- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
רעדט זיך דאָ וועגן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "אַ באַשיידענער פֿאָרשלאָג." געשריבן האָט די פּיעסע דער ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג קען קייסאַר, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין רמת־גן און צו זײַנע צוויי יאָר האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעפּעקלט קיין אינדיאַנאַפּאָליס. מיט דער צײַט האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און האָט זיך גענומען צו דער מלאָכה פֿון שריפֿטשטעלערײַ. ערשטנס, האָט ער זיך מיט דער דראַמע אַרײַנגעלאָזט אין דער טעמע אַנטיסעמיטיזם, ייִדישער מאַסנמאָרד, און בכלל — וועגן ייִדנהאַס דורך די דורות. די שלאָג־ווערטער: "ייִדן זײַנען גײַציק אויף געלט," "רײַך," "קאַרג," "פֿאַרנעמען די בעסטע שטעלעס," דער עיקר אין דער פֿילם־אינדוסטריע. שוין אָפּגערעדט פֿון "יעזוס־מערדער." דאָס טעאַטערל זעלבסט פֿאַרמאָגט נישט מער ווי אַ 75 זיצפּלעצער, און נישט מער ווי אַ צוויי טוץ מענטשן האָבן באַזעצט די שטולן. איך האָב פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן "מוטערס־טאָג". זײַנען אַלע מאַמעס געווען רעקרוטירט צו עסן אין די רעסטאָראַנען, באַהאָנגען מיט בלומען־קראַנצן, אײַנגעטונקען אין די שאָקאָלאַדנע באָנבאָניערעס, אָדער גאָר געזעסן אין די היימען און געוואַרט אויף אַ טעלעפֿאָן־קלונג, געלאַשטשעט זיך אויף אַ גוטער ווינטשעוואַניע. מיר האָבן געוואַרט דער פֿאָרהאַנג זאָל זיך הייבן, און אַזוי ווי קיין פֿאָרהאַנג איז נישט געווען בנימצא, איז די קליינע בינע געווען אויסגעשטאַט מיט אַ לאַנגן טיש, פֿיר באַקוועמע שטולן, אַ הויכע סטעליע, ליכט, מיט פֿיר ביזנעס־מענער אין אַנצוגער. עס באַווײַזט זיך אַ הויכער, עלעגאַנט־געקליידטער יונגער־מאַן, שטעלט זיך אַוועק בײַ אַ פּלאַסטיש־ווײַסן טאָוול, שרײַבט עפּעס אומפֿאַרשטענדלעכס מיט אַ בלויען שריפֿט־פּענדזל, דרייט זיך אויס צו די פֿיר קאַרפּנקעפּ און מאַכט: "וואָס זאָגט איר דערצו וואָס מען באַלויכט און באַשטראַלט אײַך אויפֿן לופֿטפֿעלד בעת איר אײַלט זיך צו פֿליִען? איז דאָס נישט קיין אינוואַזיע פֿון פּריוואַטע קערפּער־טיילן?" אַלע שטימען אײַן. "און וואָס זאָגט איר דערצו וואָס מ׳סערווירט הײַנטיקע צײַטן די קינדער אין די שולן — פּיצאַ? זיי רופֿן עס אַ גרינצײַג. איז עס נישט קיין געלעכטער?" אַלע שטימען אײַן. "און וואָס טוט מען מיט די ייִדן? זײַנען זיי נישט איבעריק אויף דער וועלט?" אַלע שטימען אײַן. די פֿיר הייבן זיך אָן צו אַמפּערן און שפּאַרן. איינער קען בכלל נישט קיין ייִדן, ווייסט אַפֿילו נישט וואָס און ווער זיי זײַנען. אַן אַנדערער זאָגט, אַז ייִדן זײַנען געלטגײַציק און דערצו זײַנען זיי קליינלעך, קאַרג ווי די הינט, ממש חזירים. ער רעדט מיט גרויס היץ און איבערצײַגונג און פֿאַרגעסט נישט צו דערמאָנען, אַז אַלע ייִדן זײַנען רײַך. "אָבער פֿון וואַנען ווייסטו דאָס אַלץ?" — ווילן אַלע וויסן. "פֿון וואַנען? די גאַנצע וועלט ווייסט עס. אַלע ווייסן עס. ווער ווייסט עס נישט? זיי פֿאַרדינען זיך, אַז מען זאָל זיי הרגענען." דער הויכער אינקוויזיטאָר וואָס שטייט בײַם טאָוול קווענקלט זיך אַ ביסל. צום סוף גיט ער צו: "ברענגט מיר אַ ייִד און לאָמיר אים הרגענען." ברענגט מען אַ ייִד פֿון גאַס; שוין אַ געבונדענעם, מיט אַ פֿאַרשטאָפּט מויל מיט אַ שמאַטע. מען זעצט אים אויפֿן "הייסן בענקל," און מ׳גראַטולירט זיך וואָס מ׳האָט געכאַפּט אַ ייִד אין גאַס. פֿרעגט מען אים: "ביסט אַ ייִד?" קען ער דאָך נישט ענטפֿערן ביז מ׳בינדט אים נישט אויף דאָס מויל און מ׳לאָזט אים רעדן. "יאָ! איך בין אַ ייִד!" — טוט זיך דער ייִד מודה־ומתוודה זײַן. דערווײַל ציטערט אויף אים די הויט. וואָס גייען זיי מיט אים טאָן? "דו עסט כּשר?" — ווילן זיי וויסן. "ווי אַמאָל," מאַכט דער ייִד, "כאָטש מיר האַלטן נישט פֿון כּשרות אין דער היים." "מצות עסטו פּסח?" "נו, אַוודאי, דעם גאַנצן פּסח." "און אין דער סינאַגאָגע גייסטו?" — ענטפֿערט דער ייִד: "מיר רופֿן נישט אונדזער געבעטהויז ‘סינאַגאָגע.’ מיר רופֿן עס ‘שיל.’" קיינער פֿון די פֿינף פּראָקוראָרן האָבן נישט געהערט פֿון אַזאַ וואָרט. "און שבת האַלטסטו?" "ניין!" מאַכט דער ייִד. "איך האַלט נישט פֿון שבת, איך גיי נישט אין שיל און איך עס שינקע." "ביסטו דאָך נישט קיין ייִד?" — מאַכן די חבֿרה אַנטיסעמיטן. "עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע ייִדן צווישן אונדז," זאָגט דער ייִד, "פֿרומע און פֿרײַע. די וואָס זײַנען אַרײַנגעטאָן אין ייִדישקייט און די וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן דערמיט." "איז אין וואָס באַשטייט דײַן ייִדישקייט?" — ווילן זיי דווקא וויסן. "אין דעם וואָס איך בין גרייט אַרויסצוהעלפֿן יענעם ווען יענער איז אויף צרות. און אַ חוץ דעם, האָב איך זעכציק טויזנט דאָלאַר אין באַנק און בין גרייט זיך אויסצוקויפֿן. איך גיב אײַך אַוועק מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן אַבי לאָזט מיך אַרויס פֿון דאַנען." די אינקוויזיטאָרן באַשליסן, אַז ער איז נישט קיין ייִד. ער איז נישט קאַרג און איז גרייט זיך צו טיילן מיט זײַן פֿאַרמעגן. דערצו איז ער אויך אַ פֿײַנער מענטש. ער איז מסתּמא גאָרנישט קיין ייִד, און זיי באַפֿרײַען אים. דערווײַל גייט זיי אין לעבן צו קענען אַן אמתן ייִד. ברענגט איינער אַרײַן אַ פֿרומען ייִד פֿון גאַס; אַ ייִד מיט אַ קאַפּעליוש, מיט אַ ווײַסער באָרד און פּאות, אונטערן זשאַקעט הענגען די אַרבע־כּנפֿות, זײַן מויל איז פֿאַרבונדן. מען בינדט אים צו צום אויספֿאָרש־בענקל מיט אַ שטריק. און דאָ הייבט זיך אָן די אינקוויזיציע. מען בינדט אים אויף ס׳מויל און דער ייִד פֿאַרשטייט נישט וואָס מ׳וויל פֿון אים. זיי ווילן וויסן צי ער איז רײַך. אָבער דער ייִד איז גאָר אַן אָרעמאַן. זיי ווילן וויסן צי ער איז קאַרג. דער ייִד לאַכט זיך אויס פֿון זיי. אַז ער האָט נישט קיין געלט, ווי קען ער זײַן קאַרג. אָבער וואָס קלאַסיפֿיצירט אים ווי אַ ייִד, ווילן זיי וויסן. פֿאַרזיכערט ער זיי, אַז ער גייט אין שיל דאַווענען יעדן טאָג, ער עסט נישט קיין טריפֿס, ער איז נישט קאַרג און איז גרייט זיך אײַנצושטעלן פֿאַר יענעם. אינטערעסאַנט צו באַמערקן דעם חילוק צווישן די צוויי ייִדן: די פֿרומע און די פֿאַרשיידענע עדות ייִדן סײַ גלייביקע, סײַ נישט־גלייביקע; אַסימילירטע און די שאינו־יודעים־לשאול. פֿאַרשטענדלעך אַז פֿאַרן דײַטש זײַנען מיר אַלע געווען גייליק, אָן אונטערשייד. די חבֿרה באַנדיטן פֿאַרשטייען נישט וואָס דאָ קומט פֿאָר. זיי האָבן גאָר פֿאַרגעסן, אַז זיי האָבן אַהערגעשלעפּט אַ ייִדן אָן זײַן ווילן, ווײַל זיי ווילן אים הרגענען און ס׳איז נישט וויכטיק וואָסער ייִד ער איז. דעם סוף פֿון דער דראַמע זאָג איך נישט אויס. איר מוזט אַליין גיין זען די פֿאָרשטעלונג, און זען ווי גרינג מ׳קען פֿאַרפֿירן אַ יעדעס פֿאָלק און דערפֿירן עס צו הריגה, באַזירט בלויז אויף פּראָפּאַגאַנדע, שׂינאת־ישׂראל און האַס. טראַכט איך זיך אַרײַן אין דער דראַמע און קען נישט באַשליסן, צי זי איז באמת קינסטלעריש אויף אַ הויכער מדרגה, צי זי איז פּשוט אַ נאַיִווער פּרוּוו צו שילדערן אַ טעמע מיט וועלכער מיר זײַנען שוין אַזוי גוט באַקאַנט, און דאָ לייגט מען זי אויס אויף קליינע טעלערלעך פֿאַר אונדז, אַז מיר זאָלן קענען זי גרינג פֿאַרדײַען. ווי עס זאָל נישט זײַן, עס איז אַ פּרוּוו ווידער אַ מאָל אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין די נײַע סאַלאָנען פֿון שׂינאת־ישׂראל, וואָס נישט נאָר ווערט זי נישט פֿאַרמינערט נאָכן ייִדישן שעכטהויז פֿון זעקס מיליאָן, נאָר עס פֿאַרשפּרייט זיך ווי אַ מגפֿה אַרום דער וועלט. עס נעמען אָנטייל דזשעף אַוער, באַב גרינבערג, איתן הבֿו, ראַסל דזשאָרדזש, דזשאָנאַטאַן מאַרבאָלי, שמג ראָבערט, ווץ סמיטה; אַלע פֿעיִקע און אויסגעשולטע אַקטיאָרן. דער עיקר, קען נישט שאַטן נאָך אַ דראַמע וועגן דער פֿאַרשפּרייטסטער קרענק אין דער וועלט — נעמלעך אַנטיסעמיטיזם. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט אין סטודיאָ־טעאַטער, 410 וועסט 42סטע גאַס. בילעטן קאָסטן נישט מער ווי 15 דאָלאַר. (212)-239-6200 http://www.telecharge.com |