ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּובליקאַציע פֿונעם בוך "לעבן — איז מיטן פֿאָלק: די קליינע ייִדישע שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע" פֿון מאַרק זבאָראָווסקי און עליזאַבעט הערצאָג האָט אָפּגעצייכנט אַ נײַע תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. ביז דעמאָלט האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע דענקער און שרײַבער געפּרוּווט צופּאַסן ייִדישקייט צו די השׂגות פֿון דער אַרומיקער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה. מען האָט גערעדט וועגן אַ "ייִדישער ציוויליזאַציע", וועגן "יודאַיִזם" ווי אַ קולטור־היסטאָרישער פֿענאָמען, אָבער מען האָט אויסגעמיטן צו רעדן וועגן ייִדן ווי אַ פֿאָלק מיט אַן אייגענעם עטנישן מהות.
אַ היפּשע צאָל צווישן די אַמעריקאַנער עטנאָגראַפֿן זײַנען געווען ייִדן, אָבער אַפֿילו (און אפֿשר טאַקע דווקא) זיי האָבן ניט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַן אייגנאַרטיקער עטנישער גרופּע. פֿאַר דעם זײַנען געווען גאַנץ קלאָרע פּאָליטישע סיבות. מען האָט ניט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדן זײַנען אין וואָסער ניט איז זין אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אַזאַ מין השערה וואָלט געגעבן שטאָף פֿאַר אַ צוּוווּקס פֿון ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע.
לויט דער דאָזיקער טעאָריע, וואָס איז געווען קוראַנט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער אונטערשייד צווישן די ייִדן און אַנדערע ווײַסע אַמעריקאַנער געווען בלויז אין דער אמונה. יודאַיִזם איז געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, דער יסוד פֿון אַמעריקע. אַזאַ קוקווינקל האָט דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן דעם דײַטשישן נאַציזם ווי אַ שׂונא פֿון דער גאַנצער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און ניט נאָר פֿון ייִדן. חוץ דעם, וואָלט דער עטנישער באַגריף פֿון ייִדישקייט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגעהעריקייט פֿון ייִדן צו דער ווײַסער ראַסע בפֿרט און צו דער אַמעריקאַנער נאַציע בכּלל.
"לעבן — איז מיטן פֿאָלק" איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער, נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען די אַלטע וועלט פֿונעם שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז געוואָרן אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ברייטן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט.
ווען אַמעריקע איז אַרײַן אין דער מלחמה, האָט מען דערזען, אַז מען ווייסט זייער ווייניק וועגן פֿאַרשידענע פֿעלקער אין אייראָפּע און אַזיע. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך גענייטיקט אין ביכער, וואָס זאָלן דערקלערן די מינהגים און טראַדיציעס סײַ פֿון די שׂונאים און סײַ פֿון די פֿרײַנד. אָבער דער איינציקער אופֿן צו שאַפֿן אַזאַ מין מאַטעריאַלן אינעם סאַמע ברען פֿון דער מלחמה האָט געקאָנט געלייזט ווערן נאָר מיט דער הילף פֿון די אימיגראַנטן, וואָס האָבן שוין געלעבט אין אַמעריקע.
עס האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, אַז אַ סך פֿון די אינפֿאָרמאַנטן צווישן פּאָליאַקן, אונגאַרן, רומענער, פֿראַנצויזן וכּדומה זײַנען טאַקע געווען ייִדן. די פֿאָרשער האָבן זיך געפֿרעגט: וווּ איז די גרענעץ צווישן זייער "פּוילישקייט", "אונגאַרישקייט", "פֿראַנצויזישקייט" — און זייער "ייִדישקייט"? ווי פֿאַרלאָזלעך זײַנען די ייִדן, ווען עס גייט די רייד וועגן אַנדערע קולטורן? כּדי צו ענטפֿערן אויף די דאָזיקע פֿראַגן דאַרף מען אָבער פֿאַרשטיין, וואָס עס איז אַזוינס "ייִדישקייט"? און אַזוי אַרום האָט מען באַרעכטיקט אַ נײַע פֿאָרשונג פֿון ייִדן ווי אַן עטנישע עדה.
מאַרק זבאָראָווסקי
מאַרק זבאָראָווסקי
די פֿאָרשערישע גרופּע האָט אויסגעפֿרעגט מער ווי הונדערט אינפֿאָרמאַנטן, מערסטנס אין ניו־יאָרק; איבערגעלייענט צענדליקער ביכער, געקוקט פֿילמען. דער סאַמע חשובֿער דעה־זאָגער סײַ צווישן די פֿאָרשער, סײַ צווישן זייערע אינפֿאָרמאַנטן, איז געווען מאַרק זבאָראָווסקי, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אומאַן. מען האָט דעמאָלט נאָך ניט געוווּסט, אַז דער דאָזיקער שטילער ייִדישער פּליט פֿון אייראָפּע איז געווען אַ וויכטיקער סאָוועטישער שפּיאָן, וואָס האָט מסתּמא מיטגעהאָלפֿן אומצוברענגען טראָצקיס זון אין פּאַריז. מיט עטלעכע יאָרן שפּעטער האָט אַן אַמעריקאַנער געריכט פֿאַרמישפּט זבאָראָווסקין צו פֿינף יאָר תּפֿיסה.
אָבער אינעם בוך איז קיין סימן ניטאָ פֿון קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. להיפּוך, דאָס בילד פֿונעם שטעטל איז גאַנץ סטאַטעטשנע און באַלעבאַטיש. די מחברים האָבן ספּעציעל באַמערקט, אַז די מאָראַלישע און רעליגיעזע השׂגות פֿונעם שטעטל זײַנען געווען נאָענט צו די אַמעריקאַנישע ווערטן. זיי האָבן אויסגעמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ ציבור מיט אַ שטאַרקן דרך־ארץ צום ייִחוס, סאָציאַלן שטאַנד און עשירות. אָבער אויפֿן ערשטן אָרט האָבן זיי געשטעלט למדנות און פֿרומקייט.
די הײַנטיקע היסטאָריקער קריטיקירן דאָס דאָזיקע בוך פֿאַר דער נטיה צו אידעאַליזירן דעם שטעטלדיקן שטייגער. דאָס שטעטל באַקומט זיך ווי אַן איינזאַמער ייִדישער אינדזל אינעם גרויסן ים פֿון אומות־העולם, הגם אין דער אמתן איז דאָס שטעטל טיף פֿאַרבונדן מיט דער אַרומיקער וועלט. די דרויסנדיקע וועלט האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דעם ייִדישן לעבן, ניט נאָר עקאָנאָמיש, אָבער אויך קולטורעל.
אָבער ניט געקוקט אויף די אַלע חסרונות (און אפֿשר טאַקע צוליב זיי) האָט דאָס דאָזיקע בוך ראַדיקאַל געענדערט דעם זעלבסטבאַוווּסטזײַן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. אַנשטאָט צו שעמען זיך מיט זייער עבֿר אין דער אַלטער היים, האָבן זיי איצט געקאָנט שטאָלצירן מיט דער אייגנאַרטיקער קולטור פֿונעם שטעטל. ייִדן זײַנען געוואָרן אַ פֿאָלק באַגלײַך מיט אַלע פֿעלקער, און אַפֿילו בעסער, ווײַל זייער עטנאָגראַפֿישער ייִחוס איז געווען שיין און אַלט.
די צווייטע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז אַרויס אין 1962, האָט שוין געהאַט אַן אַונדערן בײַטיטל׃ "די קולטור פֿונעם שטעטל". צו יענער צײַט איז דאָס וואָרט שטעטל שוין פֿעסט אַרײַן אין דער ענגלישער שפּראַך, אַ סימן פֿון ייִדישער אײַנגעבירגערטקייט אינעם נײַעם לאַנד. די פּרטימדיקע און לעבעדיקע באַשרײַבונגען פֿונעם שטעטלדיקן שטייגער האָבן באַוועגט דעם נײַעם, אַמעריקאַנער־געבוירענעם דור קינסטלער, ליטעראַטן און אַקטיאָרן צו שאַפֿן אַזעלכע פּאָפּולערע ווערק ווי "דער פֿידלער אויפֿן דאַך" און "יענטל". אַזוי אַרום איז ניט נאָר דאָס שטעטל, נאָר דער גאַנצער באַגריף פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ווי אַן עטניש־רעליגיעזער כּלל און ניט סתּם אַן אמונה, געוואָרן אַ יסוד פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער אידענטיטעט.