ליטעראַטור

דער אָפּשטאַם פֿונעם וואָרט "אַלמאַנאַך" איז אומבאַקאַנט, אָבער מען איז זיך משער, אַז דאָס וואָרט נעמט זיך פֿון אַראַביש — "אַל מאַנאַך" — און באַטײַט "דער קלימאַט". אינעם פֿאַל פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען" תּשע״ב", נומער 29, פּאַסט דער דאָזיקער טײַטש, ווײַל דער אַרומנעמיקער באַנד שפּיגלט אָפּ דעם קלימאַט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. אין די כּמעט 500 זײַטן וועט איר געפֿינען אַ שאַפֿונג — אָדער פֿון פּאָעזיע, פּראָזע אָדער עסיי — פֿון יעדן ווינקל און ווינקעלע אין אונדזער ייִדיש־לאַנד: אויסטראַליע, אייראָפּע (מערבֿ־, מיזרח־ און רוסלאַנד), אַמעריקע און ישׂראל. גאַנץ "קעקעלע (ק״ק) קהל" באַטייליקט זיך אין דער צײַטשריפֿט, רעדאַקטירט פֿונעם פּראָפֿעסאָר און פּאָעט דובֿ־בער קערלער, וועלכער לערנט אינעם אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. ער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע נאָך דער פּטירה פֿון זײַן טאַטן, דעם פּאָעט און גרינדער פֿונעם "אַלמאַנאַך", יוסף קערלער, ז״ל.
וווּ קע מען הײַנט בכלל לייענען ווערק אויף ייִדיש, סײַ בעלעטריסטיק, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע? דער "פֿאָרווערטס" באַמיט זיך אָפּצודרוקן וויפֿל די צײַטונג קאָן, אָבער לענגערע ווערק פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם צײַטונג־פֿאָרמאַט. זײַנען געבליבן די ניו־יאָרקער זשורנאַלן "די צוקונפֿט", "אויפֿן שוועל" און, פֿון צײַט צו צײַט, דער פּאַריזער "גילגולים", וואָס איז בפֿירוש פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. אויף דער אינטערנעץ קען מען אויך לייענען קורצע ווערק אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן, אָבער מען איז נאָך נישט צוגעוווינט צו לייענען דאָרטן לענגערע שאַפֿונגען. פֿאַרקערט, דער געדולט צו לייענען תּוכיקע שריפֿטן אויף דער אינטערנעץ ווערט קירצער און קירצער.
אַפֿילו פֿאַר די ייִדיש־טוער, וועלכע האַלטן, אַז זיי קענען גוט די ייִדיש־וועלט, וועט מען אינעם "אַלמאַנאַך" געפֿינען נײַע נעמען, נײַע טאַלאַנטן, און עס טוט אונדז הנאה, וואָס מע האָט אַזוינע שאַפֿערישע ייִדיש־פֿרײַנד איבער דער וועלט. בלויז דער ערשטער קורצער טייל פֿונעם "אַלמאַנאַך" אונטערן נאָמען "בענקשאַפֿט" גיט זיך אָפּ מיט די שאַפֿונגען פֿון די שוין־פֿאַרשטאָרבענע פּאָעטן, ווי: שיקע דריז, רחל בוימוואָל, זיאַמע טעלעסין. די איבעריקע פֿיר הונדערט פֿופֿציק זײַטן זענען כּולל בלויז נײַע ווערק. נו, אפֿשר נישט אַלע טאַקע ווערק — קאָבי ווײַצנערס פֿאַנטאַסטישע פּיעסע "קאַרפּילעווסקי אָדער וואָס טוט מען דערמיט" האָב איך שוין פֿריִער געלייענט געדרוקטערהייט. אָבער, נישקשה, דער באַנד שאַפֿט אַ רושם מיט דער גרויסער צאָל שרײַבער.
דער אײַנדרוק אין דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, אַז די פּאָעטן שטײַגן אַריבער אין צאָל די פּראָזע־שרײַבער ווערט נישט באַשטעטיקט אין דעם נומער "אַלמאַנאַך". די דערציילונגען פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום, מרים האָפֿמאַן, באָריס סאַנדלער, טאָמאַס סאָקסבערגער, מ. אײַזענבוד, עמיל קאַלין, גריגאָרי קאַנאָוויטש, בער קאָטלערמאַן און זשיל ראָזיע (אַ קאַפּיטל פֿון ראָמאַן) און די מיניאַטורן פֿון דניאל קענעדי, דבֿורה קאַצעוויטש און מאַרטינאַ ראַוואַניאַן דעקן כּלערליי טעמעס און סטילן און ווײַזן אָן, אַז די ייִדישע פּראָזע האָט אַ צוקונפֿט.
אַן אַנדער אָפּטייל נעמט אַרײַן זכרונות. און דאָ קען מען לייענען אינטערעסאַנטע קאַפּיטלעך זכרונות פֿון מישע לעוו און מרדכי יושקאָווסקי. עס ווערט אויך אַרײַנגענומען אין דעם טייל אַן אַרבעט פֿון אַלכּסנדרה פּאָליאַן און מאַריאַ קאַספּינאָ וועגן די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס קיין טשערנאָוויץ וואָס זיי, מיט אַנדערע, האָבן דורכגעפֿירט אין יאָר 2004.
די פֿאָרשערישע עקספּעדיציעס צו ייִדיש־רעדערס פֿונעם עלטערן דור אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן געזאַמלט אַ סך וויכטיקע מאַטעריאַלן, אָבער ס‘רובֿ פֿון זייערע אַנאַליזן קען מען בלויז לייענען אויף רוסיש; איז אַוודאי אַנגענעם, אַז מע זאָל הערן וועגן די עקספּעדיציעס אויף ייִדיש. הײַנט דינען אַזוינע נסיעות נישט נאָר ווי אַן אַקאַדעמישע זאַמל־אַרבעט, נאָר, און אפֿשר דער עיקר, ווי אַ מיטל פֿאַר די ייִנגערע ייִדישע דורות אין די לענדער זיי זאָלן האָבן אַ קאָנטאַקט מיט ייִדיש־ייִדישע מענטשן, און דורך דעם, זיך פֿאַרטיפֿן אין זייער אייגענער געשיכטע און קולטור.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" ווערט געדרוקט אַן אָריגינעלע עסיייִסטיק און קריטיק. די אַרבעטן זענען אָנגעשריבן אין אַ פֿאַרשטענדלעכן לשון, דאָס הייסט, נישט געצילט בלויז פֿאַר אַקאַדעמיקער, נאָר פֿאַרן ברייטערן עולם. אין די עסייען וועגן "לשון און לעבן" שרײַבט דזשעראָלד פֿרייקס וועגן דער שפּראַך אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908, און בפֿרט וועגן די מעטאַפֿאָרן, וואָס מע האָט געניצט אין די שמועסן אַרום דער קאָנפֿערענץ. וועלוול טשערנינס אַרבעט וועגן מענדעלעס אַ צוויי־שפּראַכיקן שפּאַס איז אַ באַדײַטנדיקער צושטײַער צו "מענדעליאַנע". אויף אַ מער הײַנטצײַטיקער טעמע שרײַבט אַריאל אבֿן־מעשׂה וועגן דער שפּראַך אין געשריבענע חסידישע דרשות. לייזער בורקאָ, יצחק לודען, יהודה גור־אַריה און משה קיאַק באַטייליקן זיך מיט געזעלשאַפֿטלעכע און היסטאָרישע אַרבעטן.
אינעם אָפּטייל וועגן ליטעראַטור, האָט מען איין אַרבעט איבערגעזעצט פֿון רוסיש: וואַלערי סלוצקיס "וועגן דוד האָפֿשטיינס פּאָעטיק", אַ תּוכיקער אַנאַליז וועגן דעם גרויסן פּאָעט; און אין עופֿר דינעס אַרבעט באַשרײַבט זי אַ פֿאַרגעסענעם "שונד"־ראָמאַן — "דער טויט פֿון אָטאָ ווײַנינגער", געשריבן בשותּפֿות פֿון יצחק באַשעוויס און אַהרן צייטלין אין וואַרשע פֿאַר דער מלחמה. חייקע ברוריה וויגאַנד פֿון ענגלאַנד שרײַבט וועגן דעם לאָנדאָנער פּאָעט א. נ. שטענצל און זײַנע שאַפֿערישע יאָרן אין בערלין און ווײַטשעפּל.
צי דאַרף מען דאָס לייענען "ווייטשעפּל"? איך טרײַב קאַטאָוועס, ווײַל איך ווייס, אַז מע רעדט דאָס אַרויס מיט "ײַ", אָבער אינעם באַנד, האָט מען נאָך אַמאָל געניצט אַן אָרטאָגראַפֿיע וואָס איז מחוץ למחנה, און די לייענער וואָס קענען זיך נישט אויס אין לאָנדאָן, וועלן נישט וויסן "ווײַטשעפּל" צי "ווייטשעפּעל". דאָס איז אַ שפּאַסיקער משל, אָבער פֿאַרן ייִדיש־סטודענט האָט מען נישט לײַכטער געמאַכט די טירחה צו לייענען, און בפֿרט ווען נעמען פֿון מענטשן און נעמען פֿון ערטער ווערן פֿאַרגרײַזט צוליב דעם אומלאָגישן עקשנות פֿונעם רעדאַקטאָר, (מסתּמא זײַנע לידער אויך.)
עס וואָלט אויך געווען געוווּנטשן, מע זאָל האָבן צוגעגעבן ביאָגראַפֿישע נאָטיצן וועגן די מחברים פֿונעם באַנד ווײַל, מיט דער צײַט, בין איך זיכער, וועט אַזאַ אַרומנעמיקער באַנד, וואָס גיט אַ בילד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם יאָר 2012, ווערן אַ היסטאָרישע פּובליקאַציע.