מיכאַיִל שווידקאָי, אַ ספּעציעלער פֿאָרשטייער פֿון אינטערנאַציאָנאַלער קולטור־מיטאַרבעט בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט |
Credit: Arkadiy Yagudaev |
מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן רוסלאַנד און אַמעריקע אײַנגעפֿירט אַ פֿאַרווער אויף אויסצוטוישן זיך מיט מוזיי־עקספּאָנאַטן, צוליב דער פּראָבלעם, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום דער ביבליאָטעק פֿונעם ליובאַוויטשער רבי יוסף־יצחק שניאורסאָן. די טויזנטער ביכער געפֿינען זיך אין דער מאָסקווער צענטראַלער ביבליאָטעק און די רוסלענדישע מאַכט וויל זיי נישט אומקערן די ליובאַוויטשער חסידים. דער דאָזיקער פֿאַרווער שטערט צו עפֿענען די טירן פֿון די רוסלענדישע מוזייען און ברענגען קיין אַמעריקע זייערע אוצרות.
אַ דאַנק די צוזאַמען־באַמיִונגען פֿון דער גאַלעריע ABA און די פּריוואַטע קאָלעקציאָנערן, האָט זיך אײַנגעגעבן דעם בלויז, טיילווײַז, אויסצופֿילן. צווישן די דאָזיקע קאָלעקציאָנערן, וואָס האָבן צוגעשטעלט צו דער עקספּאָזיציע זעלטענע קונסט־ווערק פֿון זייערע זאַמלונגען, געפֿינען מיר אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי דער האָליוווּד־סטאַר און באַלעט־מײַסטער מיכאַיִל באַרישניקאָוו און דער פֿידלער־ווירטואָז און דיריגענט וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו.
"איך האָב מיט פֿרייד אונטערגעהאַלטן די אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם די שיינקייט און גרויסקייט פֿון רוסישער קונסט", — האָט געזאָגט באַרישניקאָוו בײַ דער דערעפֿענונג פֿון דער עקספּאָזיציע. צווישן די איבער 90 בילדער זײַנען אַרויסגעשטעלט די לײַוונטן פֿון אַזעלכע גרויסע רוסישע מאָלערס ווי וואַסילי פּעראָוו, מיכאַיִל ניעסטעראָוו, אַלעקסיי סאַווראַסאָוו, וולאַדימיר מאַקאָווסקי, לעוו באַקסט, קאָנסטאַנטין סאָמאָוו און אַנדערע.
אַ שאַרפֿער בליק |
Credit: Arkadiy Yagudaev |
אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמט אויף דער אויסשטעלונג דער רוסישער אַוואַנגאַרד, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון מעלערײַ אין 20סטן יאָרהונדערט. די גאַלעריע ABA פֿירט שוין במשך פֿון דרײַסיק יאָר אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט מיט די רוסישע און מערבֿדיקע מוזייען און קולטור־אינסטיטוציעס, בײַם אָרגאַניזירן און ספּאָנסירן פּערסאָנעלע אויסשטעלונגען פֿון אַזעלכע מאָלערס ווי דאַוויד בורליוק, באָריס אַניספֿעלד, נאַטאַליאַ גאָנטשאַראָוואַ, באָריס גריגאָריעוו און אַנדערע.
אין די לעצטע 30 יאָר האָט די גאַלעריע געפֿונען און אידענטיפֿיצירט זעלטענע מוסטערן פֿון רוסישער קונסט און זיי אַרויסגעשטעלט אין פֿאַרשידענע גרויסע מוזייען און פּריוואַטע קאָלעקציעס פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. צו רעאַליזירן דעם איצטיקן פּראָיעקט האָט זיך אײַנגעגעבן אַ דאַנק דער הילף פֿון אַ סך מענטשן, אָבער קודם־כּל פֿון מיכאַיִל שווידקאָי, אַ ספּעציעלער פֿאָרשטייער פֿון אינטערנאַציאָנאַלער קולטור־מיטאַרבעט בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט. ער האָט געשטיצט דעם דאָזיקן פּראָיעקט פֿון סאַמע אָנהייב אָן. ספּאָנסירט האָט די אויסשטעלונג אולווי קאַסימאָוו, דער הויפּט פֿון דער אינוועסטיציע־קאָמפּאַניע IQ Group.
פֿון אַרקאַדי יאַגודאַיעוו