ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך וועל ניט מאַכן קיין סוד פֿון דעם פֿאַקט, וואָס מיט אָלעג בודניצקין, דעם מחבר פֿונעם בוך Russian Jews Between the Reds and the Whites, 1917—1920 (רוסישע ייִדן צווישן די רויטע און די ווײַסע, 1917—1920), בין איך אַ פֿרײַנד. הגם מיר וווינען אין פֿאַרשיידענע לענדער, זעען מיר זיך גאַנץ אָפֿט, און ניט בלויז אין "סקײַפּ". די זאַך איז, אַז בודניצקי — אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין דער עליטאַרער מאָסקווער העכערער שול פֿון עקאָנאָמיע — איז הײַנט-צו-טאָג איינער פֿון די סאַמע "אָנזעעוודיקע" און "נאָכגעפֿרעגטע" היסטאָריקער אין רוסלאַנד; בפֿרט צווישן די, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿראַגן פֿון ייִדישער געשיכטע. ער נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַקאַדעמישן לעבן, אַזוי אַז מע קען אים באַגעגענען אין ניו-יאָרק, טאָראָנטאָ, בריסל און אַנדערע שטעט פֿון דער וועלט.
ס׳רובֿ פּובליקאַציעס זײַנע געהערן צו דרײַ טעמעס: די געשיכטע פֿון רוסלענדישער עמיגראַציע, די געשיכטע פֿון דעם בירגער-קריג, און די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ייִדישע אַספּעקטן פֿאַרנעמען אַ ממשותדיק, צי אַפֿילו צענטראַל, אָרט אין אָט די אַלע ריכטונגען. די ייִדישע טעמע איז, פֿאַרשטייט זיך, די צענטראַלע אין דעם בוך, וואָס איז לעצטנס אַרויס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. דער רוסישער נוסח איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2005. גלייבט מיר — כ׳זאָג עס ניט ווי אַ לויבגעזאַנג פֿאַר מײַן פֿרײַנד — אַז דאָס איז אַ בוך, וואָס מאַכט קליגער.
דער זעקס-מיליאָן-קרבנותדיקער חורבן האָט, מיט דעם פֿאַרנעם פֿון זײַן אימה, פֿאַרטונקלט אַנדערע שרעקלעכע געשעענישן אין ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט די שחיטות בשעתן בירגער־קריג אין רוסלאַנד, ווי אויך די פֿריִערדיקע טראַגעדיעס פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, מיט וועלכע בודניצקי מאַכט אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג. גלײַכצײַטיק, לייגט ער פֿאָר ניט פּרוּוון אויסצוגעפֿינען אַלע סיבות פֿון די פּאָגראָמען פֿון יענער צײַט, ווײַל עס האָט ניט קיין זין צו "ראַציאָנאַליזירן דאָס אומראַציאָנעלע".
אין די יאָרן 1918—1920 זײַנען בלויז אין אוקראַיִנע געווען מער פֿון 1,500 פּאָגראָמען אין אַריבער 1,300 ייִשובֿים. לויט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען, האָט מען בעת אָט די פּאָגראָמען דערהרגעט און פֿאַרווּונדעט צום טויט ניט ווייניקער פֿון 50 טויזנט, און אפֿשר אַפֿילו 200 טויזנט, ייִדן. נאָך 200 טויזנט זײַנען געווען ערנסט פֿאַרוווּנדעט; אַ סך פֿון זיי זײַנען פֿאַרבליבן קאַליקעס. טויזנטער פֿרויען האָט מען פֿאַרגוואַלדיקט. די פּאָגראָמען האָבן איבערגעלאָזט אַרום 50 טויזנט אַלמנות און 300 טויזנט יתומים.
געפּייניקט ייִדן האָבן אַלע מיליטערישע גרופּעס. באַזונדערס האָבן זיך "אויסגעצייכנט" די אוקראַיִנישע זעלנער — זייער חלק איז אַרום 40 פּראָצענט פֿון די פּאָגראָמען. כּלערליי באַזונדערע, אומאָפּהענגיקע באַנדעס האָבן געמאַכט אַ פֿערטל פֿון אַלע פּאָגראָמען, די ווײַסע אַרמיי — 17 פּראָצענט, די רויטע אַרמיי — 9 פּראָצענט, און אַזוי ווײַטער. אין דער רויטער אַרמיי, זײַנען אַנטיסעמיטיש געווען געשטימט די קאָזאַקן, וועלכע עס האָט שפּעטער באַשריבן איסאַק באַבעל.
אייניקע פּאָגראָמען פֿון יענער צײַט זײַנען געווען גאָר שרעקלעכע. למשל, דעם 15טן פֿעברואַר 1919 האָט די באַנדע פֿון איוואַן סעמענענקאָ אין משך פֿון פֿיר שעה אויסגעהרגעט 1,650 ייִדן אין דער שטאָט פּראָסקוראָוו, וואָס טראָגט זינט דעם יאָר 1954 אַ "בעסערן" נאָמען — כמעלניצקי. בודניצקי איז ניט מסכּים מיט די היסטאָריקער, וואָס האָבן דערזען אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צווישן דעם דײַטשישן נאַציזם און דעם ווײַס-אַרמיייִשן אַנטיסעמיטיזם. ער האַלט, אַז אַזעלכע שײַכותן זײַנען איבערגעטריבן.
ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז דאָס בוך איז ניט נאָר וועגן פּאָגראָמען. עס ווערן אַנאַליזירט די באַציִונגען צווישן די ייִדן, פֿון איין זײַט, און די באָלשעוויקעס צי אַנטי-באָלשעוויקעס, פֿון דער אַנדערער זײַט. פֿאַר דער גרעסטער צאָל ייִדן, האָט דער בירגער־קריג בולט באַוויזן, אַז — ניט געקוקט אויף די רויט-אַרמיייִשע פּאָגראָמען — איז דער סאָוועטישער רעזשים געווען פֿון דעסטוועגן דער איינציקער כּוח, וואָס האָט געקענט זיי פֿאַרטיידיקן פֿון גוואַלד-מעשׂים. די סאָוועטישע אָנפֿירער האָבן ניט געוואָלט דערלאָזן קיין עטניש-געצילטע שחיטות, בעת זייערע קעגנער האָבן טאָלערירט אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿון זייערע מיליטער־לײַט. דערצו נאָך: דער סאָוועטישער רעזשים האָט געעפֿנט פֿאַר ייִדן גאָר נײַע מעגלעכקייטן צו באַקומען אַ בילדונג און מאַכן אַ קאַריערע.
ווייניקער פֿון אַ יאָרהונדערט איז אַדורך זינט יענע צײַטן, ווען דאָס ייִדישע בלוט האָט זיך געגאָסן אין רוסלאַנד. אָבער בײַ מיר שאַפֿט זיך אַזאַ אײַנדרוק, אַז ס׳רובֿ יונגע ייִדן האָבן ניט קיין אַנונג וועגן די געשעענישן פֿון יענער צײַט. איך ווייס ניט, וואָס מע לערנט זיי אין ייִדישע שולן, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדישע געשיכטע איז זיי ווייניק, אָדער גאָר ניט, באַקאַנט. די טעג איז צו מיר געקומען אַ ייִדישע סטודענטקע, וואָס איז פֿון מעלבורן, אויסטראַליע, אָבער לערנט זיך ערגעץ אין ניו-יאָרק, און וויל ווערן אַ שרײַבערין. זי קלײַבט זיך דעם זומער צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד, כּדי אַ קוק טאָן אויף די ערטער, וווּ עס זײַנען געווען פּאָגראָמען. (צוליב דעם פֿאָרט זי קיין מאָסקווע און פּעטערבורג!) צו מיר איז זי געקומען מיט פֿראַגעס פֿון אַזאַ סאָרט: איז "פּאָגראָם" אַ ווערב צי אַ סובסטאַנטיוו? וואָס מיינט עס? צוליב וואָס און ווער האָט זיי געמאַכט?
אַ סבֿרא, אַז מיט אַזאַ צוגאַנג, מיט אַזאַ התמדה צום לערנען, וועט שוין קיין שום בוך ניט העלפֿן. אָבער איך בלײַב נאָך אַלץ אַן אָפּטימיסט און גלייב, אַז בודניצקיס בוך וועט העלפֿן אין דער טירחא צו ליקווידירן עם-הארצות בײַ אַנדערע יונגע לײַט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס עס וועט בלי-ספֿק ברענגען אַ סך נוצן די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער.