פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך
אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך

איך בין אַ שוסטערל, גאָר אַן אַנטיק;
איך אַרבעט און אַרבעט און האָב קיין גליק.
איך אַרבעט בײַ טאָג, איך אַרבעט בײַ נאַכט.
קיין שיך האָב איך פֿאַר מיר נישט געמאַכט.

אוי, דו שוסטערל וואָס זשע ווילסטו?
אַרבעטן דאַרפֿסטו, און לײַדן מוזסטו,
אוי, דו שוסטערל באַווײַז דײַן חן —
און רײַס די דראַטווע מיט די ציין.

דאָס פֿאָלקסליד וואָס מײַן באָבע פֿלעג זינגען, האָט זי, אַפּנים, זיך אויסגעלערנט פֿונעם אַלטער שוסטער (אַזוי האָט ער געהייסן), דער שוסטער אין איר שטעטל זוויניעטשקע. די צוועקעס פֿלעגט ער האַלטן אין מויל בשעת ער האָט זיי אַרײַנגעקלאַפּט אין שוך און דערבײַ געזונגען אָן אַ צאָל לידער.
פּראָפֿ׳ עדנה נחשון פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" באַמערקט, אַז דער שוך אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור האָט אַנטוויקלט אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע סימבאָלן און ווערטן — פֿון די שיך וואָס די ישׂראלים האָבן געטראָגן בעת יציאת־מצרים, ביז די שוידערלעכע בערג שיך פֿון די אומגעקומענע ייִדן אין די טויט־לאַגערן — אַז ס‘איז געקומען די צײַט צונויפֿצושטעלן אַ זאַמלונג עסייען, וואָס זאָל זיך פֿאַרטיפֿן אינעם ענין — שיך און ייִדן.
און אַזוי הייסט טאַקע דער באַנד Shoes and Jews וואָס איז אַרויס אין 2008, רעדאַקטירט פֿון פּראָפֿ׳ נחשון. אין איר אַרײַנפֿיר צום באַנד שרײַבט נחשון וועגן דעם שוך בײַ ייִדן, און פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען מע לאָזט זיך אין דעם אַרײַן נעמט נישט קיין סוף. אָבער עטלעכע אינטערעסאַנטע עסייען שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿאָלקלאָר.
וועגן דעם דין אָדער מיצווה פֿון חליצה שרײַבט קאַטערין העזשער. די צערעמאָניע ווערט דערמאָנט אין חומש — דער שוואָגער, וועמענס ווײַב איז אים געשטאָרבן, באַפֿרײַט זיך פֿונעם חובֿ חתונה צו האָבן מיט דער שוועגערין אויף אַ סימבאָלישן אופֿן: די שוועסטער פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי נעמט אַראָפּ דעם שוך פֿון איר שוואָגער. אין דבֿרים כ״ה, דערציילט מען ווי די שוועסטער שפּײַט אויפֿן שוואָגער, און ער ווערט פֿאַרשעמט פֿאַר דער קהילה. דער אַספּעקט פֿון מבֿייש זײַן דעם מאַן איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור. אַגבֿ, מײַן באָבע באַשרײַבט אַ גאַנץ אַנדער חליצה־צערעמאָניע אין איר שטעטל, אין וועלכער די שוועסטער האָט געדאַרפֿט אויפֿקניפּן אַ גאָר גרויסן קנופּ מיט הונדערטער קניפּלעך. ווען זי האָט דאָס געטאָן און דערבײַ נישט צערודערט געוואָרן, האָט זי זיך באַפֿרײַט פֿון דעם שוואָגער. דער מחברטעס אַנאַליז פֿון חליצה במשך פֿון יאָרהונדערטער בײַ די אַשכּנזים און ספֿרדים איז קאָמפּליצירט און פֿאַסצינירנדיק. אין 1950 האָט מען אין מדינת־ישׂראל אין גאַנצן פֿאַרווערט חליצה, און בײַ די חסידים אין אַמעריקע קומט עס פֿאָר; אָבער זעלטן.

פֿאַר מיר איז געווען אַ חידוש צו לייענען וועגן די ייִדישע מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון שיך אין דער אוקראַיִנע, וואָס ווערן באַשריבן פֿון רבֿקה פּאַרסיאַק אין איר אַרבעט. אַזוינע מצבֿות געפֿינט מען בײַ מענער, פֿרויען און קינדער און דער אַפּצאַס פֿונעם שוך ווערט געמאַכט צו קאָפּנס פֿונעם קבֿר. אין געוויסע בעת-עולמס זענען פאַראַן צענדליקער אַזוינע מצבֿות, און אין באַרדיטשעוו און מעזשביזש — הונדערטער.
דערווײַל האָט קיינער נישט פֿאַרענטפֿערט די קשיא, פֿאַרוואָס אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שיך, און פּאַרסיאַק איז די ערשטע צו געבן אַ פּרוּוו צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי אַזאַ טראַדיציע איז אויפֿגעקומען. די עלטסטע שטיינער שטאַמען פֿון די 1840ער יאָרן, און די לעצטע פֿון די 1980ער יאָרן, לייגט פֿאָר פּאַרסיאַק די השערה, אַז די דאָזיקע מצבֿות האָבן זיך אָנגעהויבן באַווײַזן נאָך 1840 ווײַל אין יענעם יאָר האָט געהערשט אַ משיחישע באַוועגונג, און די ראַיות זי ברענגט ווײַזן אָן אויפֿן סימבאָליזם פֿונעם שוך מיט דער גאולה און משיחס צײַטן.
איך בין מסכּים מיט פּאַרסיאַק, אַז מסתּמא האָט די פֿאָרעם צו טאָן מיט דער גאולה און תּחית־המתים — כּמעט אַלע סימבאָלן פֿון טויט בײַ ייִדן האָבן אַ שײַכות מיט דעם, ווי מע לייענט אינעם אַלטן ספֿר "מעבֿר יבוק". אָבער אַ שאָד וואָס קיין מער דירעקטע, איבערצײַגעוודיקע ראַיה האָט זי נישט געפֿונען. פֿון דעסטוועגן איז דאָס אַ גאָר פֿאַרכאַפּנדיקער קאַפּיטל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.
אַז מאיר קירשענבלאַט, ע״ה, דער טאַטע פֿון דער פֿאָלקלאָריסטקע פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט איז געווען אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע פֿונעם אַמאָליקן לעבן־שטייגער אין שטעטל איז נישט קיין סוד. דאָס בוך They Called Me Mayer July, געשריבן פֿון טאַטן און טאָכטער, האָט סײַ וויזועל, סײַ דורך רעקאָרדירטע זכרונות, מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אויסגעצייכנטע עטנאָגראַפֿיע פֿונעם שטעטל.
אַ געבוירענער אין אַפּט, פּוילן, אין 1916, איז קירשענבלאַט אויפֿגעוואַקסן אין דער וועלט פֿון שוסטערס. זײַן טאַטע איז געווען אַ לעדער־סוחר, און מאיר געדענקט יעדן פּרט פֿון שוסטערײַ. אינעם עסיי "דער שטעטלדיקער שוך: ווי צו מאַכן אַ שוך" דערציילט מאיר אין דער ערשטער פּערזאָן וועגן די טיילן פֿון שוך, די מינים שוך, און דעם פּראָצעס פֿון מאַכן אַ שוך. נישט נאָר דערציילט ער, נאָר ער אילוסטריט זײַנע ווערטער אין זײַן פֿאָלקסקינסטלערישן סטיל. פֿאַר די יונגע לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס פֿאַרשטייען נישט דעם חילוק צווישן אַ שוסטער און אַ קאַמאַשן־מאַכער, רעקאָמענדיר איך די אַרבעט ספּעציעל.
אין פּראָפֿעסאָר ראָבערט ראָטשטיינס אַנאַליז פֿון שוך־פֿאָלקלאָר אויף ייִדיש באַטראַכט ער ווערטלעך און לידער. ראָטשטיין, אַ סלאַוויסט, קען גוט די סלאַווישע שפּראַכן און קען דעריבער פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר מיטן אוקראַיִנישן און פּוילישן אויף דער טעמע. צווישן די ווערטלעך, רעכנט ער אויס "זײַ מיר ניט קיין פֿעטער, און קויף מיר ניט קיין שיך" (דאָס הייסט, זײַ מיר נישט אַזוי פֿרײַנדלעך) און דער מער באַקאַנטער "קיינער ווייסט ניט, וועמען דער שוך קוועטשט, נאָר דער וואָס גייט אין אים". אַ כּלל, דער שוך און שוסטער זענען אַוודאי פֿאַרשפּרייטע מאָטיוון אינעם ייִדישן שפּראַך־פֿאָלקלאָר, אָבער מיר דאַכט, אַז דער שנײַדער פֿאַרנעמט אַ גרעסערע ראָלע אין אים.
כּדאַי צו דערמאָנען נאָך אַן עסיי וועגן פֿאָלקלאָר אינעם באַנד, אָבער נישט דווקא ייִדישן פֿאָלקלאָר. דער געדאַנק פֿונעם "וואַנדערנדיקן ייִד" האָבן די ייִדן איבערגענומען פֿון דער קריסטלעכער לעגענדע, אין וועלכער מע דערציילט וועגן דעם ייִד, אַ שוסטער, וואָס האָט נישט געלאָזט יעזוסן רוען אויפֿן וועג צו דער קרייציקונג, און איז דערפֿאַר פֿאַרשאָלטן געוואָרן צו אייביקער וואַנדערונג. שעלי צער־ציון באַטראַכט די פֿאַרשיידענע ייִדישע גילגולים פֿונעם "וואַנדערנדיקן ייִד".
"ייִדן און שיך" איז אַ ריזיקע טעמע, אָבער די רעדאַקטאָרשע עדנה נחשון האָט אויסגעקליבן אינטערעסאַנטע עסייען אַרײַנצונעמען אינעם באַנד.