איטשע איז שוין ניטאָ, און — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז די זשיטלאָווסקי-פֿונדאַציע אויך אונטערגעגאַנגען. מע זעט זי ניט און מע הערט ניט וועגן איר. און דאָס איז אַ שאָד. אָן איר איז אונדזער סבֿיבֿה אָרעמער געוואָרן. דער נאָמען אַליין פֿון חיים זשיטלאָווסקין איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז דאָ אַ לאָגישקייט אין דעם וואָס זײַן נאָמען זאָגט גאָרנישט דעם הײַנטיקן ייִדן, ווײַל אַזאַ ייִד איז זייער ווײַט פֿון דעם “אַנדערן ייִדן", וועלכן זשיטלאָווסקי האָט געוואָלט אויסכאָווען.
און דאָך איז ער ניט אין גאַנצן פֿאַרשאָטן געוואָרן מיטן היסטאָרישן שטויב, ווײַל ייִדישע היסטאָריקער געדענקען וועגן אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָרישע פֿיגורן אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. אייניקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אויך וועגן אים געהערט. וועגן זשיטלאָווסקיס געבוירנטאָג, אין אַפּריל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און בילדונג, וואָס הייסט “ייִדישקייט" און פֿירט זײַן אַרבעט אין לאָס-אַנדזשעלעס (yiddishkayt.org).
און לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל וועגן זשיטלאָווסקין אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם קאָנגרעס פֿון סעקולערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן אַזוי: The work of Chaim Zhitlovsky should long ago have been available in English. איך וואָלט צו דעם צוגעגעבן, אַז ניט נאָר זײַנע ווערק, לכל-הפּחות די וויכטיקסטע, וואָלט מען געדאַרפֿט איבערזעצן, אָבער אויך אַ בוך וועגן אים וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ענגליש.
צוריק גערעדט, אפֿשר דאַרף מען פּשוט נעמען און איבערזעצן אויף ענגליש דאָס בוך, וואָס איז לעצטנס אַרויס אויף דײַטש: Chaim Zhitlowsky: Philosoph, Sozialrevolutionär und Theoretiker einer säkularen nationaljüdischen Identität:
http://www.wehrhahn-verlag.de/index.php?section=&subsection=details&id=655
מיטן מחבר בין איך באַקאַנט, ער הייסט קאַי שווײַגמאַן-גרעווע, כאָטש מיר האָבן זיך ניט געזען שוין אַ היפּש ביסל צײַט. קאַי האָט מיר געהאַט דערציילט וועגן זײַנע פּלענער צו מאַכן אַן אַרבעט וועגן זשיטלאָווסקין, אָבער — איך מוז זיך מודה זײַן — איך בין געווען גאַנץ סקעפּטיש געשטימט וועגן די אויסזיכטן צו זען אַ פֿאַרטיק בוך. מײַן סקעפּטיציזם האָט געשטאַמט פֿון מײַן באַקאַנטשאַפֿט, זאָל זײַן ניט קיין גרינטלעכער, מיט זשיטלאָווסקיס ביאָגראַפֿיע און ווערק.
חיים זשיטלאָווסקי (1865—1943) האָט געוווינט אין אַ צאָל לענדער און זיך באַשעפֿטיקט מיט כּמה-וכּמה ענינים. ער איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל פּאָליטישע באַוועגונגען. אָבער אין זײַן געאָגראַפֿישן און אידעאָלאָגישן וואַנדער איז ער תּמיד פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן אידעע פֿון אויפֿבויען אַ וועלטלעכע ייִדיש-רעדנדיקע נאַציע. מיט זײַן נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אַזעלכע וויכטיקע געשעענישן ווי די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908, ווען ייִדישיזם האָט זיך, פֿאַקטיש, באַוויזן אויף דער מאַפּע פֿון ייִדישן אידעאָלאָגישן לעבן. זײַן ענטוזיאַזם האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין אויפֿבויען די נעץ פֿון ייִדישע נאָכמיטאָג-שולן אין צפֿון אַמעריקע. זײַן וואָרט איז געווען וויכטיק בעת דעם ייִדישן קאָנגרעס אין פּאַריז אין 1937. אין משך פֿון יאָרצענדליקער פֿלעגן זײַנע אַרטיקלען ניט איבערלאָזן רויִק די לייענער פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג “דער טאָג", וווּ ער איז געווען איינער פֿון די פֿירנדיקע מחברים.
זשיטלאָווסקי האָט אויך געהאַט שאַרפֿע קעגנער, בפֿרט אין דער סבֿיבֿה פֿון “פֿאָרווערטס". עס זעט אויס, אַז אַב. קאַהאַן האָט אים ניט געקאָנט אָנקוקן, און קיין סך סימפּאַטיע האָט ער ניט אַרויסגערופֿן אויך בײַ אַנדערע “פֿאָרווערטס"-לײַט. דורך דער פּריזמע פֿון “פֿאָרווערטס" האָט זשיטלאָווסקי אויסגעזען ווי אַן עקסצענטריקער צי אַפֿילו אַ פֿאַרפֿירער. די באַציִונג צו אים איז געוואָרן נאָך ערגער, ווען ער האָט גענומען שטיצן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
דר. שווײַגמאַן-גרעווע האָט ניט געשריבן קיין ביאָגראַפֿיע פֿון זשיטלאָווסקין, כאָטש דאָס בוך איז כּולל אַ סך פּרטים וועגן פֿאַרשיידענע פּעריאָדן פֿון זײַן העלדס לעבן, בפֿרט וועגן זײַן משפּחה-לעבן. אָבער די רייד גייט אין דעם בוך, דער עיקר, וועגן זשיטלאָווסקין ווי אַ פֿילאָסאָף, אַ דענקער. עס ווערט געוויזן, אַז ווען מע קלײַבט אויס אַזאַ קוקווינקל פֿאַר אַנאַליזירן זשיטלאָווסקיס אויפֿטו, זעט ער אויס אַ סך “לאָגישער", קאָסעקווענטער. ווי אַ דענקער, האָט ער זיך ניט אַזוי געוואָרפֿן פֿון איין זײַט אין אַן אַנדערן, ווי ער פֿלעגט עס טאָן אין זײַן פּראַקטיק פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן טוער.
האַרבע פֿראַגן אַנאַליזירט דר. שווײַגמאַן-גרעווע, אָבער דאָס בוך לייענט זיך סײַ-ווי-סײַ גוט. און ס’איז אַ הנאה צו האַלטן אין די הענט דאָס דאָזיקע בוך, וואָס איז אַזוי שיין אַרויסגעגעבן געוואָרן. זייער ניצלעך איז אויך די ביבליאָגראַפֿיע פֿון זשיטלאָווסקי ווערק, וועלכע איז געבראַכט געוואָרן אין דעם דאָזיקן באַנד. הקיצור, ס’איז אַ געראָטענע אַרבעט. זי וועט, בלי-ספֿק, “אונטערשטופּן" אַנדערע געלערנטע זיך צוקוקן צו דער דאָזיקער צענטראַלער פֿיגור אין דעם ייִדישיסטישן לאַגער.