פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

יוסף גורי איז דער יהודה עלזעט פֿון אונדזער צײַט. עלזעט, דער מחבר פֿון "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט געשטרעבט צונויפֿצוזאַמלען אַלע "אוצרות" — ווערטלעך, אידיאָמען, אויסדרוקן — פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ניצנדיק, דער עיקר, דאָס ווערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער. גורי האָט זיך אונטערגענומען אַן ענלעכן פּראָיעקט און האַלט שוין בײַם זיבעטן באַנד אין זײַן פּלאַן. קודם האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך "אַז דער סוף איז גוט, איז אַלץ גוט: שפּריכווערטער" (1993), דערנאָך "ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער?: טויזנט ייִדישע אידיאָמען" (1997), און "קלוג ווי שלמה המלך: 500 ייִדישע פֿאָלקספֿאַרגלײַכן" (1999). אין 2002 איז אַרויס "וואָס דאַרפֿט איר מער?: 2,000 בילדערישע אויסדרוקן אין ייִדיש" און אין 2004 אַ זאַמלונג ברכות און קללות אינעם באַנד "לאָמיר הערן גוטע בשׂורות". 500 ייִדישע ווערטלעך האָט ער אײַנגעזאַמלט אינעם באַנד "אויפֿן שפּיץ צונג" (2006). און איצט איז אָנגעקומען "פֿון ייִדישן קוואַל: ייִדישער פֿראַזעאָלאָגישער ווערטערבוך" (2012).
יוסף גורי, אַ ספּעציאַליסט אין סלאַווישע שפּראַכן, האָט אַן אויסערגעוויינטלעכן אָרגאַניזירטן מוח, וואָס נאָר אַ לעקסיקאָגראַף קען פֿאַרמאָגן. צוזאַמען מיט שואל פֿערדמאַן האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קורצער ייִדיש־העברעיִש־ענגלישער ווערטערבוך" אין 1994. גיט נאָר אַ קוק אויף נחום סטוטשקאָווס "דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" צו פֿאַרשטיין ווי אָרגאַניזירט דער לעקסיקאָגראַף דאַרף זײַן.
גורי האָט נישט געזאַמלט זײַן מאַטעריאַל פֿונעם פֿאָלקס־מויל, נאָר פֿון פֿריִער געדרוקטע זאַמלונגען, אַרײַנגערעכנט זײַנע אייגענע ווערק, און נײַע מאַטעריאַלן ווי די "פֿאָרווערטס"־סעריע "מאַמע־לשון" פֿון נחום סטוטשקאָוו, וואָס לייזער בורקאָ האָט צוגעגרייט צום דרוק. זײַן ביבליאָגראַפֿיע פֿון מקורים איז אַ רעלאַטיוו קליינע, און ער ווייסט מסתּמא, אַז גאָר אַ סך אַנדערע אידיאָמאַטישע זאַמלונגען זענען צעזייט און צעשפּרייט, און ווערן נאָך געדרוקט עד־היום (למשל באָריס קאָפּיטס זאַמלונג וואָס מיר האָבן באַשריבן מיט צוויי וואָכן פֿריִער).
גורי שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז די נײַע פּובליקאַציע איז, אין אַ געוויסן זין, אַ פֿאַרגרעסערטע, פֿאַרבעסערטע אויפֿלאַגע פֿונעם באַנד, "וואָס דאַרפֿט איר מער?", מיט מער באַמערקונגען און מיט אַ נײַער נומעראַציע, צווישן אַנדערע שינוים. אָבער אַלע זײַנע זאַמלונגען צייכענען זיך אויס מיט דעם, וואָס זיי ווערן פֿאַרטײַטשט אין דרײַ שפּראַכן — אַחוץ דעם אָריגינעלן ייִדיש — העברעיִש, ענגליש און רוסיש.
אויף די רוסישע און העברעיִשע איבערזעצונגען קען איך נישט געבן קיין מבֿינות, נאָר אויף די ענגלישע עקוויוואַלענטן זעט מען, אַז אַ סך מי האָט גורי אַרײַנגעלייגט צו געפֿינען די פּאַסיקע אידיאָמען אויף דער פֿרעמדער שפּראַך. נאָר דאָ און דאָרט זענען די ענגלישע אויסדרוקן שוין אַלט־מאָדיש, אָדער ס׳האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אַ קאָמישער טעות (״he had a sinking filling in the pit of his stomach״) אָבער ווער קען דען פֿאָרויסזען וועלכע ווערטלעך וועלן ווײַטער לעבן אינעם גערעדטן לשון פֿונעם ייִנגערן דור.
אַזוי ווי "פֿון ייִדישן קוואַל" איז אַ ווערטערבוך, ווערט עס אויסגעסדרט לויטן אַ״ב. אינעם קאַפּיטל "אַלף" נעמט ער אויך אַרײַן די ווערטלעך וואָס הייבן זיך אָן מיט "אַ". צי דאָס איז באַרעכטיקט בלײַבט אַ קשיא:
"אַ טאַטע פֿון קינדער"
"אַ טיאָכקע געטאָן אונטערן לעפֿעלע"
"אַ טײַערע מציאה!"
"אַ טראָפּן אין ים"
"אַ יאָלד אין קאַפּעליוש"
"אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך"
צי וואָלט איינער וואָס זוכט דעם אויסדרוק "אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך" געזוכט אונטערן אות "אַ" דאָס צו געפֿינען? מסתּמא נישט. אָבער, ווי איך האָב פֿריִער געשריבן אין אַנדערע רעצענזיעס פֿון אַזוינע זאַמלונגען פֿון ווערטלעך און אויסדרוקן, האָט מען נאָך נישט געפֿונען קיין צופֿרידנשטעלנדיקע סיסטעם. הײַנט קען מען אויף אַ קאָמפּיוטער זוכן אַלע טעקסטן לויטן וואָרט. אָבער גורי פֿאַרענטפֿערט די פּראָבלעם מיט אַן אויסשעפּיק "זוכצעטל פֿון די סובסטאַנטיוון און צאָלווערטער" צום סוף פֿונעם באַנד.
דאָס וואָס יוסף גוריס ווערק רופֿט זיך אָן ענציקלאָפּעדיע איז אַ ביסל פֿאַרפֿירעריש. אַנשטאָט דאָס צו באַטראַכטן ווי אַ רעפֿערענץ־בוך, וואָלט שוין בעסער געווען ווען דער לייענער בלעטערט דורך די זײַטן און האָט הנאה פֿון אונדזער רײַכן בילדערישן לשון ייִדיש. מע וועט דערקענען אַ סך באַקאַנטע אידיאָמען, און מע וועט אויך זיך לערנען נײַע. אַ מאָל האָט גורי נײַע אויסטײַטשן פֿון שוין באַקאַנטע אידיאָמען און דאָס קען געמאָלט זײַן, ווײַל פֿאָלקלאָר האָט וואַריאַנטן אין פֿאַרשיידענע געגנטן. די גרעסטע זאַמלונג ביז אַהער פֿון אידיאָמען, סטוטשקאָווס "אוצר", האָט דאָך נישט די דעפֿיניציעס פֿון די אידיאָמען, איז אַוודאי גוט צו פֿאַרשטיין אויף זיכער וואָס דאָס ווערטל מיינט — אויף פֿיר שפּראַכן איז נאָך בעסער! אויב דער מחבר גרייט צו נאָך אַן אויפֿלאַגע, קען ער אפֿשר צוגעבן גאַנצע זאַצן מיט די אידיאָמען, מע זאָל וויסן די גראַמאַטיק אַרום דעם אויסדרוק (מיט אַן אַקוזאַטיוון אָדער דאַטיוון אָביעקט, למשל), ווי מע לייענט אין ניבאָרסקיס "ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש".
יוסף גורי איז צוגעטראָטן צו דער דאָזיקער גרויסער אַרבעט סײַ מיט ליבשאַפֿט, סײַ מיט וויסנשאַפֿטלעכער געניטשאַפֿט. "פֿון ייִדישן קוואַל: ייִדישער פֿראַזעאָלאָגישער ווערטערבוך" וואָלט געווען אַ שיינע מתּנה פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש. מע קען אים באַשטעלן בײַ Magnus Press אין ישׂראל.
www.magnespress.co.il