייט. אָבער עס איז ניטאָ קיין שפּור פֿון איראָניע אין זײַן באַציִונג צו זײַן דיכטערישן שליחות. דיכטונג איז פֿאַר אים אַ יורש פֿון נבֿואה.
דער דיכטער און שרײַבער אָלעג יוריעוו, אַ גרויסער מומחה אויף דער רוסישער דיכטונג, האָט פֿאַרגליכן ריסענבערגס דיכטערישע שפּראַך מיט דעם אַלט־כּנענישן לשון, וואָס ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן לכאורה גערעדט איידער עס זײַנען געקומען די אשכּנזים פֿון די דײַטשישע לענדער און מיטגעבראַכט ייִדיש. ריסענבערג שאַפֿט זײַן לשון אַליין, פֿאַר זײַן אייגענער שעפֿערישקייט. דאָס איז "אַ שפּראַך, וואָס האָט ניט און וועט קיין מאָל ניט האָבן קיין פֿאָלק; וואָס האָט ניט קיין המשך — אָבער וואָס האָט און וועט יאָ האָבן אַן אייגענע דיכטונג" — שרײַבט יוריעוו. ריסענבערג באַשרײַבט זײַן לשון ווי "עבֿרית פֿונעם פֿאַרבאָרגענעם גלות".
אין זײַנע לידער פֿירט דער דיכטער דורך אַ לאַנגן שמועס מיט דעם אייבערשטן. ער וויל אַרויסזאָגן זײַנע מטושטשע געפֿילן און געפּלאָנטערטע געדאַנקען און הערן אַן ענטפֿער דעראויף. דער שמועס איז זייער אָנגעשפּאַנט, הגם קוים פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ דרויסנדיקן צוהערער. אייניקע מעטאַפֿאָרן קלינגען גרויסאַרטיק־מאָדנע, אָבער זיי לאָזן זיך בלויז באַשרײַבן, און לאָזן זיך ניט איבערזעצן אין אַן אַנדערער שפּראַך׃ "מײַן פּחד איז קינדיש־אָבסעסיוו, ווי די שאָך פֿאַר די אָנהייבער". אין יעדער שורה שאַפֿט ריסענבערג נײַע ווערטער דורך צונויפֿשטויסן באַגריפֿן, וואָס האָבן, אין אַ געוויינטלעכן זין, אַ קנאַפּן שײַכות איינער מיטן אַנדערן׃ "דער אייבערשטער תּהום" אָדער "דער תּהילים־פּונקט".
ריסענבערג, דער דיכטער, בויט אַרום זיך אַ פּלויט פֿון אַסאָציאַטיווע באַגריפֿן, כּדי צו באַטאָנען זײַן אָפּגעפֿרעמדקייט פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער האָט ניט קיין היים, אַפֿילו אין ייִדישקייט׃ "אַ גאַסט אין בית־מדרש, אַ טאָטער אייראָפּעס". אָבער ער פֿאַרמאָגט אַן אינטימען גײַסטלעכן שײַכות צו דער קבלה און חסידות. דער בעש״ט האָט אונטערגעשעפּטשעט דעם דיכטער זײַן תּורה, און יענער האָט זי איבערגעטײַטשט אין זײַנע לידער. דער דיכטער דברט, לויטן הײַנטיקן נוסח, די אַלטע "עשׂרת־הדיברות".
איליאַ ריסענבערגס פֿאַקטישע ביאָגראַפֿיע איז גאָר ניט יוצא־מן־הכּלל׃ געבוירן אין כאַרקאָוו, אין 1947, האָט ער פֿאַרענדיקט דעם כעמישן פֿאַקולטעט פֿונעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט. ער שפּילט שאָך אויף דער מײַסטער־מדרגה און פֿירט אָן מיטן שאָך־קרײַזל און מיטן פּאָעטישן קלוב בײַם כאַרקאָווער ייִדישן קולטור־צענטער "בית־דן". סך־הכּל האָט ער אָנגעשריבן העכער ווי צוויי טויזנט לידער, וואָס זײַנען פֿאַרעפֿטלעכט אין עטלעכע זאַמלונגען און זײַנען טיילווײַז צוטריטלעך אויף אינטערנעץ. דאָס לעצטע זאַמלבוך זײַנס, "דער דריטער פֿון די צוויי", האָט אים געבראַכט די "רוסישע פּרעמיע".
צי קאָן מען האַלטן ריסענבערגס דיכטונג פֿאַר אַ מוסטער פֿון דער "רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור"? מסתּמא — אי יאָ, אי ניין. "יאָ" — ווײַל כּדי משׂיג צו זײַן ווי ווײַט עס גייען די מעגלעכע יסודות פֿון זײַן פּאָעטיק, דאַרף מען זײַן באַקאַנט מיט די ייִדישע מקורים. און "ניין" — ווײַל זײַן דיכטונג איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער רוסישער — און נאָך ברייטער, אין דער סלאַווישער — פּאָעטישער טראַדיציע, ניט געקוקט אויף איר אייגנאַרטיקייט. ריסענבערג איז אַ דיכטער פֿון גלות, סײַ פֿונעם ייִדישן, און סײַ פֿונעם רוסישן.
ריסענבערגס דערפֿאָלג אין מאָסקווע איז אַ סימן, אַז די רוסישע ליטעראַרישע "מעטראָפּאָליע" באַקומט אַלץ מער אינטערעס אין די "פּראָווינצן" מיט זייערע אייגנאַרטיקע ליטעראַרישע קולות. אַ היפּשע צאָל פֿון די דאָזיקע קולות געהערן צו ייִדישע שרײַבער, הגם ווײַט ניט אַלע פֿון זיי באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס. אָבער זיי האַלטן אין איין אויספֿורעמען אַ גאַנצע רוסישע ליטעראַרישע שיטה מיט אַ באַשטימטן ייִדישן טעם. בהדרגה אַנטפּלעקט מען נײַע שיכטן אין דער ייִדישער קולטור, וואָס זײַנען ביז לעצטנס געווען ניט צוטריטלעך פֿאַרן רוסישן לייענער׃ די ווערק פֿון דער נײַער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור — חסידות, קבלה, מדרש, מיטלאַלטערלעכע דיכטונג און געדאַנק.
די דאָזיקע ירושה ווערט באַהערשט דורך רוסישע לייענער און שרײַבער, און באַרײַכערט זייער כּוח־הדמיון. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די רוסישע ליטעראַטור גייט אַנטקעגן דעם הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער מלוכה. בעת די מאַכט אין רוסלאַנד ווערט אַלץ מער אויטאָריטאַריש און פּרימיטיוו אין איר וועלטבאַנעם, באַקומט די רוסישע ליטעראַטור, בפֿרט מחוץ רוסלאַנד, נײַע שעפֿערישע אימפּולסן פֿון קאָנטאַקטן מיט אַרומיקע קולטורן, און ווערט אַלץ מער אַלוועלטלעך און קאָסמאָפּאָליטיש.