|
אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער תּלמוד, פּלאַטאָן, און דער גלאַנץ פֿון כּבֿוד. מאָסקווע׃ "קנישניקע", 2011. |
|
ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן".
קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל.
די גאַנצע טראַדיציע פֿון הלכה און אגדה, וואָס איז פֿאַרפֿיקסירט געוואָרן אין דער מישנה און גמרא, איז אַ פּועל־יוצא פֿון די "קליינשטעטלדיקע" ייִדן. זיי האָבן גערעדט אויף דעם דעמאָלטיקן ייִדישן "זשאַרגאָן", אַ געמיש פֿון אַראַמיש און העברעיִש, און האָבן געהאַט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿון די הויכע מדרגות פֿון דער גריכישער פֿילאָסאָפֿיע.
קאָוועלמאַנס בוך איז אַ זאַמלונג פֿון קורצע עסייען וועגן פֿאַרשידענע קליינשטעטלדיקע ייִדן פֿון דעם אַלטערטום. זײַן באַליבטער פּערסאָנאַזש איז דער תּנא רבי מאיר–בעל–הנס, דער העלד פֿון פֿילצאָליקע אַגדות. דער כּישוף פֿון די דאָזיקע מעשׂיות איז אין דעם, וואָס זיי לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן צו קיין שום קאָנצעפּציע אָדער סיסטעם. רבי מאירס אויספֿירן זײַנען תּמיד ניט פֿאַרשטענדלעך און פֿול מיט רעטענישן.
ייִדישע קולטור, באַטאָנט קאָוועלמאַן ווידער און ווידער אַ מאָל, איז ניט קיין "קולטור" אינעם גריכיש–אייראָפּעיִשן זין. די ייִדישע טראַדיציע פֿאַרמאָגט ניט קיין המשכדיקייט. "צווישן די דורות איז ממש 'וימש חושך’, דער אויער הערט ניט און דאָס אויג זעט ניט", שרײַבט קאָוועלמאַן.
אַ מומחה אין דער גריכישער קולטור פֿון דער העלעניסטישער תּקופֿה, האָט קאָוועלמאַן ספֿקות, אַז אונדזער גײַסטיקער קוק איז בכּוח דורכצודרינגען אָט דעם חושך פֿון דער צײַט. און דווקא דערפֿאַר קערט ער זיך ווידער און ווידער אַ מאָל צו די געהיימנישפֿולע געשטאַלטן פֿון דער מישנה און גמרא. ער פּרוּווט צו דערטאַפּן פֿאַרשידענע צײַטן און לענדער, און אַליין לעבט ער אי אין דעם פּאָסט-סאָוועטישן איצט, אי אין דעם סאָוועטישן נעכטן, אי אין דער אייערנעכטיקער רוסישער "זילבערנער תּקופֿה".
ייִדישע קולטור צייכנט אָן תּקופֿות אויף דעם פֿאָדעם פֿון דער צײַט. זי טראָגט אין זיך ניט קיין אַרומנעמיקע קאָנצעפּציע אָדער מוסר, וואָס לאָזט זיך אויסדריקן אין אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע אָדער מאָראַלישע באַגריפֿן. ייִדישע חכמים רעדן אויף דעם משל־לשון, מיט פּסוקים חכמות און רעטענישן. די ייִדישע חכמים פֿון אַלטע און נײַע צײַטן זײַנען געווען פֿול מיט חיות, זיי האָבן פֿאַרקערפּערט די תּורה אין זייער לעבן.
אַזוי איז לכתּחילה געווען אויך די קריסטלעכע תּורה, איידער זי איז "קאָסמאָפּאָליטיזירט" געוואָרן דורך פּאַול־שאול און דער קריסטלעכער קירך. און דערפֿאַר קוקן די קריסטן אַראָפּ אויף דער קליינשטעטלדיקער ייִדישקייט, וואָס זיי מעסטן לויט זייער קאָסמאָפּאָליטישער ווירע.
קאָוועלמאַן זאָגט, מעשׂה מענדעלע מוכר–ספֿרים׃ "איך שרײַב מײַן בוך אויפֿן אַלטן ייִדישן גאַנג. אויפֿריכטיקייט וויל זיך דאָ חבֿרן מיט למדנות, און די פּרקים ווערן געבוירן בונטע, ווי יעקבֿ־אָבֿינוס שעפּסן." אויף די זײַטן פֿון זײַן בוך טרעפֿן זיך רבי מאיר מיט פּושקינען און ישעיהו הנבֿיא מיט ניטצשע.
די עסייען זײַנען געדיכט באַוווינט מיט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות, וואָס פֿירן אַן ענדלאָזן שמועס מיטן מחבר און מיטן לייענער, אָבער דער זין פֿון די דאָזיקע שמועסן "איז פֿאַרטײַעט ווי אַן אַפֿיקומן". איבער דעם אייבערפֿלאַך, וואָס פֿאַרדעקט די פֿאַרבאַהאַלטענע סודות, וואַלגערן זיך בלויזע סימבאָלן, ווי שאָטנס "פּאַזע טרוקענעם און הייסן פֿלאַכלאַנד פֿון דעם טײַטש".
דאָס רובֿ עסייען אינעם בוך הייבן זיך אָן מיט אַן עפּיזאָד פֿון גמרא אָדער מדרש, וואָס ווערט ווײַטער אַרײַנגעוועבט אין אַ לײַוונט פֿון געקינצלטע אַסאָציאַציעס און פּרושים. דער מחבר פֿירט דעם לייענער פֿון אַ סעודה אין בבֿל אויף פּלאַטאָנס "באַנקעט" און נאָך דעם אויפֿן פּסחדיקן סדר צו די חכמים אין בני־ברק. מיט זײַן פֿרײַעם כּוח־המדמה וואַנדערט דער מחבר פֿון איין עק וועלט צו דעם אַנדערן, הגם ער פֿאַרבלײַבט תּמיד אין דעם אייביקן ייִדישן שטעטל, וואָס איז דער אָנהייב און דער סוף פֿון דער גאַנצער ייִדישער חכמה.
"די כּישוף־מאַכערײַ פֿון אַ היסטאָריקער איז די קונסט פֿון אָפּזוכן די גאַנצקייט", שרײַבט קאָוועלמאַן צום סוף פֿון זײַן ביכל. און ער שליסט׃ "מיר קענען זיך ניט אַרויסרײַסן פֿון אונדזער אייגענער צײַט, אָבער מיר קאָנען יאָ דערקענען די גרענעצן פֿון די היסטאָרישע תּקופֿות, צו דערזען די צײַטיקע חילוקים און דערשפּירן דעם איבערגאַנג פֿון איין בילד צו דעם אַנדערן". פּראָפֿעסאָר קאָוועלמאַן האָט אָנגעשריבן אַ הײַנטצײַטיקן מדרש, וואָס ברענגט צונויף די ווײַטע תּקופֿות און צעוואָרפֿענע בילדער איבער דעם תּהום פֿון צײַטיקע און רוימיקע גרענעצן.