|
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "מײַן נאָמען איז אָשר לעוו" |
|
וואָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגן איז צו זיצן אין אַ טעאַטער־זאַל מיט אַן אינטעליגענטן עולם צושויער. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס ס׳איז נישט קיין לײַכטע פּיעסע "מײַן נאָמען איז אָשר לעוו". געשריבן די נאָוועלע האָט דער אָנערקענטער ייִדיש־ענגלישער שריפֿטשטעלער חיים פּאָטאָק, וועלכער שטאַמט אַליין אָפּ פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער דינאַסטיע. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין פֿילאַדעלפֿיע און ווי אַ יונגער בחור אָנגעהויבן צו מאָלן. זעט אויס, אַז עס האָט נישט געשטימט מיט זײַן פֿרומער דערציִונג. איז ער נאָך אין דער יוגנט אַריבער צו שרײַבערײַ. זײַן שטאַרק באַרימטער ראָמאַן "די אויסדערוויילטע" (The Chosen), איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אָנערקענונג, און אַפֿילו געמאַכט דערפֿון אַ פֿילם. אין וואָס איז באַשטאַנען זײַן גרויסקייט? נישט אין דעם אויסגעדראָשענעם אויסדרוק "אוניווערסאַליזם," נאָר דווקא אין זײַן שילדערן די אייגענע וועלט, און וועלט־אָנשויונג. ער האָט געשילדערט זײַן אינערלעכע, ייִדישע וועלט, וועלכע איז געווען נישט נאָר ליטעראַריש אויסגעהאַלטן, נאָר אויך באַגלייביק.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אַמעריקע אַ צווייטן, גאָר אַ באַגאַבטן דראַמאַטורג, וועלכער צייכנט זיך אויס אין שילדערן זײַן ייִדישע וועלט אויף ענגליש, אין סטיל פֿון קאָמעדיע, און דאָס איז ניל סײַמאָן.
אַדאָפּטירט די פּיעסע האָט גאָר אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג, מיט ייִחוס־בריוו דערצו, אַהרן פּאָסנער. דערצו האָט די ערנסטע דראַמע צובאַקומען אַן ערשטקלאַסיקן רעזשיסאָר, גאָרדאָן עדלשטיין, מיט אײַנפֿאַלן בלויז צו באַוווּנדערן.
דאָ שפּילט זיך אָפּ גאָר אַן ערנסטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרומע עלטערן, וועלכע האָבן אַ געלונגענעם בן־יחיד אָשר (אַרי בראַנדט), גאָר אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער איז אַ מאָלער, אַ קינסטלער, אָבער זײַן שעפֿערישקייט פֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קלאַסישער און ערנסטער קונסט וואָס געפֿינט זיך אין די מוזייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ צוזאַמענשטויס צווישן צוויי וועלטן. די ייִדישע וועלט פֿון זײַנע פֿרומע עלטערן און די אַרומיקע, דרויסנדיקע, וועלט פֿון קונסט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ראָלע פֿון אָשר לעוו שפּילט אַרי בראַנדט, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקן פּיאַניסט נתן בראַנדט, אַן אַמאָליקער וווּנדערקינד, וועמענס אייגענער פֿאָטער, אַ כירורג אין ירושלים, האָט אַראָפּגעקוקט אויף זײַן זונס אָפּקלײַב פֿון אַ מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיע.
אָשר לעוו באַקענט זיך מיט אַ קונסט־לערער (מאַרק נעלסאָן), וועלכער שפּילט אויך אויס די ראָלע פֿון טאַטן, און פֿון רבין. ווי דער קונסט־לערער פֿאַרמאָגט ער אַ גאַלעריע, אַרײַנגערעכנט נאַקעטע מאָדעלקעס. דער רבי זײַנער איז גאָרנישט דאַקעגן. אויב ער פֿאַרמאָגט אַזאַ טאַלאַנט, פֿאַרוואָס נישט געבן אים אַ געלעגנהייט.
אָשר ווערט נתפּאל פֿון אַזעלכע מאָלער ווי פּיקאַסאָ און וואַן גאָג. פֿאַר אים עפֿנט זיך אַ פּאַנאָראַמע פֿון גרויסער מאָלערישער קונסט.
די מאַמע (דזשעני בייקאָן) פֿילט אויך אויס פֿאַרשיידענע ראָלעס, אַרײַנגערעכנט די מאָדעלקע. ווי אַ מאַמע האַלט זי אין איין פֿאַרדעקן און פֿאַרענטפֿערן פֿאַרן פֿאָטער איר זונס מאָלערישן קונסט־אָפּקלײַב אין לעבן.
דער טאַטע, וועלכער געהערט צו פֿאַרשיידענע ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, האַלט אין איין אַרומפֿאָרן איבער אייראָפּע אין שליחות צו ראַטעווען די ייִדן אין סאָוועטן־רוסלאַנד. די מאַמע געדענקט נאָך ווי איר משפּחה איז אומגעקומען, און דער זון זאַפּט אײַן טאַטע־מאַמעס ייִדישע זאָרגן. אָבער זײַן בליק איז צום דרויסן. נישט וואָס ער וויל זיך שיידן, חלילה, פֿון זײַן אמונה, נאָר דאָ, אין אַמעריקע, איז פֿאַראַן אַ צוציִענדיקע דרויסנדיקע וועלט, פֿול מיט קונסט־מוזייען, גאַלעריעס, קונסט־אַקאַדעמיעס, און ער זאַפּט עס אַלץ אײַן ווי אַ חסיד — יי״ש (יאַש).
אָשער רעאַגירט אויף דער קונסט פֿון קריסטלעכע מאָלער וואָס שילדערן דעם פּײַן פֿון יעזוסן אויפֿן קרייץ. זײַן מאַמע פֿאַרשטייט נישט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. זי הערט אים אויס און מאַכט:
"יעזוס איז פֿאָרט געווען אַ ייִד!"
נעמט ער זיך מאָלן דעם קרייץ און טײַטשט עס אויס ווי אַ פּײַניקונג נישט נאָר פֿון יעזוסן, נאָר די ליידן פֿון דער מענטשהייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער גלייבט נישט אין דער גאַנצער מעשׂה פֿון גאָטס זון. אָבער ער באַוווּנדערט די קונסט פֿון די קריסטלעכע מאָלער און זייער מאָלערײַ וואָס האָבן צו טאָן מיט יעזוסן אויפֿן קרייץ.
עס נעמט נישט לאַנג און מ׳אָנערקענט אָשרן פֿאַר אַ נײַעם און באַגאַבטן קינסטלער. מוזייען רײַסן זיך איבער אים. ער פֿאַרדינט דערבײַ גאָר אָנשטענדיקע שׂכירות, ביז ער מאָלט אויס אַזאַ אויסטערליש בילד פֿאַר וועלכן ער שטעלט זיך אײַן דערפֿאַר.
די צוויי בילדער וואָס ער מאָלט אויס האָבן צו טאָן מיט זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע און סײַ די מאַמע. ער מאָלט יעדערן באַזונדער אויפֿן קרייץ, צוויי מענטשן וואָס לײַדן. מ׳קען אפֿשר, זאָגן אַז ער איז אַ נאַיִווער בחור וואָס פֿאַרשטייט נישט די דרויסנדיקע וועלט, און דער עיקר, וואָס דער קרייץ שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, לאַוו־דווקא די פֿרומע וועלט, נאָר דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק וואָס האָט זיך אָנגעליטן אַ וועלט פֿונעם קריסטלעכן קרייץ.
די עלטערן הייבן נישט אָן צו וויסן. זיי קומען צו דער דערעפֿענונג אין מוזיי, און דערזעען זיך הענגען אויף אַ קרייץ. קערן זיי זיך אָפּ פֿון זייער זון. זיי פֿאַרשטייען נישט ווי אַזוי עס איז בײַ זיי אויסגעוואַקסן אַ זון וואָס איז אַזוי נאַיִוו. ער קען טאַקע דאַוונען, לייגן תּפֿילין, קושן די מזוזה. אָבער ער איז בכלל נישט באַקאַנט מיטן אינערלעכן ייִדישן גײַסט, די ייִדישע געשיכטע פֿון פּײַן און לייד. ווי קומט עס צו אים?
אין דעם פֿאַלט מיר אײַן חײַם גראַדעס "וויכּוח מיט הערש ראַסײַנער," וווּ ביידע שטעלן זיך אײַן פֿאַר זייער אויסוואַל פֿון לעבן. צוויי באַזונדערע וועלטן: די וועלט פֿון גלויבן און אמונה, מיטן אינערלעכן ייִדישן באַוווּסטזײַן, און די דרויסנדיקע וועלט, וואָס יונגע ייִדישע חבֿרה האָבן אָנגענומען פֿאַר אַן אמונה וואָס האָט גענאַרט. אָבער יענע, די יונגע חבֿרה פֿון פֿאַרן חורבן, האָבן זיך געפֿיטערט אויף חלומות פֿון פֿרײַהייט און ברידערלעכקייט, אַלגעמיינע דערציִונג און גלײַכע רעכט. עס האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט מאַטעריעלן געווינס. פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי זײַנען געווען פּוסטע חלומות און די אידעאַלן האָבן גענאַרט. זעט אַז די וועלט פֿאַרן חורבן האָט אונדז פֿאַרפֿירט, בשעת הערש ראַסײַנער, דער פֿרומער, דער אַמאָליקער ישיבֿה־בחור, דער געראַטעוועטער פֿונעם חורבן איז געוואָרן אַ ראָש־ישיבֿה. ווער פֿון זיי ביידן איז דורכגעפֿאַלן אין זייער גלויבן?
די דראַמע האָט מיך אויך דערמאָנט אין שלום אַשס טרילאָגיע, די דרײַ קריסטאָלאָגישע ביכער. אפֿשר איז זײַן געדאַנק דערבײַ געווען צו דערנענטערן ביידע וועלטן, די קריסטן מיט ייִדן. איך אָבער האַלט, אַז ער איז פֿאַרפֿירט געוואָרן פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, ווײַל קיינער פֿון אונדזערע ייִדישע שרײַבער איז נישט אַזוי באַגליקט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון זייער ייִדישער שרײַבערײַ, קיינער פֿון זיי האָט נישט געפֿלירטעוועט מיט דער קריסטלעכקייט. מען האָט שלום אַשן שיִער נישט געלייגט אין חרם, אָבער חיים פּאָטאָק האָט נישט פֿאַרפֿירט. ער איז געבליבן אַ ייִדישער שרײַבער אויף ענגליש.
עס קומט אויס, אַז אונדזערע קינסטלער, סײַ די וואָס שרײַבן אויף ייִדיש און סײַ די וואָס שרײַבן אויף ענגליש, באָרען זיך מיט זיך אַליין. פֿאַראַן אַזעלכע וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין ביידע וועלטן. די טיף־ייִדיש־גלייביקע וועלט, וווּ אַלץ וואָס עס שמעקט מיט גוייִש איז טריף, און פֿון דער צווייטער זײַט, דער לאָקנדיקער דרויסן, וואָס ציט ווי אַ מאַגנעט מיט איר מוזיק און קונסט, טעאַטער און פֿילמען, ליטעראַטור און פּאָעזיע. ווער קען דאָס בײַשטיין? ס׳איז אַ שווערע עובֿדה, און אין אַזאַ לאַנד ווי אַמעריקע דערצו, איז עס מסתּמא אַמשווערסטן. דאָ רעדט זיך פֿון כּולו גוטס און מ׳דאַרף זיך אַפֿילו נישט שמדן. אַבי מען האָט טאַלאַנט, אַבי מען האָט אויפֿריכטיקע און אַכצן־קאַראַטיקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע סחורה צו פֿאַרקויפֿן. אָפּנעמער וועלן שוין זײַן.
און איצט צוריק צו אָשר לעוו. אויסגעפֿירט האָט מען די פֿאָרשטעלונג גראַנדיעז, עלעגאַנט און קינסטלעריש, הלוואַי אויף אונדז געזאָגט געוואָרן. איר זעט, עס איז פֿאַראַן אַן עולם אויף ייִדישע טעמעס, אויף ערנסטן טעאַטער. און לאָמיר זיך נישט נאַרן, ס׳רוב פֿונעם עולם זײַנען דאָך געווען אַחינו־בני־ישׂראל, וואָס האָבן געוווּסט און געקענט אָפּשאַצן קונסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז הײַנט צו טאָג זײַנען מיר שוין ווײַט פֿון אַזאַ ריזיקן קינסטלער ווי חיים פּאָטאָק. זעלטן, זעלטן טרעפֿט מען הײַנט אַ קינסטלער פֿון דעם קאַליבער. פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג.
די פּיעסע ווערט געשפּילט אין "וועסטסײַד־טעאַטער" 407 וועסט, 43סטע גאַס. בילעטן צו באַקומען:
www.AsherLevThePlay.com
אָדער קלינגט: 6200־239 (212)