במשך פֿונעם הײַנטיקן יאָר בעת וועלכן מע מערקט אָפּ 100 נאָך ש. אַנ־סקיס היסטאָרישע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, וועט אונדז אויסקומען צו שרײַבן וועגן דער וויכטיקער פּערזענלעכקייט, אַנ־סקי, מער ווי איין מאָל. וועגן זײַן בוך־לאַנגער אַנקעטע, "דאָס ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" וואָס ער האָט נאָר באַוויזן אַרויסצוגעבן דעם ערשטן טייל אין 1914, האָבן מיר אויך שוין געשריבן. אָבער איצט האָבן מיר באַקומען אין דער האַנט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער אַנקעטע, איבערגעזעצט און אַנאָטירט פֿון פּראָפֿ׳ נתּניאל דויטש (Nathaniel Deutsch) אונטערן טיטל "דער ייִדישער טונקעלער קאָנטינענט: דאָס לעבן און דער טויט אינעם תּחום־המושבֿ", [The Jewish Dark Continent: Life and Death in the Russian Pale of Settlement] אַרויסגעגעבן פֿונעם האַרוואַרדער אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג אין 2011.
דער אויסדרוק "דער טונקעלער קאָנטינענט" האָט צו ערשט באַטײַט דעם אַפֿריקאַנער קאָנטינענט. אָבער דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו האָט אויך געניצט דעם אויסדרוק אין 1891 צו באַשרײַבן דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, מיינענדיק דערמיט, אַז די ייִדישע היסטאָריקער ווייסן באמת זייער ווייניק פֿונעם ייִדישן לעבן און מע דאַרף דאָס פֿאָרשן — "עס ליגט פֿאַר אונדז אונדזער אייגענער טונקעלער קאָנטינענט, ווי די ענגלענדער האָבן באַצייכנט דעם אינעווייניקסטן שטח פֿון אַפֿריקע, וואָס מע דאַרף אויספֿאָרשן און באַלויכטן" — האָט דובנאָוו געשריבן.
פּראָפֿ׳ דויטש באַטאָנט, אַז ווען דובנאָוו דריקט זיך אויס מיט אַזאַ טערמין ווי "טונקעלער קאָנטינענט", מאַכט ער דורך דעם אַ פֿאַרגלײַך צווישן די פּרימיטיווע אַפֿריקאַנער שבֿטים און די "פּרימיטיווע" ייִדן פֿון שטעטל. עס קומט אויס, אַז די ייִדן פֿון דער "מאָדערנער" ציוויליזאַציע, דאַרפֿן ראַטעווען די שטעטלדיקע ייִדן פֿון זייער "פֿינצטערניש", אַ פֿאַרשפּרייטע משׂכּילישע אידעאָלאָגיע.
די השׂגה, אַז דער געדאַנקען־גאַנג פֿון פּרימיטיווע פֿעלקער פֿון טויזנטער יאָרן צוריק איז איבערגעבליבן אינעם מוח פֿון די שטעטלדיקע "צוריקגעשטאַנענע" ייִדן, האָט געהאַט אירע חסידים ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער פֿאָלקלאָריסט ח. חיות פֿון דער "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע" אין די סוף 1920ער און 1930ער יאָרן האָט אַנאַליזירט די גלייבענישן און מינהגים פֿון די אַשכּנזישע ייִדן און האָט אָנגעוויזן אויף די פֿאַרבינדונגען מיט "פּרימיטיווע" פֿעלקער. אָנהייבנדיק סוף 19טן יאָרהונדערט, איז דאָס געווען די מאָדע אין אייראָפּעיִשע אַנטראָפּאָלאָגישע שטודיעס. דער שאָטלענדישער אַנטראָפּאָלאָג דזשיימס דזשאָרדזש פֿרייזער האָט פֿאַרגליכן אין זײַן מײַסטערווערק "דער גאָלדענער צווײַג" (צוויי בענד אין 1890, און 12 בענד אין דער אויסגאַבע פֿון 1906—1915) די רעליגיעס איבער דער וועלט, פֿון אַפֿריקע ביז אייראָפּע, און דאָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה נישט בלויז אויף אַנטראָפּאָלאָגן פֿון דער צײַט, נאָר אויך אויף דער ליטעראַטור — דער באַקאַנטסטער משל אין דער פּאָעזיע איז טי. עס. עליאָטס "דאָס פֿאַרוויסטע לאַנד", וווּ ער פֿאַררופֿטס זיך אויף פֿרייזערס ווערק.
אין זײַן אַרײַנפֿיר באַשרײַבט דויטש דאָס גאַנצע בילד פֿון דער קאָמפּליצירטער פֿיגור ש. אַנ־סקי. דער ראַדיקאַלער סאָציאַליסט האָט געוואָלט פֿאַרשטיין די מאַסן, זיך באַקענען מיט זייער לעבן און טראַכטן, און די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע איז געווען אַ מיטל דאָס צו טאָן; אָבער ער האָט אויך באַטראַכט די מאַסן ווי פּרימיטיווע פֿעלקער. אין אַ בריוו צו באַראָן גינצבורג, דעם פֿינאַנציעלן שטיצער פֿונעם פּראָיעקט, שרײַבט ער:
"צי וועל איך קענען האָבן דעם צוטרוי פֿון די אָרעמע און פּרימיטיווע מענטשן פֿון וועמען איך אַליין שטאַם, אָבער האָב איבערגעלאָזט במשך פֿון די אַלע יאָרן? און דאָך, אין מײַן נשמה פֿיל איך אַזאַ פֿרייד, אַז דער טײַערסטער חלום פֿון מײַן לעבן, וועט איצט מקוים ווערן..." (ציטירט זײַט 11).
דאָס בוך "דער ייִדישער טונקעלער קאָנטינענט" איז צעטיילט אין צווייען; דער ערשטער טייל דערציילט וועגן אַנ־סקי און זײַן עקספּעדיציע, און דער צווייטער טייל באַשטייט פֿון דער איבערזעצונג פֿון "דאָס ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם", אַן אַנקעטע פֿון 2,087 קשיות, וואָס האָט געזאָלט דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר די ייִדישע פֿאָקלאָריסטן און עטנאָגראַפֿן פֿון דער צוקונפֿט; אַן אַנקעטע "וואָס הייבט זיך אָן ווען די נשמה גייט אַרײַן אין גוף, און ענדיקט זיך ווען די נשמה גייט אַרויס פֿון גוף, און דעקט אַ סך טעמעס אין דער צווישנצײַט". כאָטש מיר האָבן נישט די ענטפֿערס אויף די קשיות, אַנטפּלעקט די אַנקעטע די טראַדיציעס, גלייבענישן, און מינהגים פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן, וואָס האָט פֿריִער נישט עקזיסטירט. דער אַרײַנפֿיר פֿון פּראָפֿ׳ דויטש נעמט אַרײַן נישט נאָר די ביאָגראַפֿיע פֿון אַנ־סקי, נאָר אויך אַ תּוכיקן אַנאַליז פֿון די קשיות אין דער אַנקעטע אין די ראַמען סײַ פֿון אַנ־סקיס לעבן און סײַ פֿונעם פֿעלד פֿון עטנאָגראַפֿיע.
די אַנקעטע איז צעטיילט אויף פֿינף טיילן: דאָס קינד, פֿונעם חדר ביז דער חתונה, די חתונה, פֿאַמליע־לעבן און דער טויט. פּראָפֿ׳ דויטשס פּראָבלעם בײַם צוגרייטן דעם באַנד, איז אַוודאי געווען אויסצורעכענען ווי אַזוי צו געבן הערות צו אַ ווערק וואָס דעקט יעדן פּרט פֿון אַ מענטשנס לעבן? ס׳איז דאָך נישט די אַרבעט פֿאַר איין מענטש, נאָר פֿאַר אַ גאַנצער מאַנשאַפֿט פֿון פֿאָרשער. למשל, די אַנקעטע פֿרעגט בײַם אָנהייב וועגן דער נשמה איידער זי גייט אַרײַן אין אַ מענטשנס גוף און וועגן דער נשמה אין דער מאַמעס בויך. דויטש ברענגט פּאַסיקע הערות פֿון דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור וועגן דעם גלייבן אין אַ גילגול אין דער קבלה, און פֿונעם תּלמוד אויף דער טעמע, און אַפֿילו פֿון מלכּה בערלאַנטס "די גליקלעכע מוטער", אַ וועגווײַזער פֿאַר מאַמעס פֿון ווילנע, 1836. אָבער אויסצוגעפֿינען ווי דער שטעטלדיקער ייִד פֿונעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט וואָלט געענטפֿערט אויף דער קשיא, אָדער כאָטש געטראַכט וועגן דעם ענין, דאַרף מען דאָס אויך זוכן אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, סײַ אין דער בעלעטריסטיק, סײַ אין דער זכרונות־ליטעראַטור פֿון יענער צײַט. קיינער האָט דאָס נישט געטאָן ביז אַהער און כאָטש ס׳איז אַ ריזיקע אַרבעט, וואָלטן די רעזולטאַטן געווען גאָר וויכטיק.
אין יהודה עלזעטס "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט דער מחבר געניצט דאָס ווערק פֿון שלום־עליכמען, מענדעלע, פּרץ, דיק און נאָך עטלעכע, צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן דער שפּראַך. דאָס זעלבע דאַרף מען טאָן לגבי די מינהגים און גלייבענישן, און נישט נאָר ניצנדיק די קלאַסיקער פֿון אונדזער ליטעראַטור, נאָר אַ גרעסערע צאָל ייִדישע שרײַבערס און שרײַבערינס פֿון אַ ברייטער געאָגראַפֿישער טעריטאָריע. דויטש האָט אויסגעניצט אַ ביסל פֿון דער זכרונות־ליטעראַטור ווי פּאָלע וועגעראָפֿס "זכרונות פֿון אַ באָבען" (צו ערשט געדרוקט אויף דײַטש און איבערגעזעצט אויף ענגליש) און עס קומט אים אַ יישר־כּוח. מע קען נישט האָבן קיין טענות צו אים וועגן דעם. די אַלע ווערק וואָס ער דערמאָנט, העלפֿן פֿאַרשטיין אַנ־סקיס אַנקעטע, און דעריבער דורך זײַן איבערזעצונג און פּירושים ווערט "דער טונקעלער קאָנטינענט" אַ ביסל ליכטיקער פֿאַר די אויגן.