דער טאָוול פֿון ריטשאַרד שוואַרצס בוך |
בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע חרדים אין ירושלים ווערן די דאָזיקע טערמינען אויך היפּש פֿאַרמישט. למשל, אין שטאַרק־חרדישע קרײַזן, וואָס זענען נאָענט צו נטורי־קרתּא, הערט מען צומאָל, אַז די אַנדערע, מער מאָדערניזירטע חרדים, וואָס דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי און שטיצן די מלוכה, זענען "לינקע". אַזאַ באַנוץ פֿונעם וואָרט שטאַמט, אַפּנים, פֿון דער אַמאָליקער תּקופֿה, ווען דאָס באַטייליקן זיך אין די וועלטלעכע אינסטיטוציעס האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט סאָציאַליזם.
אַ סך אַמעריקאַנער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וועלכע רופֿן זיך "צענטריסטן", וואָלטן געזאָגט, פֿון זייער זײַט, אַז די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל זענען געפֿערלעך "רעכט". וואָס שייך פּאָליטיק, אָבער, זענען פּונקט די דאָזיקע "צענטריסטן" אָפֿט שטאַרק רעכטע, צומאָל ביז אַן עקסטרעמער מדרגה, און די סאַטמאַרער חסידים שטיצן געוויינטלעך, די דעמאָקראַטן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ.
בדרך־כּלל, איז דער חילוק גאַנץ פּשוט. די, וואָס זענען נעענטער צום סאַמע־שטרענגן חרדישן נוסח פֿון ייִדישקייט, ווערן אָנגערופֿן "רעכטע", און מער מאָדערניזירטע און וועלטלעך־געבילדעטע אָרטאָדאָקסן הייסן "לינקע". אין די לעצטע יאָרן, ווערט אין די פֿרומע קרײַזן אַלץ ברייטער פֿאַרשפּרייט דער פֿענאָמען פֿון "חרדיזאַציע". נישט ווייניק יונגע־לײַט, וואָס וואַקסן אונטער אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע משפּחות, הייבן אָן טראָגן שוואַרצע מלבושים און שליסן זיך אָן אין חרדישע באַוועגונגען. דער דאָזיקער פֿענאָמען האָט זיך נישט לאַנג צוריק בולט אַנטפּלעקט אויף דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער סאָציאַלער סצענע: בעת דער אַנומלטיקער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און בעת דעם "סיום־הש״ס", מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט זיך אויף גרויסע סטאַדיאָנען פֿאַרזאַלט אַ ריזיקער שוואַרץ־באַקליידטער חרדישער עולם.
אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, זענען צווישן די פֿרומע ייִדן פֿונעם סאַמע שטרענגסטן שניט געווען גענוג סאָציאַליסטן און אַנאַרכיסטן מכּל־המינים; אַ חסידישער רבי מיט אַ ספּאָדעק האָט געקאָנט דרשענען זײַנע אייגענע ראַדיקאַל־לינקע געדאַנקען, און עס וואָלט אויסגעזען גאַנץ נאָרמאַל פֿאַרן עולם. ס׳זעט אויס, אַז "חרדיזאַציע" מוז נישט מיינען "אָפּקערעווען אויף רעכטס".
ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַן אַנדער פֿענאָמען, וועלכער איז אַ סך וויכטיקער, פֿון דער ברייטערער סאָציאַלער און היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, ווי די וואַקסנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון אַלץ מער אינטענסיווער פֿרומקייט; דער פֿרומער עולם קערעוועט זיך טאַקע אויס אויף רעכטס, אינעם אַלגעמיינעם פּאָליטישן זין. די אַמעריקאַנער חסידים פֿונעם שטרענגסטן שניט, אַזעלכע ווי די סאַטמאַטער און באָבאָווער, זענען, בדרך־בכלל, ווײַט פֿון פּאָליטיק, און אין אַ גרויסער מאָס דעמאָקראַטיש געשטימט, צוליב פּראַגמאַטישע סיבות. דווקא צווישן די, וואָס ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי מעסיקע אָדער "צענטריסטישע" אָרטאָדאָקסן, האָבן זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿאַרשפּרייט רעכטע און אַפֿילו אולטראַ־רעכטע פּאָליטישע דעות — לגבי דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיע, דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אימיגראַנטן, קאָנסערוואַטיווע ווערטן וכּדומה. אין אַ סך ערטער האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מצבֿ, אַז דעם בפֿירוש פּראָגרעסיוון ייִד איז נישט גרינג צו געפֿינען אַן אָרטאָדאָקסישע שיל, וווּ מע קאָן זיך פֿילן באַקוועם מיט לינקע איבערצײַגונגען.
ד״ר ריטשאַרד שוואַרץ, אַ געוועזענער פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטעמאַטיק און אַ ניו־יאָרקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִד, איז גוט באַקאַנט ווי אַ וועגעטאַרישער אַקטיוויסט. דער מחבר פֿון די שורות האָט געשריבן וועגן זײַן אַקטיוויטעט אינעם "פֿאָרווערטס" מיט 5 יאָר צוריק, דעם 10טן אויגוסט 2007. שוואַרץ פֿירט אָן מיט עטלעכע אָרגאַניזאַציעס פֿון ייִדישע וועגעטאַריאַנער און האָט אָנגעשריבן דרײַ ביכער וועגן ייִדישקייט און וועגעטאַריאַניזם.
ריטשאַרד שוואַרץ |
דער מחבר פֿונעם בוך טענהט, אַז די רעכטע אידעאָלאָגיע האָט "צוגעגנבֿעט" — פֿאַרכאַפּט און פֿאַרדרייט — די הײַנטיקע פֿרומע וועלט. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט הלל־הזקן דערקלערט, אַז די עיקר־מיצווה פֿון דער גאַנצער תּורה איז דער פּרינציפּ פֿונעם סאָציאַלן יושר, און אַלע מיצוות זענען פּירושים דערויף. לויט שוואַרצן, אויב די פֿרומע ייִדן איגנאָרירן די אַלמענטשלעכע עטישע ווערטן און זאָרגן זיך נישט וועגן גלאָבאַלע פּראָבלעמען, בלײַבט פֿון זייער ייִדישקייט בלויז אַ פּוסטע שאָלעכץ.
די פֿרומע וועלט פֿאָקוסירט זיך הײַנט גאַנץ אַקטיוו אויף אַזעלכע פֿראַגעס, ווי דער שוואַרצער קאָליר פֿון די בגדים און דאָס כּשרות פֿון וואַסער אינעם קראַן; וועגן די עיקר־ווערטן פֿאַרגעסט מען אָבער צו אָפֿט, צום באַדויערן. אַדרבה, קריכן אין די פֿרומע קהילות אַרײַן כּלערליי רעאַקציאָנערע אידעען. ווי אַ רעזולטאַט, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אַ פֿרומער ייִד מוז הײַנט זײַן אַ פּאָליטיש־רעכטער.
אין דער קליינער הקדמה צום בוך, באַמערקט הרבֿ שמואל יאַנקלאָוויץ, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿון "אורי לצדק" — אַן אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט פֿאַר סאָציאַלן יושר — אַז מיר לעבן הײַנט אין אַ "תּקופֿה פֿון עקסטרעמיזם". אַן ענלעכן פֿענאָמען פֿון וואַקסנדיקע רעכטע שטימונגען זעט מען טאַקע אויך צווישן פֿאַרשיידענע מוסולמענישע און קריסטלעכע גרופּעס אַרום דער וועלט — למשל, בײַ די "נײַ־געבוירענע" אַמעריקאַנער פּראָטעסטאַנטן.
בײַם אָנהייב פֿונעם בוך, ציטירט שוואַרץ די אָפּרופֿן פֿון אַ צאָל פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטן — ייִדן, קריסטן און מוסולמענער — וועלכע דריקן אויס דאָס זעלבע געפֿיל, אַז זייער רעליגיע, וואָס לויט זייער פֿאַרשטאַנד מוז שטיין אויפֿן יסוד פֿון סאָציאַלן יושר, איז צוגעגנבֿעט געוואָרן דורך די רעכטע כּוחות. דער מחבר דערקלערט, אַז הגם ער קאָנצענטרירט זיך, ווי אַ פֿרומער ייִד, אויף די אינערלעכע פּראָבלעמען פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אָרטאָדאָקסיע, האָפֿט ער, אַז די אַנדערע רעליגיעזע קהילות וועלן אויך אָנהייבן קעמפֿן מער אַקטיוו פֿאַר ענלעכע צוועקן.
בעת די וואַלן אינעם יאָר 2008, האָבן בערך 78 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן אָפּגעשטימט פֿאַר אָבאַמאַ; אין דער זעלבער צײַט, האָבן בערך אַזאַ פּראָצענט אָרטאָדאָקסן געשטיצט מאַק׳קיין, דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט. אין געוויסע פֿאַלן, וואָס שוואַרץ דערמאָנט איז זײַן בוך, איז דער פּאָליטישער שפּאַלט צווישן אָרטאָדאָקסישע און נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן נאָך אַ סך שאַרפֿער.
הלוואַי וואָלט דאָ געגאַנגען אַ רייד בלויז וועגן הויפּטשטראָמיקער פּאַרטיי־פּאָליטיק. מאַרווין שיק, אַ באַקאַנטער אָרטאָדאָקסישער זשורנאַליסט, האָט מיט צוויי יאָר צוריק געטענהט, אַז אַ סך פֿרומע קריטיקער פֿון אָבאַמאַ האָבן זיך סאָלידאַריזירט מיט עקסטרעם־רעכטע, אַרײַנגערעכנט בפֿירושע נעאָ־נאַציס און אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן. אין שוואַרצס בוך ווערן געבראַכט אַ צאָל אַנדערע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע עקלדיקע פֿאַרבינדונגען. מע מוז נישט זײַן אַ גרויסער פֿאָרשער, כּדי צו באַמערקן די דאָזיקע טרויעריקע טענדענץ; אין די לעצטע פּאָר יאָר זענען אין דער פֿרומער וועלט אויסגעבראָכן אַ ריי סקאַנדאַלן מיט עטלעכע באַקאַנטע רבנים, וועלכע פּרעדיקן אָפֿענערהייט ראַסיזם און אַפֿילו ממש פֿאַשיזם.
די קאָנקרעטע קריטיק פֿון רעכטע דעות פֿאַרנעמט אָבער בלויז אַ רעלאַטיוו־קליין אָרט אין שוואַרצס בוך. די עיקר־טעמע איז דעם מחברס אייגענע ראַדיקאַלע דעפֿיניציע פֿון ייִדישקייט. שוואַרץ האַלט, אַז רעליגיע אָן אַן אַקטיווער באַטייליקונג אין אַלמענטשלעכן קאַמף פֿאַר אַ בעסערער, יושרדיקער וועלט, איז בעצם אַ טויטע — אַ ליידיקע כּלי, פֿון וועלכער פֿרעמדע און פֿײַנטלעכע אידעאָלאָגיעס האָבן צוגעגנבֿעט דעם לעבנס־זאַפֿט.
לויט שוואַרצס מיינונג, וואָס ער פֿאַרטיידיקט מיט ציטאַטן פֿון באַקאַנטע רבנים און ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, שטימט דער גײַסט פֿון ייִדישקייט מיט סאָציאַליזם; נישט מיטן פֿאַלשן סאָוועטישן רעזשים, ווי עס שטרײַכט אונטער דער מחבר, נאָר מיט דער אידעאַליסטישער יושר־וויזיע פֿון ייִדישע נבֿיאים.
עס ווײַזט אָבער אויס, אַז שוואַרץ האָט זיך אַ ביסל געאײַלט און נישט געהאַט גענוג צײַט צו רעדאַגירן זײַן בוך ווי געהעריק. ער חזרט זיך כּסדר איבער און מישט צונויף פֿאַרשיידענע טעמעס. למשל, נאָך אַ דערקלערונג, אַז ייִדן מוזן זיך סאָלידאַריזירן מיט די מוסולמענער, דערמאָנט ער פּלוצעם די אַמעריקאַנער באַוועגונג "אָקופּירט וואָל־סטריט"; דערנאָך גייט ער אַריבער צו זײַן לאַנגער דרשה וועגן סאָציאַליסטישן יסוד פֿון ייִדישקייט, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ ציטאַט פֿון הרבֿ אַבֿרהם ביק — אַן אינטערעסאַנטע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער פֿרומער ייִדישקייט. ביק איז געווען באַקאַנט ווי "דער רויטער רבֿ", צוליב זײַנע קאָמוניסטישע איבערצײַגונגען. ווײַטער הייבט זיך אָן אין שוואַרצס בוך אַ רייד וועגן סבֿיבֿה־אַקטיוויזם, די רעכט פֿון בעלי־חיים און וועגעטאַריאַניזם.
דער אויספֿיר פֿונעם בוך איז אַ ראַדיקאַלער. שוואַרץ גלייבט, אַז דער קאַמף פֿאַר אַלמענטשלעכע ווערטן וועט אויפֿלעבן און צוריקברענגען די "צוגעגנבֿעטע" נשמה פֿון ייִדישקייט. די פּראָגרעסיווע סאָציאַלע אַקטיוויטעט קאָן באַגײַסטערן דאָס דאַוונען און אַנדערע מיצוות, און פֿאַרוואַנדלען זיי פֿון פֿאַרגליווערטע ריטואַלן אין אַן אויסדרוק פֿון אַ לעבעדיקן גײַסט.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ גאַנצע ריי רבנים און פֿרומע דענקער פֿון די פֿריִערדיקע דורות האָבן שוין אַרויסגעטראָטן מיט ענלעכע רופֿן. שוואַרצס בוך איז אָבער, דאַכט זיך, דאָס ערשטע סיסטעמאַטישע ווערק, וואָס קאָמבינירט אָרטאָדאָקסישע און לינקע געדאַנקען אינעם נײַעם יאָרהונדערט. עס קאָן זײַן, אַז צוזאַמען מיט "אורי וצדק" און אַנדערע פֿרישע באַוועגונגען פֿון אָרטאָדאָקסישע אַקטיוויסטן, איז עס אַ סימן, אַז די פּאָליטיש־לינקע טענדענצן הייבן הײַנט ווידער אָן זיך פֿאַרשפּרייטן אויף דער פֿרומער גאַס.
אַחוץ דער פּאַפּירענער אויסגאַבע, קאָנען די לייענער איבערלייענען ד״ר ריטשאַרד שוואַרצס בוך בחינם אויף דער אינטערנעץ:
http://whostolemyreligion.blogspot.com/