ליטעראַטור


ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן";
וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט".
מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011

דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע.
ישׂראל אַגאָל האָט באַוויזן צו פֿאַרעפֿנטעלכן זײַן ביכל זכרונות אין 1936, עטלעכע חדשים פֿאַר זײַן אַרעסט. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט ער געוואָרן אַ באַדײַטנדיקער רוסיש־ייִדישער שרײַבער, ווען נישט די טראַגעדיע. די טעמע פֿון ייִדישער קינדהייט איז פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גאַנץ פּאָפּולער אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור סײַ אויף רוסיש, סײַ אויף ייִדיש.
ווי עס האָט באַוויזן די פֿאָרשערין פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור מאַרינאַ באַלינאַ, האָבן ס’רובֿ סאָוועטישע שרײַבער באַשריבן זייערע קינדער־יאָרן לויט אַ געוויסער מאָדעל, נוסח מאַקסים גאָרקיס אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע — "קינדהייט", "יוגנט" און "מײַנע אוניווערסיטעטן". אין הסכּם מיט דער דאָזיקער סכעמע, האָט מען געדאַרפֿט באַשרײַבן די אייגענע קינדהייט ווי די צײַט פֿון ביטערער נויט, שווערער האָרעוואַניע, און כּלערליי לײַדן, וואָס האָבן אויפֿגעוועקט דאָס ריכטיקע פּראָלעטאַרישע באַוווּסטזײַן און, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט דעם העלד צום רעוואָלוציאָנערן קאַמף. דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער מוסטער פֿון אַזאַ מין אויטאָביאָגראַפֿיע איז דוד בערגעלסאָנס לעצטער ראָמאַן "בײַם דניעפּר".
אין אונטערשיד צו בערגעלסאָנען, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, האָט אַגאָל ניט געדאַרפֿט גאָרניט אויסטראַכטן. זײַן קינדהייט פּאַסט זיך זייער גוט אַרײַן אין גאָרקיס סכעמע. ער איז געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אויף דער "שיכּורער סלאָבאָדקע", אין דער אָרעמער געגנט פֿון באָברויסק, צווישן גנבֿים, גאַסן־פֿרויען און שיכּורים. זײַנע בילדער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן זײַנען שאַרף, ביטער און האַרט, ווײַט פֿון וואָסער ניט איז נאָסטאַלגיע און סענטימענטאַלקייט. ער אַליין האָט ממש על־פּי־נס אויסגעמיטן צו ווערן אַ גנבֿ — ווי אַ ייִנגל האָט ער זיך שוין באַטייליקט אין אייניקע "אָפּעראַציעס" פֿון דערוואַקסענע גנבֿים.
געראַטעוועט האָט אים די רעוואָלוציע פֿון 1905, אין וועלכער ער איז געוואָרן פֿאַרטאָן מיט לײַב און לעבן. זײַן רעוואָלוציאָנערע אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין אַ געהיימען קרײַזל פֿון אַליין־בילדונג, וווּ מען האָט שטודירט די קאָמוניסטישע ליטעראַטור. דאָס דאָזיקע קרײַזל איז געשטאַנען אונטער דער השגחה פֿונעם "שטאָטישן קאָמיטעט פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי". דערבײַ האָט דער מחבר קונציק אויסגעמיטן צו פֿאַרפּינקטלעכן, וואָס פֿאַר אַ מין פּאַרטיי איז דאָס געווען — די רוסישע, דאָס הייסט, באָלשעוויסטישע (אָדער, להבֿדיל, די מענשעוויסטישע), אָדער די ייִדישע, געמיינט, דער “בונד".
ֹצוליב דער פּאָליטישער קאָרעקטקייט פֿון יענער צײַט האָט אַגאָל אַפֿילו אַרײַנגעשטעקט אַ ביסל קריטיק פֿונעם "בונד", און אויף אַזאַ אופֿן געגעבן אַ ניצלעכע דערקלערונג פֿון דער פּאָזיציע פֿונעם "בונד"׃ "פֿאַרן ׳בונד׳ איז די [ייִדישע] שפּראַך ניט סתּם אַ מיטל פֿון פֿאַרקער צווישן מענטשן אָדער אַ פֿאָרם פֿון קולטור און אַ כּלי אינעם קאַמף פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿונעם אַרבעטער־קלאַס, נאָר אַ די ציל־שפּראַך פֿונעם דאָזיקן קאַמף". אינטערעסאַנט, וואָס די דאָזיקע ווערטער ווערן געזאָגט דורך אַ מיידל בעת אַ ראָמאַנטישן ראַנדעוווּ.
אין דער אמתן איז אַגאָל, ווי דאָס רובֿ ייִדישע רעוואָלוציאָנערן, געווען אַ מיטגליד פֿונעם "בונד", אָבער צו שרײַבן וועגן דעם אָפֿן אין 1936 האָט ער אַוודאי ניט געקאָנט. בעת דער רעוואָלוציע פֿון 1917 איז ער אַריבער צו די באָלשעוויקעס, זיך באַטייליקט אין די שלאַכטן פֿונעם בירגערקריג, פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס אין די סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס אין ווײַסרוסלאַנד און ליטע.
נאָכן בירגערקריג האָט ער זיך אויסשטודירט אויף דאָקטער אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און געאַרבעט ווי אַ פּסיכיאַטער. איינצײַטיק האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט דער מאַרקסיסטישער נאַטור־פֿילאָסאָפֿיע, בפֿרט מיט דער מאַרקסיסטישער קאָנצעפּציע פֿון עוואָלוציע, ווי אויך געאַרבעט אין די צענטראַלע סאָוועטישע צײַטונגען. אַגאָלס קאַריערע איז שטורמיש געגאַנגען באַרג־אַרויף אין משך פֿון די 1920ער יאָרן, און אינעם יאָר 1930 האָט מען אים קאָמאַנדירט קיין אָסטין, טעקסאַס, צו אַרבעטן מיטן אַמעריקאַנער גענעטיקער הערמאַן מעלער. דער אַנדערער באַרימטער אַמעריקאַנער פֿאָרשער, מאָרגאַן, האָט אַפֿילו פֿאָרגעלייגט אַגאָלן אַ שטעלע אינעם קאַליפֿאָרניער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, אָבער יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט און זיך אמוגעקערט קיין רוסלאַנד.
עס איז ניט קיין חידוש, אַז אין דער אַטמאָספֿער פֿון אידעאָלאָגישע רדיפֿות פֿון די 1930ער יאָרן, האָט אַגאָל באַקומען זײַן פּסק. צו ערשט, האָט מען אים "פֿאַרשיקט" אויף אַ באַשיידענער אַקאַדעמישער שטעלע קיין קיִעוו, וווּ ער האָט זיך אומגעקערט צו דער עקספּערימענטאַלער פֿאָרשערישער אַרבעט. זײַן אַרעסט אין 1936 איז געווען אַ נאַטירלעכער פּועל־יוצא פֿון זײַן אַקטיווער און פֿילזײַטיקער טעטיקייט. מען האָט אים באַשולדיקט אין מיטאַרבעטן מיט טראָצקין און זינאָוויעוון און פֿאַרמישפּט צום טויט אין 1937.
ישׂראל אַגאָל האָט געהאַט פֿילזײַטיקע טאַלאַנטן׃ וויסנשאַפֿטלעכע, אָרגאַניאַטאָרישע, און ליטעראַרישע. ער האָט געהערט צום סאָציאַלן שיכט פֿון דער ייִדישער אָרעמשאַפֿט, וואָס האָט זיך מיט התלהבֿות אָנגעשלאָסן אין דער רעוואָלוציע און האָט געטרײַ געדינט דער סאָוועטישער מאַכט. דער סוף פֿון אַזעלכע מענטשן איז כּסדר געווען אַ ביטערער, און הײַנט פֿאַרנעמען זיי אַ באַשיידן, אַפֿילו צוויידײַטיק אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן זייער טעטיקייט, בלײַבט זייער ליטעראַרישע ירושה אַ וויכטיקער מקור פֿונעם ייִדישן אַמאָל. אייניקע זײַטן פֿון אַגאָלס זכרונות זײַנען זוכה, מען זאָל זיי אַרײַננעמען אין די לייען־ביכער פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.