טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "משיח אין אַמעריקע"
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "משיח אין אַמעריקע"
געלויבט צו גאָט מיר האָבן דערלעבט, נאָך אַ קײַמא־לן פֿון יאָרן צו זען וואָס די נײַע אַרטיסטישע גרופּע "ייִדישרעפּ" (רעפּערטואַר־טעאַטער) האָט זיך אונטערגענומען צו שטעלן עקספּערימענטאַלן ייִדישן טעאַטער וואָס מ׳קען זיך נישט פֿאַרשעמען מיט זיי. די טרײַבקראַפֿט צווישן זיי איז אַ ייִד מיטן נאָמען דוד מאַנדלבוים. וואָס ס׳זאָל נאָר נישט זײַן, דעם ייִדן גייט אין לעבן צו עפֿענען אַ נײַ קאַפּיטל אין ייִדישן שוישפּיל, וואָס מען האָט פֿאַרנאַכלעסיקט אַ שלל מיט יאָרן. אָנערקענען ייִדיש־רעדנדיקע טאַלאַנטן, אַרטיסטן, הייסט עס, און אַרײַנקוקן וואָס ס׳טוט זיך אין אונדזערע קינסטלערישע שופֿלאָדן.
און אַ דאַנק דעם וווּנדערלעכן שוישפּילער, פֿאַרווײַלער און זינגער מײַק בורשטיין האָבן זיך מיט אַ מאָל געעפֿנט די טירן פֿון "Hebrew Actors Union" (ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן), וואָס זייער טיר איז געשטאַנען געשלאָסן צענדליקער מיט צענדליקער יאָרן נאָך אַנאַנד. האָט מען באַוויליקט צו עפֿענען דעם אייבערשטן צימער און פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ טעאַטערל מיט אַ 50 זיצפּלעצער, אַ פּראָוויזאָריש בינעלע, אַן עקראַן מיט איבערגעזעצטע סובטיטלען, ווײַל די פֿאָרשטעלונג וועגן וועלכער איך וועל זיך הײַנט אָפּגעבן מיט איר, איז אין גאַנצן אויף ייִדיש; אַ ליטעראַרישן ייִדיש, מיט אַקטיאָרן בײַ וועמען דאָס ייִדישע וואָרט דזשאַמדזשעט זיך נישט אין מויל, נאָר קומט אַרויס ריין און פֿאַרשטענדלעך. ווידער אַ מאָל... געלויבט צו גאָט.
בין איך אַוועק זען "משיח אין אַמעריקע," געשריבן פֿון משה נאַדירן; און ווער עס ווייסט נישט, איז משה נאַדיר אַמאָל געווען אַ ריזיקער הומאָריסט, אָנגעשריבן אַ פּאָר צענדליק ביכער פֿון הומאָר, סאַטירע, מיניאַטור־עסייען, פּאָעזיע און טעאַטערשטיק.
און ווען דער פֿאָרהאַנג האָט זיך געדאַרפֿט עפֿענען, און קיין פֿאָרהאַנג איז נישט געווען בנימצא, האָבן זיך באַוויזן צוויי באַקאַנטע אַקטיאָרן, יעלענאַ שמואלסאָן און רפֿאל גאָלדוואַסער. ער קומט צו אונדז פֿון פֿראַנקרײַך, וווּ ער פֿירט אָן אין שטראַסבורג מיטן "לופֿט"־טעאַטער.
זיי האָבן אויסגעשפּילט די ערשטע, קורצע סצענקע פֿון צוויי אַלטע לײַט. אַ סקיצע, וואָס הייסט "איך בין הערשל," געשריבן פֿון ראָבערט ענדערסאָן, איבערגעזעצט פֿון ענגליש האָט עס משה יאַסור, דער רעזשיסאָר פֿונעם גאַנצן ספּעקטאַקל. האָט די ערשטע סצענקע געהאַט צו טאָן מיט אַן אַלט פּאָרפֿאָלק וואָס פֿאַרלירט דעם זכּרון. דער מאַן געדענקט נישט צי ער איז דער ערשטער צי דער דריטער מאַן בײַ זײַן פֿרוי, און די פֿרוי געדענקט נישט סײַ דעם מאַנס און סײַ דעם אייגענעם נאָמען. זיי פּרוּוון זיך דערמאָנען, אָבער דער זכּרון דינט שוין נישט. ס׳איז אַ קאָמישע סצענקע, כאָטש ס׳איז נישטאָ פֿון וואָס צו לאַכן, ווײַל דער זכּרון בײַ עלטערע לײַט הענגט אויף אַ האָר, ווען זיי פּרובירן זיך דערמאָנען עפּיזאָדן, נעמען, געשעענישן. אָבער גיי שרײַ חי־וקים, דער פֿויגל איז נישטאָ. אַוועקגעפֿלויגן זייער זכּרון און גיי שרײַ חי־וקים. דער עולם האָט ממש גרויס הנאה געהאַט. קיין אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט געפֿעלט און צום שטוינען, דער קליינער זאַל איז געווען איבערגעפּאַקט, און ס׳רובֿ מיט יונגע מענטשן.
און איצט קום איך צום "משיח אין אַמעריקע," און כאָטש שלום־עליכם האָט אויף משה נאַדירן געזאָגט, און איך פּאַראַפֿראַזיר:
"משה נאַדיר איז געגליכן צו אַ פֿריש געפֿאַלענעם שניי, ווען די זון קומט אויף וועט דער שניי צעגיין." צי דאָס איז געווען קינאת־סופֿרים, ווייס איך נישט. איין זאַך ווייס איך יאָ, שלום־עליכם איז טאַקע געווען אונדזער קלאַסישער הומאָריסט צו וועלכן עס איז גאָר נישטאָ קיין גלײַכן. אָבער, ווען עס קומט צו קאָנקורענץ, פֿילט אַפֿילו אַ ריזיקער טאַלאַנט אַ שטיקעלע קינאה ווען עס שײַנט אויף אַ פֿרישער שטערן אויפֿן ליטעראַרישן הימל.
איז נאַדירס מעשׂה אַזאַ. ביזנעס! געשעפֿטן! געלט! דאָס איז אַמעריקע. מ׳זיצט און מ׳ברעכט זיך די קעפּ, ווי צו ברענגען אַ נײַעם ספּעקטאַקל פֿאַרן ייִדישן עולם און דערבײַ פֿאַרדינען אַ גרײַצער. זיצט דער בעל־הבית (רפֿאל גאָלדוואַסער) און זײַן סעקרעטאַר (שיין בייקער) און מ׳גייט אַדורך דעם אינווענטאַר פֿון ספּאָסובן. אפֿשר אַ מענטש וואָס קען שפּײַען אַמווײַטסטנס, אפֿשר אַ פֿרוי וואָס מאַכט קאָנטורן מיטן קערפּער, אפֿשר אַהין און אפֿשר אַהער. מיט איין וואָרט ס׳טויג נישט. ביז דעם סעקרעטאַר פֿאַלט אײַן אַ געדאַנק: פֿאַרוואָס נישט אַראָפּברענגען משיחן קיין אַמעריקע? נאָך אַלעמען, דער ייִדישער עולם לעכצט און בענקט נאָך זײַן קומען. נישטאָ קיין ייִד אויף דער וועלט וואָס וואָלט נישט געקויפֿט קיין בילעט צו זען משיחן אַזוי ווי ער גייט און שטייט.
אָבער וווּ נעמט מען אים? ווי קומט מען צו צו משיחן? דערמאָנט זיך דער סעקרעטאַר, אַז זײַן פֿרומער פֿעטער (דוד מאַנדלבוים) האָט ערשט אָנגעשפּאַרט די אַמעריקאַנער ברעגעס. אַ גרינער, דאַוונט דרײַ מאָל אַ טאָג, עסט כּשר, טראָגט אַ ברייטן קאַפּעליוש מיט אַ בכּבֿודיקער באָרד און פּאות, און דאָס בעסטע דערפֿון איז, וואָס דער ייִד האָט נישט קיין אַרבעט. ער איז נעבעך אַרבעטסלאָז, זוכט ערגעץ אַ שטעלע צו פֿאַרדינען אויף חיונה. נעמען די צוויי שפּעקולאַנטן און ברענגען אים אַראָפּ אין "אָפֿיס" און זאָגן אים צו גאָלדענע גליקן. וויל דער אַלטער ייִד וויסן אין וואָס באַשטייט זײַן אַרבעט. זאָגן זיי אים: "אין גאָרנישט. עס געפֿעלט זיי זײַן באָרד מיטן ברייטן קאַפּעליוש. אַלץ וואָס ער דאַרף," זאָגן זיי, "ווען מ׳וועט אים שטעלן אַ פֿראַגע, איז ‘איך מיין...’ דאָס אַלץ." דער ייִד פֿאַרשטייט נישט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. ער וויל מען זאָל אים אויפֿקלערן אין וואָס באַשטייט זײַן אַרבעט.
די צוויי זשוליקעס פֿאַרדרייען אים דעם קאָפּ אַזוי, אַז ער ווייסט שוין אַליין נישט אויף וואָסערער וועלט ער איז. דערצו לייגן זיי אים פֿאָר אַ געהאַלט פֿון פֿינף און דרײַסיק דאָלאַר אַ וואָך, פֿערציק דאָלאַר אַ וואָך, פֿופֿציק דאָלאַר אַ וואָך, אַבי ער זאָל זײַן "משיח אין אַמעריקע." וואָס זאָל איך אײַך זאָגן ליבע מענטשן, משה נאַדיר האָט מיט זײַן "משיח אין אַמעריקע" קריטיקירט דאָס ייִדישע טעאַטער אויף סעקאָנד עוועניו, די ביליקע לאַכערײַקעס, דעם שונד־טעאַטער, וווּ די מענטשהייט אונדזערע אין די דרײַסיקער יאָרן איז געלאָפֿן לאַכן און הנאה האָבן. דאָס איז געווען אַן עולם וואָס האָט געוואָלט אויסלאָדענען זיך פֿון אַ שווערער וואָך אַרבעט, פֿון די משפּחה־פּראָבלעמען, פֿון נישט קענען זיך אויסגרינען; אַן עולם, וואָס האָט געבענקט אַהיים צום שטעטל, צו דער משפּחה וואָס מ׳האָט איבערגעלאָזט מעבֿר־לים, און האָט נאָך נישט געמאַכט אַמעריקע. "משיח אין אַמעריקע" איז געווען אַ סאַטירע אויף אויסלייזונג, אַפֿילו ווען ס׳איז בלויז אַ מאַכערײַקע. דער עיקר האָט מען געקויפֿט אַ בילעט צו פֿאַרווײַלן זיך, זאָל זײַן "משיח אין אַמעריקע," אַבי זיך פֿאַרווײַלן אַ פּאָר שעה צײַט.
עס נעמען אָנטייל אין דער פֿאָרשטעלונג רפֿאל גאָלדוואַסער, וואָס איז געקומען אַהער אַזש פֿון שטראַסבורג, און וואָס זײַן ייִדישע דיקציע איז נישט אָפּצושאַצן, ממש צו לעקן די פֿינגער; שיין בייקער, וועמען ס׳איז דאָ וואָס צו באַוווּנדערן, מיט זײַן ייִדיש־לשון, אַזוי קלאָר און דײַטלעך, זײַן שפּילן און אַרײַנוואַרפֿן זיך אין דער ראָלע; דוד מאַנדלבוים, וועלכער האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן נישט נאָר אין דער ראָלע, נאָר אויך אין דער ראָלע פֿון שאַפֿן אַ ייִדיש־טעאַטער־ווינקל סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַר דער קליינער צאָל ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס; העלענאַ שמואלסאָן איז אויסנעמיק טאַלאַנטירט. זי איז בכּוח צו שפּילן סײַ יונגינקע ראָלעס און סײַ ראָלעס פֿון זקנות. רעזשיסירט דעם ספּעקטאַקל האָט משה יאַסור, אַ מענטש וואָס איז גוט באַקאַנט מיט ייִדיש־, ענגליש־, העברעיִש־ און רומעניש־טעאַטער. משה יאַסור איז אַ ספּעץ, ער קען די מלאָכה פֿון רעזשי. די אַקטיאָרן זײַנען הײַנט צו טאָג די בעסטע וואָס מיר פֿאַרמאָגן. דער אַקאָמפּאַנימענט בײַ דער פּיאַנע, דמיטרי סלעפּאָוויטש — אַ פּרעכטיקער מוזיקער — האָט צוגעגעבן סײַ אַ דראַמאַטישן און סײַ אַ לײַכטן טאָן צו דער פֿאָרשטעלונג. דמיטרי שפּילט אויף אַ שלל פֿון אינסטרומענטן און באַשײַנט די שׂימחה. לאָזט נישט אַדורך די פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם "נײַעם רעפּ־טעאַטער." זוכט זיי אין בלעטער פֿון "פֿאָרווערטס," וווּ זיי גיבן אָן די דאַטעס און דאָס אָרט וווּ זיי שפּילן.
די גרופּקע גרייט זיך צו שטעלן דעם קומענדיקן טעאַטער־סעזאָן בעקעטס "וואַרטנדיק אויף גאָדאָו," און נײַע אינאָוואַציעס אין זייער רעפּערטואַר. אַז מ׳פֿרעגט מיך, אָדער אַז מ׳זאָגט מיר אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז טויט, לאַך איך זיך אויס. פּונקט ווי מאַמע־לשון. נישט נאָר וויל עס לעבן, נאָר עס האָט נאָך אין זיך אַ לעבעדיקן אָדער וואָס קלאַפּט, אַ לעבעדיקן גײַסט וואָס רײַסט זיך צום לעבן, צי ס׳איז אין די אוניווערסיטעטן, אויף ייִדישע אונטערנעמונגען, צי גאָר צווישן די משפּחות וואָס כאָווען אויף זייערע קינדער אין ייִדיש. דער עיקר, מען טאָר נישט פֿאַרביליקערן, פֿאַרנאַכלעסיקן אַזאַ אוצר וואָס מיר פֿאַרמאָגן און וואָס רופֿט זיך ייִדיש־טעאַטער. עס נייטיקט זיך אין מענטשן־טעאַטראַלן, וואָס האָבן נישט קיין מורא פֿאַר אינאָוואַציע, פֿאַר עקספּערימענטאַציע, סײַ פֿאַרן ערנסטן און סײַ פֿאַרן פֿאַרווײַלערישן און סאַטירישן טעאַטער. און אויב מ׳נעמט זיך צום אַלטן רעפּערטואַר, מוז מען עס "אָדנאָוויען," באַנײַען, אַדאַפּטירן, פֿאַרשטיין און פֿאַרדײַען. מוז מען אָפּגעבן כּבֿוד און אָנערקענונג דער נײַער גרופּע וואָס פֿאַרשטייט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, ווײַל טעאַטער איז אַן איידעלע מאַטעריע, און ווער ס׳כאַפּט זיך אָן אין אירע גאָלדענע כוואַליעס, דער ווערט באַלוינט. נאָך אַ מאָל קומט אַ האַרציקער דאַנק מײַק בורשטיינען פֿאַרן עפֿענען די טויערן פֿון ״Hebrew Actors Union.״