פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר



עס איז טשיקאַווע, אַז אַ געזעלשאַפֿט וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן לכּבֿוד דעם מוזיקאָלאָג אַבֿרהם־צבֿי
אידלסאָן (1882 — 1938), זאָל זיך אָפּגעבן מיט געפֿינען "קוריאָזן" אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע. אידלסאָן, אַ געבוירענער אין פֿעלקיסבערג, לעטלאַנד, האָט געפֿאָרשט די מוזיק פֿון אַלע ייִדישע עדות איבער דער וועלט, און געשטרעבט צו געפֿינען די עכטע ייִדישע פֿאָלקסמוזיק, נישט קיין פּאָפּולערע מוזיק. זײַן 10־בענדיקע זאַמלונג פֿון די לידער און ניגונים פֿון די עדות איז צווישן די וויכטיקסטע ווערק פֿון דער ייִדישער עטנאָמוזיקאָלאָגיע.
אָבער די "אידלסאָן געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" [Idelsohn Society for Musical Preservation], אַ נישט־פּראָפֿיט־וואָלונטיר אָרגאַניזאַציע, וועמענס פֿריִערדיקע רעקאָרדירונג — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער "תּיקווה"־פּלאַטע־פֿירמע, — וואָס מיר האָבן רעצענזירט פֿאַראַיאָרן, האָט איצט אַרויסגעלאָזט אַ טאָפּל־קאָמפּאַקטל ״Twas the Night Before Hanukkah״ פֿון ווייניק באַקאַנטע חנוכּה־לידער אויף ענגליש אויף איין קאָמפּאַקטל, און ניטל־לידער, געזונגען אָדער אָנגעשריבן, פֿון ייִדן, אויפֿן צווייטן קאָמפּאַקטל.
איך ווייס נישט, ווער עס געהערט צו דער חבֿרה אין דער געזעלשאַפֿט וואָס באַשליסט, וועלכע לידער מע זאָל אַרײַננעמען אין אַזאַ זאַמלונג. אָבער ס׳זעט אויס, אַז מיר האָבן נישט דעם זעלבן געשמאַק. אַ גרויסער טייל פֿון די רעקאָרדירונגען איז קיטש, און געוויסע "קיטש"־מוזיק איז כּדאַי צו הערן צוליב איר אייגנאַרטיקן כאַראַקטער אָדער היסטאָרישן ווערט. אָבער עס איז אויך פֿאַראַן קיטש, וואָס ציט נישט צו קיין שום אינטערעס לויט אַלע מאָסן, און לידער פֿון דער קאַטעגאָריע הערט מען צופֿיל אין די קאָמפּאַקטלעך.
הײַנט מאַכן מיר חוזק פֿון אַזוינע לידער ווי גלאַדיס געווירצס ״A Chanukah Quiz״[ אַ חנוכּה־פֿאַרהערל] פֿון די 1950ער יאָרן, אין וועלכער, דאָס ליד בעט בײַם יונגן צוהערער, ער זאָל אויספֿילן די בלויזן אין ליד.
"וווּ האָט די מעשׂה פֿון חנוכּה זיך אָנגעהויבן?
אינעם לאַנד פֿון ____.
פֿיר דריידל־אותיות דאַרף מען וויסן צו געווינען.
"נ" און ___ און "ה" און ___
די מעלאָדיע פֿון דעם "עקזאַמען" האָט נישט קיין ייִדישן כאַראַקטער און דאָס שאַפֿט טאַקע די "קיטשקייט": אַן עכט אַמעריקאַנער מעלאָדיע ווערט געפּאָרט מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק.
מײַנע געדאַנקען, צי מע זאָל אויטאָמאַטיש חוזק מאַכן פֿון אַזאַ עסטעטיק, האָבן זיך געביטן במשך פֿון די יאָרן. דער בײַט האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַ דיסקוסיע מיט אַ קאָלעגע אין שײַכות מיט דער מוזיק פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין דעבי פֿרידמאַן. פֿרידמאַן (1951—2011) האָט געשאַפֿן, אָנהייבנדיק פֿון די 1970ער יאָרן, צענדליקער מעלאָדיעס צו די תּפֿילות אינעם סידור און מחזור און מע זינגט זיי, דער עיקר, אין דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, אָבער אויך אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג און בײַ אומאָפּהענגיקע מנינים. איר צושטײַער צו דער אַמעריקאַנער ייִדישער רעליגיעזער מוזיק איז נישט קלענער ווי שלמה קאַרלבאַכס, אָבער, אַז מען איז אויפֿגעוואַקסן דאַוונענדיק אין אַ פֿרומער שיל מיט מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער מוזיק, קלינגען אירע מעלאָדיעס אין גאַנצן פֿרעמד, נישט ייִדישלעך, אַמעריקאַניש־פֿאָלקיש, אַפֿילו קיטש.
פֿאַר די ייִדן, אָבער, מײַנע קאָלעגעס בתוכם, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן זינגענדיק און דאַוונענדיק מיט אירע ניגונים סײַ אין סינאַגאָגע, סײַ אין זומער־קעמפּ, איז דאָס נישט קיין קיטש, נאָר אַ וויכטיקער טייל פֿון זייערע קינדער־יאָרן. וואָס דרינגט מען פֿון דעם: איין מענטשנס קיטש איז אַן אַנדער מענטשנס קולטור.
דאָס ערשטע קאָמפּאַקטל פֿון חנוכּה־לידער באַשטייט פֿון אַ מישמאַש. דער אַמעריקאַנער פֿאָלקסזינגער וווּדי גאָטרי, נישט קיין ייִד, זינגט זײַן חנעוודיקן "חנוכּה־טאַנץ", און דער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט מיט זײַן כאָר זינגט מיט מתיקות דאָס חנוכּה־ליד "יוונים". די שוואַרצע פֿאָלקסזינגערין פֿאַר קינדער, עלע דזשענקינס, זינגט "דריידל, דריידל, דריידל" [איך בין אַ קליינער דריידל] אויף ענגליש — אַ טשיקאַווער נוסח, אָבער מע האָט זיך געקענט באַגיין אָן דעם. קיין איין ליד אויף ייִדיש האָט מען נישט אַרײַנגענומען (ווייניקער קיטש־לידער זענען פֿאַראַן אויף ייִדיש, אָבער, אַז מע זוכט געפֿינט מען), אָבער צוויי קלעזמערישע שטיקלעך, יאָ: "קלעזיפֿײַד" פֿון דער "קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־בענד", און מיקי קאַצעס "דער באָבעס דריידל". קאַץ איז מער באַקאַנט פֿאַר זײַנע לצנישע חצי־ייִדיש, חצי־ענגלישע פּאַראָדיעס, אָבער זײַן קאַפּעליע איז באַשטאַנען פֿון ערשט־קלאַסיקע מוזיקער, ווי זיגי עלמאַן אויפֿן טרומייט. אין צווישן דער גוטער סחורה איז דאָ, צום באַדויערן, צו פֿיל בראַק.
די פּאָעמע T‘was the Night Before Hanukah האָבן געשריבן סטאַנלי אַדאַמס און סיד וויין און זי פּאַראָדירט אַ באַקאַנט ניטל־ליד אויף ענגליש, אָבער מיט אַ סך ייִדישע ווערטער ווי "גאַטקעס" "חזירײַ" און "באַבושקאַ". אַנשטאָט דעם ווײַס בערדיקן סאַנטאַ־קלאַוס קומט "פּנחס מיט זײַן פּושקאַרט". זי ווערט רעציטירט מיט אַ שווערן ייִדישן אַקצענט, וואָס האָט אַמאָל אַרויסגערופֿן אַ געלעכטער בײַם צווייטן דור אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער הײַנט איז עס נישט קאָמיש.
אינעם צווייטן קאָמפּאַקטל הערט מען די ניטל־לידער. כּמעט יעדער פּאָפּולערער זינגער אין אַמעריקע האָט אַרויסגעגעבן אַ פּלאַטע לכּבֿוד ניטל; אַזוינע רעקאָרדירונגען זענען "ביג ביזנעס" אין לאַנד. איז דעריבער נישט קיין חידוש וואָס ייִדישע זינגערס האָבן אויך גענאָסן פֿון דעם, נישט קוקנדיק צי זיי האָבן אַ יאָלקע אין דער היים, צי נישט.
אין דעם קאָמפּאַקטל האָט מען אַרײַנגענומען אַ ליד פֿון דער פּאָנק־גרופּע "די ראַמאָנס" (דער הויפּט־זינגער איז געווען אַ ייִד) און פֿונעם ראָק־זינגער, לו ריד. דער ייִדישער זינגער באָב דילאָן האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ קריסט עטלעכע יאָר, איידער ער איז צוריקגעקומען צו זײַנע ייִדישע וואָרצלען. אָבער ערשט ווען ער איז "צוריק" געוואָרן אַ ייִד (ער האָט זיך קיין מאָל נישט געשמדט) האָט ער אַרויסגעגעבן אַן אַלבאָם ניטל־לידער אין 2009. זײַנע אויסטײַטשן פֿון די אַלטע לידער האָבן, אַבער, נישט קיין שום אָריגינעלקייט.
דאָס ליד "קריסטמאַס־סאָנג" [ניטל־ליד], האָט געשאַפֿן דער ייִדישער זינגער מעל טאָרמיי אין 1944 און זינט דעמאָלט, האָט מען עס רעקאָרדירט מער פֿון אַלע אַנדערע ניטל־לידער. ער האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל פֿון ניטל־לידער אין 1992. אין אַ געוויסן זינען, האָט ער כיטרע געשאַפֿן אַ ניטל־ליד אָן קיין שום קריסטלעך־רעליגיעזן אינהאַלט. אינעם ליד באַטאָנט ער דעם שניי, די סבֿיבֿה, די זינגערס וואָס "קאָלעדעווען" אין דרויסן, אָבער נישט קיין וואָרט וועגן דער מעשׂה פֿון ניטל. אַ מײַסטערווערק!
מע קען דאָ און דאָרט הערן אינטערעסאַנטע לידער אויף די צוויי קאָמפּאַקטלעך, און דאָס ביכל וואָס באַגלייט די רעקאָרדירונגען פֿאַרמאָגט אַ סך אינפֿאָרמאַציע, אָבער מע האָט געקאָנט אויסקלײַבן בעסערע לידער פֿון דעם גאָר רײַכן קוואַל. צו באַשטעלן: Twas the Night Before Hanukkah גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט פֿון דער "אַידלסאָן־געזעלשאַפֿט"
www.idelsohnsociety.com