ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


גענאַדי קאָסטירטשענקאָ.
די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃
די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע.
מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012.
522 זײַטן.

דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע.
"דער הויפּט־אָביעקט פֿון מײַן פֿאָרשונג איז די סאָוועטישע אינטעליגענץ פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם", דערלקערט קאָסטירטשענקאָ דעם צוועק פֿון זײַן חיבור. ער איז אויסן צו דערווײַזן, אַז דווקא די דאָזיקע, גאַנץ קליינצאָליקע גרופּע, האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם גאַנצן סאָוועטישן לאַנד. דווקא די ייִדישע אינטעליגענץ איז געווען דער אַקטיווסטער כּוח־הפּועל פֿון דער ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט נאָך סטאַלינס טויט. קאָסטירטשענקאָ האַלט, אַז די דאָזיקע גרופּע האָט אין אַ געוויסער מאָס קאָמפּענסירט דאָס פֿעלן פֿון דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס און ליבעראַלע פֿרײַהייטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
קאָסטירטשענקאָ האָט אַ דערציילערישן טאַלאַנט, וואָס דערמעגלעכט אים אַרײַנצופֿלעכטן טרוקענע ביוראָקראַטישע דאָקומענטן אין אַ פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון פֿאַרפּלאָנטערטע און געשפּאַנטע באַציִונגען צווישן ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער און געלערנטע פֿון איין צד און דער סאָוועטישער מלוכה מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי בראָש פֿונעם אַנדערן צד.
יעדער טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט אַ באַזונדערן אַספּעקט פֿון דער געשיכטע. קאָסטירטשענקאָ באַטראַכט סײַ די גלאָבאַלע פּועל־יוצאס פֿון די וואַקלענישן אין כרושטשאָווס פּאָליטיק לגבי ייִדן, סײַ די איינצלנע "מיקראָ־היסטאָרישע" עפּיזאָדן, וואָס האָבן צו טאָן מיט יחידים און קליינע גרופּקעס. ער פּרוּווט צו אַנאַליזירן אויך דעם "ייִדישן פֿאַקטאָר" אין דער סאָוועטישער אויסערן־פּאָליטיק, בפֿרט זײַן ווירקונג אויף די באַציִונגען מיט פּוילן, אונגאַרן אין ישׂראל.
דער הויפּט־העלד פֿונעם גאַנצן בוך איז ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער יורש און רעפֿאָרמאַטאָר פֿון סטאַלינס טאָטאַליטאַרער סיסטעם. ער קומט אַרויס ווי אַ קאָמפּליצירטע, אין תּוך גענומען, ניט זייער סימפּאַטישע פּערזענלעכקייט. קאָסטירטשענקאָ האַלט כרושטשאָוון פֿאַר אַ "פֿאַרבאַהאַלטענעם אַנטיסעמיט, וואָס האָט געפּרוּווט צו פֿירן אַ באַגרענעצטן דיאַלאָג מיט דער שעפֿערישער עליט".
אין אונטערשייד צו סטאַלינען, וואָס זײַן אַנטיסעמיטיזם איז געווען פֿון "ראַציאָנאַל־פּאַראַנאָיִדאַלן" כאַראַקטער, ווײַל ער האָט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר פֿאַררעטער פֿונעם קאָמוניסטישן היימלאַנד, איז כרושטשאָוו געווען אַן אַנטיסעמיט פֿון "וווּלגאַרן" מין, וואָס האָט בכלל פֿײַנט געהאַט אינטעליגענץ און קולטור. מיט זײַן זאַפֿטיק־גראָבן לשון, וואָס איז געוואָרן אַ שם־דבֿר, האָט כרושטשאָוו אָנגערופֿן ציוניזם "אַ געפּגרטער שטשור".
דווקא אָט די פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן פֿון כרושטשאָווס פּערזענלעכקייט העלפֿן צו פֿאַרשטיין דעם אַגרעסיוון קאַמף קעגן "ספּעקוליאַנט" און "צעשלעפּער פֿונעם סאָציאַליסטישן אייגנטום", וואָס ער האָט אויפֿגעהויבן אין די 1960ער יאָרן. אַ היפּשע צאָל צווישן די קרבנות פֿון דער דאָזיקער קאַמפּאַניע זײַנען געווען ייִדן, און דווקא דאָס דערקלערט איר ברוטאַלן כאַראַקטער. פֿון קאָסטירטשענקאָס שטאַנדפּונקט זײַנען די דאָזיקע ייִדישע אונטערנעמערישע "ספּעקולאַנטן" געווען די פֿאָרגייער פֿון דער נייטיקער עקאָנאָמישער מאָדערניזאַציע, וואָס איז געקומען קיין רוסלאַנד צו שפּעט, ערשט אין די 1990ער.
בעת כרושטשאָווס תּקופֿה האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַן אייגנאַרטיקע עפֿנטלעכע קולטור, וואָס באַשטימט עד־היום די אידעיִשע אַטמאָספֿער אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. די "אייביקע" רוסישע סיכסוכים צווישן די ליבעראַלן און נאַציאָנאַליסטן, צווישן אָנהענגער פֿון "מערבֿדיקן" וועג און "דאָיִקייט", צווישן חסידים פֿון שטאַרקער מלוכישקייט און פּריוואַטן אייגנטום האָבן זייערע וואָרצלען דווקא אין יענער תּקופֿה. און אָט די אַלע סיכסוכים דרייען זיך, אַזוי אָדער אַנדערש, אַרום דער "ייִדישער פֿראַגע".
קאָסטירטשענקאָ איז אַ מײַסטער פֿון היסטאָרישער רעקאָנסטרוקציע, ווען עס קומט צו די האַנדלונגען און מאָטיוון פֿון דער סאָוועטישער "נאַטשאַלסטווע". ער פֿאַרשטייט זייער גוט זייער פּסיכאָלאָגיע און איז אַ בקי אין די מחלוקת און אינטריגעס אינעם סאָוועטישן פּאַרטיי־אַפּאַראַט. ער פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿון הומאָר, וואָס דערמעגלעכט צו אַנטפּלעקן די אַבסורדישקייט פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם. דערבײַ קאָן ער אויך זײַן גאַנץ שאַרף אין זײַנע קריטישע אָפּשאַצונגען פֿון דעם אָדער יענעם מענטש, און זײַן מאָראַלישער פּסק־דין קאָן צומאָל אויסזען צו שטרענג.
אָבער דאָס בוך פֿאַרלירט איר שאַרפֿזיניקייט, ווען דער מחבר נעמט זיך פֿאַר אַנאַליזירן די פּסיכאָלאָגיע פֿון קינסטלער און אויסטײַטשן זייערע ווערק. אַ ביסל שוואַך קומט בײַ אים אַרויס אויך דער אַנאַליז פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק אינעם ליכט פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע". דאָ ווערט זײַן איראָניע אַ ביסל פֿלאַך, און זײַן באַהאַנדלונג פֿון די מקורים — אויבערפֿלעכלעך.
אַזוי ווי די פֿריִערע ביכער פֿון גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, וועט די דאָזיקע פֿאָרשונג בלי־ספֿק אַרויסרופֿן הייסע וויכּוחים צווישן דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה און דער ברייטערער עפֿנטלעכקייט. קאָסטירטשענקאָ איז אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿונעם סאָוועטישן טאָטאַליטאַריזם און זײַן אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק, אָבער ווײַט ניט אַלע ייִדישע פֿיגורן קומען בײַ אים אַרויס העלדיש. ער שאַצט אָפּ גאַנץ פּאָזיטיוו דעם אַלגעמיינעם בײַטראָג פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ אינעם פּראָצעס פֿון מאָדערניזירונג, אָבער ער באַטאָנט דערבײַ, אַז די דאָזיקע ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער און זשורנאַליסטן זײַנען געווען געטרײַע סאָוועטישע מענטשן און האָבן זיך געסטאַרעט צוצופּאַסן צו דער סאָוועטישער סיסטעם. עס איז געווען ניט זייער שולד, וואָס די סיסטעם האָט זיי פֿריִער אָדער שפּעטער אָפּגעשטויסן און צומאָל אַפֿילו דערמאָרדעט.