|
אַ סצענע פֿון דעם פֿילם "דער אַנדערער זון" |
|
ממש די פֿינגער צו לעקן פֿונעם נײַעם ישׂראלדיקן פֿילם וואָס הייסט "דער אַנדערער זון." ערשטנס, איז דער סיפּור־המעשׂה ממשותדיק, אַפֿילו ווען ס׳רעדט זיך וועגן צוויי משפּחות, ישׂראלים און פּאַלעסטינער; די פּאָליטיק וואָס גנבֿעט זיך דאָ און דאָרט אַרײַן אין די שפּאַלטן פֿון געשעענישן. זיי זײַנען פֿאַרשטענדלעך, ווען מ׳זעצט זיך אַוועק און מ׳אַנאַליזירט דעם תּוכן פֿונעם פֿילם. איז לאָמיר צוגיין צום תּמצית.
געשען איז די געשיכטע אין יאָר 1991 אין חיפֿה, אין צײַט פֿון דער גאָלף־מלחמה, ווען די "סקאַד"־ראַקעטן זײַנען געפֿלויגן, און ,דער עיקר, האָבן זיי אָנגעגריפֿן דעם שפּיטאָל. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מיש־מאַש, ווען צוויי עופֿעלעך וואָס מען האָט על־פּי־טעות פֿאַרביטן. דאָס ייִדישע קינד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי פֿון די שטחים, אין דער משפּחה פֿון ליילאַ און סאַיִד אַלבעזאַאַז (אַרין אָמאַרי און כאַליפֿאַ נאַטור), און דאָס אַראַבישע קינד — אין די הענט פֿון ייִדישע עלטערן, אָדית און אַלון זילבערמאַן (עמנואלה דעוואָס און פּאַסקאַל ערבע) אין תּל־אָבֿיבֿ.
דער אַראַבישער בחור, דער ייִד, הייסט עס, איז יאַסין (מעהדי דעבהי), און יוסף זילבערמאַן — דער ייִד (יוליס סיטרוק). ווען די צוויי בחורים קומען צו דער עלטער פֿון אַכצן, דערוויסן זיי זיך, אַז זיי געהערן נישט צו דער משפּחה, מיט וועלכער זיי האָבן אָפּגעלעבט זינט זייער געבורט. די טאַטעס, נאָכן דערוויסן זיך, זײַנען מלא־רציחה, נאָר די מאַמעס נעמען עס אויף בשתּיקה, ליבלעך און רעזיגנירט. די קינדער האָדעווען זיך בײַ איבערגעגעבענע עלטערן. דאָס גרויס וווּנדער קומט פֿאָר מיטן ייִדיש־אַראַבישן בחור יאַסין, וואָס כאָוועט זיך בײַ די אַראַבישע עלטערן, בײַ אַ טײַערער און איבערגעגעבענער מאַמע. דער טאַטע איז אַ מעכאַניקער און האָט ליב מוזיק. הײַנט פֿאַרריכט ער די מאָטאָרן פֿון צעקאַליעטשעטע אויטאָס. דער געראָטענער און שיינער בחור זייערער יאַסין שטודירט מעדיצין אין פּאַריז און האַלט בײַם ווערן אַ דאָקטער.
יוסף ווידער, דאָס אַראַבישע ייִנגל, וואָס כאָוועט זיך בײַ די ייִדישע עלטערן, פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם און ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ און האָט ליב מוזיק. ווען ביידע בחורים באַגעגענען זיך נאָך דעם ווי זיי געפֿינען אויס, אַז מען האָט זיי פֿאַרביטן, הייבן זיי אָן צו באַקענען זיך, דערוויסן זיך וועגן זייערע משפּחות, ברידער און שוועסטער.
יאַסין דערציילט יוספֿן וועגן זײַן ליבלעכער משפּחה, אַ חוץ דעם עלטערן ברודער, וואָס דערגייט אים די יאָרן מיט קינאה־שׂינאה, און דעם האַס צו ישׂראל. ער איז גרייט צו גיין אויף די באַריקאַדן צוריקבאַקומען פּאַלעסטינע פֿון די שׂונאס הענט. אָבער די געגנט, די פֿרײַנד, די סבֿיבֿה אויף די שטחים, וווּ ער וווינט, איז פֿול מיט פֿוסבאָל און חבֿרשאַפֿט.
יוסף ווידער דערציילט אים וועגן זײַן ליבלעכער משפּחה, וועגן דער צוגעלאָזענער מאַמע און דעם אַ ביסל אָנגעבלאָזענעם פֿאָטער. עפּעס האָט דער ייִדישער פֿאָטער נישט קיין צוטרוי צום זון, פֿילט, אַז עפּעס טויג נישט, און מיט דער רגע וואָס ער דערוויסט זיך אַז דאָס קינד איז נישט זײַנס, ווערט ער נאָך מער אָנגעכמורעט און אומצופֿרידן.
ביידע מאַמעס האָבן ליב ס׳לעבן זייערע זין. אַפֿילו ווען זיי געפֿינען אויס, אַז די קינדער זײַנען נישט זייערע, און ביידע בחורים האָבן אַ צוציִונגס־קראַפֿט איינער צום אַנדערן, פֿאַרברענגען אַ סך צײַט צוזאַמען, אויף אַזוי פֿיל, אַז יוסף, דאָס אַראַבישע ייִנגל, בײַט זיך מיט יאַסינען. ער נעמט פֿאַרקויפֿן אײַזקרעם, ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און איז שטאַרק מצליח. ער פֿאַרדינט גוט געלט און טיילט זיך מיטן אַראַבישן "ברודער."
יוסף וויל גיין צום רבֿ, ער וויל וויסן, צי ער איז נאָך אַלץ אַ ייִד, און דער רבי זאָגט אים, אַז מיטן ברית־מילה איז ער פֿאַרזאָרגט, בר־מיצווה האָט ער אַדורכגעמאַכט. ער דאַרף נאָר גיין אין מיקווה און ער איז אַ פּאָלנער ייִד, דער עיקר, דאַרף ער זיך אַרײַנטאָן אין דער ייִדישער קולטור אויף צו זײַן אַ ייִד.
אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט. וואָס האָט די פֿאַרפֿאַסערין און רעזשיסאָרשע לאָריין לוי געוואָלט דאָ באַווײַזן, איז איר געגאַנגען אין לעבן אויפֿצוּווײַזן, אַז מיר זײַנען גאָרנישט אַזוי אַנדערש איינער פֿון אַנדערן. ייִדן, ישׂראלים, פּאַלעסטינער, אַראַבער — ביידע פֿעלקער ווילן דאָך שלום, אַ שטיל פֿאַמיליע־לעבן, כאָווען קינדער אין פֿריידן. האָט זי געהאַט אין זינען אַ פּאָליטישן קאָמענטאַר? אָדער אַן אַלעגאָרישע מעלאָדראַמע.
לאָמיר זיך נישט נאַרן. אונדזערע שׂונאים זײַנען אויך מענטשן. בלויז די פּאָליטיק צעשיידט זיי, די דעספּאָטן און פֿאַנאַטישע רעליגיעס צעשיידן זיי, די אַמוניציעס וואָס ווערן צוגעשטעלט יעדן פֿאָלק וואָס פֿאַרמאָגט עפּעס און וואָס יענער וויל — צי דאָס איז נאַפֿט, אַגריקולטור, פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿט... און ווער צאָלט מיט זייער לײַב און לעבן — דער יונגער דור, די משפּחות זייערע. אַבי מען אינטריגירט, אַבי מ׳קוילעט זיך, מ׳שעכט זיך אויס און מען הרגעט זיך.
אָבער ווי מיר קענען די וועלט־געשיכטע, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער געשיכטע, איז נאָך קיין מאָל נישט געקומען צו קיין פּשרה צווישן שכנישע און אויסלענדישע פֿעלקער. ווי נאָר די עקאָנאָמיע ליגט אין דר׳ערד, אַזוי רײַסט מען זיך בײַ די נעז.
דער פֿילם קאָנצענטרירט זיך אויף דער הויכער וואַנט וואָס די ישׂראלים האָבן אויפֿגעשטעלט און אויך די רעוויזיע בײַ די גרענעצן. מסתּמא איז עס איינזײַטיק, ווײַל ס׳איז נאָך נישט אַרויס קיין פֿילם פֿון אונדזערע שכנים אין עזה און אין די שטחים, וואָס זאָל אַזוי לעכצן נאָך שלום ווי מיר, ייִדן. איז וואָס זשע האָט די מחברטע לאָריין לוי געוואָלט דאָ אויספֿירן: אַן איינזײַטיקן בליק פֿון צוזאַמענלעבן.
זינט מיר, די אַמאָליקע שבֿטים, זײַנען אַרײַן אין לאַנד כּנען, האָבן מיר אַדורכגעמאַכט אַ דערנער־וועג צוצוקומען צו אַ שטילשטאַנד מיט די אַרומיקע פֿעלקער. בלויז שלמה המלכן איז עס געלונגען. כּל־זמן ער איז געזעסן אונטער זײַן קרוין און געווען אַ קלוגער ייִד, איז אין זײַן צײַט געווען שלום.
אָבער זינט דאַן האָבן די פֿעלקער אין מיטעלן מיזרח געליטן איובֿס צרות, און כאָטש מיר ייִדן האָבן זיך טאַקע געטובֿלט אין מיקוות, זײַנען מיר סײַ ווי געווען אויסגעשטעלט אויף רציחה פֿון אַלע זײַטן. דעריבער איז גוט אויף אַ פּאָר שעה צו פֿאַרגעסן זיך, אײַנטובֿלען זיך אין לאָריין לויס פֿאַנטאַזיע און חלומענען פֿון משיחס צײַטן.
ליבע פֿרײַנד, פֿאַרפֿעלט נישט דעם פֿילם "דער אַנדערער זון". ס׳איז געמאַכט מיט גרויס גוסט, געזונטער פֿאַנטאַזיע, וואָס פּרעגלט זיך אין אַ טאָפּ פֿון גרויס נאַיִוויטעט. נישט וויכטיק, גוט איז צו פֿאַרגעסן זיך אויף אַ פּאָר שעה און האָבן הנאה.