טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "דער 27סטער מענטש"
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "דער 27סטער מענטש"
Credit: Joan Marcus
דאָס איז אַ פּיעסע וואָס באַהאַנדלט דעם אומקום פֿון די ייִדישער שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער און דער גאַנצער ייִדישער קולטור־וועלט אונטער די סאָוועטן, אויף סטאַלינס פּסיכאָפּאַטישן באַפֿעל. דער עיקר, שילדערט דער העכסט געבענטשטער און בריליאַנטענער דראַמאַטורג נתן ענגלענדער, דעם אומקום פֿון דער ייִדישער שפּראַך; דאָס שײַנדל פֿון דער ייִדישער קולטור. די גאַנצע אַקציע קומט פֿאָר צווישן די ייִדישע אַרעסטאַנטן, דער קרוין פֿון אונדזער קולטור־עקזיסטענץ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרמישפּטע צום טויט. און צוליב וואָס? אַלע אייניקן זיך, אַז עס איז צוליב דער פֿינפֿטער שורה אויף זייער רוסישן פּאַספּאָרט וואָס לאָזט וויסן, אַז זיי זײַנען "ייִדן."
איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי.
האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד":
"איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען
פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק,
- - - - - - - - - -
און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים,
וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר,
וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען
נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור.
כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן
און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד,
כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן!
איך בין אַ ייִד!"
די חבֿרה פּאָעטן און שרײַבער אין תּפֿיסה־קאַמער פֿון לוביאַנקאַ־טורמע, קענען נישט צו זיך קומען נאָכן אויסגעפֿינען ווי אַזוי סטאַלין האָט זיך אָפּגערעכנט מיט אונדזער גרעסטן טעאַטראַל — שלמה (סאָלאָמאָן) מיכאָעלס; זײַן ברוטאַלע הריגה אין מינסק אויף סטאַלינס באַפֿעל. דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם ווערק האָט בלויז פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען בנימין זוסקינס הריגה, מיכאָעלסעס וווּנדערלעכן סאַנטשאָ־פּאַנסאַ, וועמען מען האָט אַרויסגעשלעפּט גלײַך נאָך אַן אָפּעראַציע, אונטער נאַרקאָזע פֿון שפּיטאָל און דערשאָסן. די דיסקוסיע, וויכּוחים און חשבון־הנפֿש בײַם דערמאָנען ווי עס איז צוגעגאַנגען דער אויפֿבלי און שליסן פֿון ייִדישן שולוועזן, די רעליגיעזע אַנשטאַלטן, די ייִדישע פּרעסע, די ייִדישע ביכער־פֿאַרלאַגן. מיט איין וואָרט, סטאַלין האָט פֿאַרניכטעט און זאַדישעט די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם ייִדישן אויפֿלעב און קולטור אין זײַן גיהנום.
די פּיעסע הייבט זיך אָן אין אַ קאַמער פֿון דער מאָסקווער תּפֿיסה וווּ עס זיצן אַרײַנגעשפּאַרט די שׂרי־המלכות פֿון אונדזער ייִדישער קולטור־וועלט. צוזאַמען ציילן זיי 26. פּלוצעם באַווײַזט זיך דער 27סטער מענטש; אַ יונג בחורל וואָס הייסט פּינחס פּעלאָוויטש, וועלכער פֿאַרפֿאַסט מעשׂיות אין דער לופֿטן, בעל־פּה, קיין מאָל נישט פּראָדוצירט קיין געדרוקטע ווערק, און הייבט נישט אָן צו וויסן פֿאַר וואָס מען האָט אים אַרעסטירט. און אָט דער חבֿרה־מאַן פֿילט זיך שטאַרק פּריווילעגירט וואָס ער געפֿינט זיך צווישן די קאַרפּנקעפּ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַלע דערוואַרטן טויטשטראָף און ווייסן נישט פֿאַרוואָס עס קומט זיי. דאָס יונגע יאַטל האָט דער דראַמאַטורג אײַנגעשפּאַרט צוזאַמען מיט די שרײַבער ווי אַ סימבאָל פֿון זייער און אַלעמענס אומשולד.
בײַ פּרץ מאַרקישן האָב איך געפֿונען אַזוינע פֿאַרבאָרגענע שורות, וווּ ער קלאָגט אויף זײַן גורל:
"האָסט אַ שטיקל האַרץ? פֿאַרשווײַג עס!
ווילט זיך שווײַגן? שרײַ צום טויט!...
ערגעץ גרימפּלען באַלאַלײַקעס,
אויפֿן שטיין צעזעצטערהייט."
דאָס יאָר איז געווען 1952. איין זאַך ווייסט מען, אַז דאָ האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ ייִדנטום און זייער אויפֿטו; זייער גלויבן אינעם קאָמוניזם ווי אַ רעליגיע, זייער איבערגעגעבנקייט דעם טײַוול, זייער מלאך־המוות. דער דראַמאַטורג אַליין טענהט:
"איך האָב געהאַט בדעה צו שרײַבן די געשיכטע שוין מיט יאָרן צוריק. עס איז אמת, אַז 27 שרײַבער האָט מען אומגעבראַכט, נישט אַלע אין דער זעלבער צײַט. מײַן גאָט, דאָס פֿאָלק נייטיקט זיך אין דער אויפֿגעדעקטער געשיכטע. איך האָב געפֿילט, אַז עמעצער דאַרף עס באַשרײַבן."
איך האָב געזוכט און געפֿונען בײַ דוד האָפֿשטיינען אָט די טרויעריקע שורות:
"ווען ס׳קריצן ציין צונויפֿגעפּרעסטע,
ווען ס׳בליצן פֿונקען פֿון די אויגן.
ווער קען מיר עצהן, מעסטן —
... מײַן אויסוועג איז פֿאַרבאָרגן.
... ווער קען מיר הייסן וואַרטן?
ווער קען פֿאַרווערן האַסן?"
איך האָב געפֿונען בײַ לייב קוויטקאָ אַזעלכע שורות אין זײַן ליד:
"שרעקט אַזוי מײַן שכן מיך, אַז איך בין טויט,
אַז מען האָט מיך דערהרגעט —
זאָל איך גלייבן אים — אַ קריסט?
קוק. איך פּינטל מיט די אויגן — אַ?"

אין יענער צײַט האָבן זיך געפֿונען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קרובֿ צו פֿינף מיליאָן ייִדן ווען עס איז באַגאַנגען געוואָרן איבער אַ דריטל פֿון זיי דאָס גרויזאַמע ייִדישע קולטור־אַכזריות און דערמיט פֿאַרניכטעט דעם ייִדישן קיום אין מיזרח, בעת אין מערבֿ האָט היטלער אָפּגעווישט אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק צוזאַמען מיט זייער לשון, זייער וועזן און קולטור.
ביטער איז דער מאַמען וואָס ווערט אָן איר איינציק קינד. אָבער ווי אַ פֿאָלק, איז אונדז פֿינצטער און ביטער איבערצולעבן דעם טויט פֿון אונדזער אייגענער קולטור און לשון אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע. דאָס, זעט איר, איז אונדזער איכה, אונדזער אָבֿל־אַבֿלים.
און אָט הערט זיך פֿון דער בינע אַ געזאַנג אויף ייִדיש, מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד "דעם מילנערס טרערן."
"וווּ וועל איך וווינען?
ווער וועט מיך שוינען?
איך בין שוין אַלט, איך בין שוין מיד.
די רעדער דרייען זיך,
די יאָרן גייען זיך,
און אויך מיט זיי גייט אויס דער ייִד."
מענטשן־קרוין. ווען מען זעצט איבער די פּיעסע אויף ייִדיש, ווײַל זי איז דורך און דורך אַ ייִדישע פּיעסע, און זי בעט זיך ממש געהערט צו ווערן אויף ייִדיש־לשון, וואָלט מען אַפֿילו נישט געהאַט וווּ זי אויסצושפּילן. וווּ נעמט מען דעם גוט־דערצויגענעם עולם פֿון "פּאַבליק"־טעאַטער? די יונגע אינטעליגענץ? דעם מיטליעריקן באַלעזענעם צושויער?
אין זכר פֿון די דערמאָרדעטע שרײַבער ווערט דערמאָנט זייער רשימה ווי אויף אַן אויסגעקריצטער מצבֿה:
פּרץ מאַרקיש (1895—1952), פּאָעט, איינער פֿון די גרינדער פֿון ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַראיין.
דוד האָפֿשטיין (1889—1952).
איציק פֿעפֿער (1900—1952), מוסר פֿאַרן אינערן־מיניסטעריום.
לייב קוויטקאָ (1890—1952), פּאָעט און געשריבן אויך קינדער־ליטעראַטור.
דוד בערגעלסאָן (1884—1952), שרײַבער און נאָוועליסט.
שלמה לאָזאָווסקי (1878—1952), דירעקטאָר פֿון סאָוועטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ, דעפּוטאַט־קאָמיסאַר אין אינערלעכע ענינים, זיך אַנטקעגנגעשטעלט קעגן זײַנע באַשולדיקונגען און אַנדערע.
באָריס שימעליאָוויטש (1892—1952), מעדיצינישער דירעקטאָר פֿון באָדקין־קלינישן שפּיטאָל אין מאָסקווע.
בנימין זוסקין (1899—1952), שלמה מיכאָעלסעס רעכטע האַנט, דעם דירעקטאָר פֿון מאָסקווער ייִדישן שטאַט־טעאַטער.
יוסף יוזעפֿאָוויטש (1890—1952), פֿאָרשער אינעם היסטאָרישן אינסטיטוט, סאָוועטישע וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע.
ליאָן טאַלמי (1893—1952), איבערזעצער, זשורנאַליסט, געוועזענער מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין אַמעריקע.
איליאַ וואַטענבערג (1887—1952), איבערזעצער און רעדאַקטאָר פֿון "אייניקייט"־צײַטונג, ציוניסטישער פֿירער אין עסטרײַך און אַמעריקע איידער ער האָט זיך אומגעקערט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1933.
חײַקע וואַטענבערג־אָסטראָווסקאַיאַ (1901—1952), די פֿרוי פֿון איליאַ וואַטענבערג, איבערזעצערין.
עמיליאַ טאַומין (1905—1952), וויצע־רעדאַקטאָר פֿון דיפּלאָמאַטישן ווערטערבוך, אינטערנאַציאָנאַלע אָפּטיילונג פֿון סאָוועטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ.
סאָלאָמאָן ברעגמאַן (1895—1952), דעפּוטאַט־קאָמיסאַר פֿון אויסלענדישע ענינים. ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ הינערפּלעט (coma) נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרדאַמט די געריכטן און געשטאָרבן אין תּפֿיסה מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער נאָך די פֿאַרניכטונגען.
לינאַ שטערן (1875—1968), די ערשטע אַקאַדעמיקערין אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און איז צום בעסטן באַקאַנט אין איר פּיאָנערישער אַרבעט פֿון בלוט־מוח־פֿאַרגיסונגען. זי איז געווען די איינציקע געראַטעוועטע פֿון פֿופֿצן אַרעסטאַנטן.


* * *

די רשימה איז ווײַט נישט אויסגעשעפּט.
מיר איז בלויז געבליבן צו דערמאָנען די וווּנדערלעכע שוישפּילער און רעזשי וואָס האָט באַשײַנט דעם טעאַטראַלן אָוונט. נאָך אַ מאָל: געשריבן די פּיעסע האָט דער אויסערגעוויינטלעך־באַגאַבטער דראַמאַטורג נתן ענגלענדער, רעזשיסירט די פּיעסע האָט בערי עדעלשטיין. סצענישע דעקאָראַציע — מײַקל מעקאַרטי. עס נעמען אָנטייל העפּי ענדערסאָן ווי דער וועכטער, שטאַרק באַגלייביק. צווישן די אַקטיאָרן — בײַראָן דזשענינגס ווי דער פּראָקוראָר אָדער אַגענט, וועלכער ברענגט אַרויס פֿון די כּלים דעם פּאָעט וועלכער וויל זיך ריינוואַשן בײַם אויספֿאָרשער, אַז ער איז גאָט די נשמה שולדיק. דניאל אָרעסקעס שפּילט די ראָלע פֿון משה ברעדסקי מיט גרויס איבערצײַגונג. ראַן ריפֿקין ווי יעווגעני צונזער, אַ ריזיקער אַקטיאָר. נח ראַבינס איז פּינחס פּעלאָוויטש, דאָס יונגע בחורל, וועלכער איז נאַיִוו און גלייבט אין דער גוטסקייט פֿון דער וועלט. טשיפּ זיִען ווי וואַסילי קאָרינסקי, שטאַרק באַגאַבטער אַקטיאָר. יעדער איינער פֿון די אויבן־דערמאָנטע אַקטיאָרן האָבן שוין אונטער זיך אַן אויסגעבריטע קאַריערע, אַזוי אַז אַלץ וואָס איז געבליבן איז זיי צו באַוווּנדערן.
די פּיעסע ווערט געשפּילט אין "פּאַבליק"־טעאַטער, שעקספּיר־פֿעסטיוואַל, וואָס געפֿינט זיך אויף לאַפֿאַיעט־ און אַסטאָר־פּלייס, ביזן 9טן דעצעמנער. נאָך בילעטן קלינגט 7555־967־212.