אַפֿילו וועגן די "פֿאָרכטיקע" טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור האָט דאָס פֿאָלק געשאַפֿן און דערציילט פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנעקדאָטן, אָפֿט מיט אַ קאָמישן טאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם אויבן־אָן פֿון דעם מין מעשׂה פֿאַרנעמען אונדזערע וויצלער.
הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט געזאָגט: "דער על־חטא האָט אונדז געטאָן אַ גרויסע טובֿה. אַזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פֿאַרוועלן טאָן אַן עבֿירה, וואָלט איך ניט געוווּסט פֿון וואָס אויסצוקלײַבן און וועלכע איז בעסער צו טאָן. אָבער איצט, אַז ס'איז דאָ אַ רשימה פֿון עבֿירות איז עס אַ מחיה — איך עפֿן אויף דעם מחזור און קלײַב אויס פֿון על־חטא, וועלכע עבֿירה מיר געפֿעלט."
הערשעלע איז נישט געווען דער איינציקער וויצלער חוזק צו מאַכן פֿון די ימים־טובֿים. ווען מאָטקע חב״ד איז געקומען אין שיל אין אַ צעריסענעם בגד, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט, "סטײַטש? אויף יום־טובֿ טוט מען זיך אָן אַזוי?" "מיט מײַן בגד", האָט מאָטקע געענטפֿערט, "האָב איך נישט וואָס זיך צו שעמען. דאָס איז אַ בגד, וועלכער דינט מיר פֿאַר אַלע ימים־טובֿים: פּסח איז נישטאָ אויף אים קיין ברעקל; שבֿועות איז ער דורך מיט אַ תּיקון; ראָש־השנה בלאָזט אין אים פֿון אַלע זײַטן; יום־כּיפּור טויג ער אויף כּפּרות; חנוכּה איז ער פֿול מיט לאַטקעס און פּורים צעשיט ער זיך אויף מאָן".
די כעלעמער מעשׂיות צייכענען זיך אויס מיט זייער אַבסורדקייט, און מכּוח בלאָזן שופֿר דערציילט מען אַזאַ געשיכטע וועגן כעלם: אַמאָל האָט מען אין כעלם נישט געוווּסט פֿון קיין שטיוול. די כעלמער האָבן געטראָגן שיך אַפֿילו אין די גרעסטע בלאָטעס.
איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן אַ גבֿיר, אַ פֿרעמדער ייִד, און ווען ער איז אַרײַנגעקראָכן אין דער כעלעמער בלאָטע, איז זײַן שטיוול שטעקן געבליבן און ער האָט אים אין דער בלאָטע פֿאַרלוירן. פֿאַר פּסח, ווען די בלאָטעס האָבן זיך אויסגעטריקנט, האָט מען געפֿונען אין מיטן מאַרק דעם שטיוול, אָבער קיינער האָט נישט געוווּסט וואָס דאָס איז. האָט מען צוזאַמענגערופֿן אַן אַסיפֿה, און געטראַכט און געטראַכט איבערן שטיוול, און ס'איז געבליבן בהסכּם כּולם, אַז אַזוי ווי דאָס איז אויסגעבויגן, איז דאָס נישט אַנדערש ווי אַ שיידל פֿון אַ שופֿר, און ס'איז צוגעשיקט געוואָרן דער שטאָט מן־השמים.
האָט מען גענומען דעם שופֿר, וואָס איז געלעגן אָן אַ שיידל אין אָרון־קודש, אַרײַנגעלייגט אין דעם שטיוול און מיט גרויס פּאַראַד אַרײַנגעפֿירט אין שיל און צוריק אַרײַנגעלייגט אין אָרון־קודש. מאַכט זיך אַ מעשׂה, אַז דער פֿרעמדער גבֿיר, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם שטיוול קומט ווידער קיין כעלם, גייט שבת דאַוונען און, ווען מע האָט געעפֿנט דעם אָרון־קודש האָט ער דערזען זײַן שטיוול. "ווי קומט אַהער מײַן שטיוול?" — האָט ער זיך צעשריגן. "וואָס פֿאַר אַ שטיוול, דאָס איז אַ שיידל פֿון אַ שופֿר!" — האָט מען געענפֿטערט.
ס'איז געוואָרן אַזאַ גוואַלד, אַז ס׳איז כּמעט געקומען צו פּעטש. דער כעלעמער פּריץ האָט געהערט וועגן דעם און איז געקומען צו לויפֿן. ביידע צדדים האָבן אַוועקגעלייגט זייערע טענות. דער פּריץ האָט אויסגעהערט ביידע טענות, און געפּסקנט, אַז אויב דער פֿרעמדער גבֿיר וועט ווײַזן אַ צווייטן שטיוול, וועט דאָס זײַן אַ סימן, אַז ס'איז אַ שטיוול צו צוויי פֿיס. אויב נישט — וועט דאָס זײַן אַ באַווײַז, אַז עס איז אַ שיידל פֿון שופֿר.
"דער גבֿיר האָט פֿאַרוואָרפֿן דעם צווייטן שטיוול ערגעץ אין דער היים און נישט געקאָנט אים באַווײַזן, אַז ער האָט דעם צווייטן שטיוול. איז ער אַוועקגעפֿאָרן פֿון כעלם אַ פֿאַרשעמטער, און פֿאַר אַלעמען אין כעלם איז קלאָר געוואָרן, אַז דאָס איז טאַקע אַ שיידל צום שופֿר און געהערט צו כעלם."
אָבער ס'רובֿ פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנעקדאָטן מכּוח די הייליקע טעג האָבן נישט צו טאָן מיט קאָמעדיע, נאָר מיט אַ חשבון־הנפֿש איבער זיך און איבערן גאַנצן פֿאָלק. לויטן ייִדישן פֿאָלקלאָר איז ר' לוי־יצחק באַרדיטשעווער געווען דער גרויסער אויסטענהער מיטן רבינו־של־עולם. וועגן דעם רבין און שופֿר בלאָזן דערציילט מען עטלעכע מעשׂיות.
ר' לוי־יצחק באַרדיטשעווער האָט אַמאָל פֿאַר ראָש־השנה געזוכט אַ בעל־תּקיעה. זײַנען צו אים געקומען בעלי־תּקיעות פֿון דער גאַנצער שטאָט און יעדער האָט געוואָלט האָבן די זכיה צו זײַן ר' לוי־יצחקס בעל־תּקיעה. האָט ער זיי אַלעמען פֿאַרהערט און איטלעכן געפֿרעגט:
"וואָס האָסטו אין זינען בעת די תּקיעות? האָט יעדער זיך געפֿלײַסט צו ווײַזן וואָס אַ גרעסערע ידיעה אין די כּוונות. אָבער איין בעל־תּקיעה האָט געענטפֿערט: "רבי איך בין אַ פּראָסטער ייִד. כ'האָב פֿיר דערוואַקסענע טעכטער חתונה צו מאַכן און האָב נישט פֿאַר זיי קיין גראָשן נדן. בין איך מכוון אין די תּקיעות: רבונו־של־עולם, איך האָב געטאָן דײַן רצון און געבלאָזן פֿאַר דיר שופֿר, טו דו מײַן רצון און שיק מיר צו זווגים פֿאַר מײַנע טעכטער."
האָט זיך ר' לוי־יצחק דערפֿרייט און אים געזאָגט: דו האָסט די אמתע כּוונה און וועסט זײַן מײַן בעל־תּקיעה...
איין מאָל, ראָש־השנה צו תּקיעות, בעת לוי־יצחק האָט זיך געשטעלט בלאָזן שופֿר, האָט זיך דער שופֿר פֿאַרהאַקט און נישט ארויסגעגעבן קיין איין קלאַנג. ר' לוי־יצחק האָט געפּרוּווט דעם שופֿר אויף אַלע זײַטן, געטאָן אַלע סגולות, געזאָגט דעם פּסוק "ויהי נועם" — ניטאָ קיין קול שופֿר. האָט ר' לוי־יצחק אַוועקגעלייגט דעם שופֿר און געזאָגט: "רבונו־של־עולם, ווילסטו ניט, אַז איך זאָל בלאָזן שופֿר, טאָ זאָל דיר איוואַן בלאָזן שופֿר..."
די טענות פֿון ר' לוי־יצחק וואָלטן געקלונגען חוצפּהדיק בײַ אַנדערע ייִדן, אָבער אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, ווערט דאָס אויסגעטײַטשט ווי פֿאָלקישע העלדישקייט.
ר' לוי־יצחק האָט אַמאָל פֿאַרשפּעטיקט צו סליחות. בדרך־הטבֿע האָט דער גאַנצער עולם געוואַרט אויף אים. ווען ער איז געקומען אין בית־מדרש, האָט שוין געטאָגט, ווען אומעטום האָט מען שוין באַלד אָפּגעזאָגט סליחות. האָט זיך ר' לוי־יצחק אַוועקגעשטעלט און געזאָגט:
"רבונו־של־עולם! איך בין דאָך ניט מער ווי אַ בשׂר־ודם, בין שוין אַלט און שוואַך; ניטאָ קיין כּוח אויפֿצושטיין פֿאַרטאָג און זאָגן גאַנץ סליחות. אָבער דו, רבונו־של־עולם, דו ביסט דאָך אַן אל חי־וקים, ביסט ניט אַלט, ביסט ניט שוואַך, דאַרפֿסטו ניט שלאָפֿן — טאָ זאָג דו פֿאַר אונדז סליחות, און דו דאַרפֿסט קיין סך ניט זאָגן. דײַנע סליחות איז דאָך איין וואָרט: סלחטי!"
ווי מע זעט, האָט נישט געפֿעלט קיין הומאָר בײַ אונדזערע גרויסע רבנים און רביים אַפֿילו בעת די טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור. ר' נפֿתּלי ראַפּשיצער האָט געשמט מיט זײַן הומאָר.
איין מאָל, יום־כּיפּור, בעת ער איז געשטאַנען אײַנגעבויגן אין דער שמונה־עשׂרה, האָט איינער אויף אים אַרויפֿגעלייגט דעם מחזור און געזאָגט די שמונה־עשׂרה מיט "אַשמנו" און "על־חטא". נאָך דער שמונה־עשׂרה מאַכט נפֿתּלי צו יענעם: "דו האָסט געזינדיקט און אויף מיר זאָגסטו".