"דער לעצטער סדר", פֿון רעכטס: אַביגייל ראָז סאָלאָמאָן, נאַטאַלי קוהן, אַנדי לוסיען, מעליסאַ ברײַנער־סאַנדערס, עריק ט. מיליער |
Photo Credit: Richard Termine |
קום איך אײַך דערציילן וועגן דער לעצטער פּיעסע וואָס איך האָב בײַגעוווינט, וואָס הייסט "דער לעצטער סדר," און איך האָף, אַז זי וועט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל אויב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, וועל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס.
זעענדיק "דער לעצטער סדר" האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון יעזוסעס "די לעצטע וועטשערע," וואָס לעאָנאַרדאָ דע־ווינטשי האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן מאָלערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַרשפּאָרט צו לײַדן כּמעט צוויי שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס די דראַמאַטורגין דזשעניפֿער מייזעל האָט פֿאַרפֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט.
אין וואָס באַשטייט די נישט־געלונגענע פּיעסע ווילט איר וויסן? וועל איך אויפֿדעקן דאָס פּעשל קאָרטן. קודם און צום אַלעם ערשטן איז אין דער דראַמע נישט פֿאַראַן קיין איין אונץ פֿון אַ ייִדישן טעם, און זיכער נישט קיין אָפּשפּיגלונג פֿון אַ טראָפּן טאַלאַנט, און דאָ רעכן איך אַרײַן די דראַמאַטורגין, די רעזשיסאָרקע מיט די עלף אַקטיאָרן וואָס רײַסן זיך אַרום איינער מיטן צווייטן ווי די הענער און דאָס אַלץ אויף שמוץ־לשון. און די ייִדישע מאַמע וואָלט זיך נישט געקענט פֿאַרמעסטן מיט דער שטרענגער ייִדענע אין דער אַמאָליקער וואַרשע, וואָס האָט געהאַנדלט מיט פֿיש, ווײַל אַפֿילו די שטרענגע ייִדענע האָט זיך קיין מאָל נישט געקענט פֿאַרמעסטן מיטן ניבול־פּה וואָס האָט פֿאַרהילכט דעם זאַל. ממש אַ שאַנדע און אַ חרפּה צו הערן אַזעלכע מיאוסע רייד אין אַ כּלומרשטער ייִדישער משפּחה.
איז וואָס איז מיר געווען אַזוי דערווידער ווילט איר וויסן? ערשטנס, די גאַנצע ייִדישע משפּחה איז אַזוי. דער אַלטער טאַטע לײַדט פֿון אַלצהײַמערס קרענק, ווילדעוועט ער ווי אַ באַנומענער. ער האָט אָנגעוווירן זײַן שׂכל־הישר און דערגייט אַלעמען די יאָרן. די מאַמע האָט אַ פּיסק אויף שרויפֿן. זי האָט אַ געליבטן, דעם מאַנס בעסטן פֿרײַנד. דאָס זעלבע איז פֿון די דערוואַקסענע טעכטער מיט זייערע אוכאַזשאָרן צו הערן.
צווישן די פֿיר טעכטער וואָס די משפּחה פֿאַרמאָגט, זײַנען אַלע פֿאַרבעטן צום פּסחדיקן סדר וואָס די מאַמע האַלט נישט בײַם צוגרייטן. אַלע קומען מיט אַ טאָג צו פֿרי און מאַכן אָן אַ גראַטשקע און אַ גערודער אין שטוב.
איינע פֿון די טעכטער לײַדט גרויסע יסורים, ווײַל זי וויל זיך נישט באַווײַזן אָן אַ חתן, ווײַל זי האָט נישט קיין בחור מיט וועמען זיך צו באַווײַזן. די משפּחה מאַכט איר דעם טויט וואָס זי קען זיך נישט צופּאַסן קיין פּאָר און אַמאָל חתונה האָבן, גייט זי אין גאַס און דערזעט אַ יונגן־מאַן. שטעלט זי אים אָפּ און מאַכט, און איך פּאַראַפֿראַזיר:
"דו קענסט מיך נישט און איך קען דיך נישט, אָבער איך וויל דיך פֿאַרבעטן צום סדר וואָס מײַן משפּחה האַלט בײַם פּראַווען."
גרעג מולאַוויי און קאַטרין קייטס |
Photo Credit: Richard Termine |
דערווײַל האָבן שוין אַלע שוועסטער, ברידער און אַ שוואָגער, ס׳איז נישט קלאָר ווער זיי זײַנען, זיך פֿאַרזאַמלט, ווען די פּיסקאַטע מאַמע ווערט אויס מענטש דערזעענדיק דעם אָנגעלויף פֿון די קינדער. ערשטנס, זײַנען זיי געקומען דאָ מיט אַ טאָג פֿריִער. צווייטנס, האַלט זי נישט בײַם צוגרייטן קיין סדר. דריטנס, דער אַלצהײַמער־פֿאָטער קוויטשעט ווי אַ באַנומענער. דער באַלאַגאַן איז גרויס.
איין שוועסטער שוואַנגערט און די משפּחה פֿרייט זיך. נישט וואָס זי האָט אַ מאַן אָדער אַ בחור. הײַנט קען מען אָנווענדן אַזעלכע מיטלען וואָס מען דאַרף מער נישט קיין מאַן. און אַלע פֿרייען זיך.
ס׳קומט אַן אייניקל אין דער משפּחה.
אַן אַנדער שוועסטער איז אַ לעסביאַנקע און זי איז גליקלעך. די ייִנגסטע האָט זיך אײַנגעהאַנדלט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער בחור וועלכער קען קאָכן און ווייסט וואָס עס איז אַ סדר און ער קלערט אויף די ייִדישע טעכטער די זאַך מיטן כּשרות ווײַל זיי ווייסן נישט מיט וואָס מ׳עסט עס, און מיצקע דרינען רעציטירן אַלע אויף איין קול:
"מיר רייניקן אויס די שטוב פֿון חמץ?"
נאַ דיר האָסטו, די שרײַבערקע פֿון דער פּיעסע געדענקט דאָס וואָרט "חמץ".
די דעקאָראַציע באַשטייט פֿון אַ דאַך פֿון אַ הויז, און עס דינט ווי אַ זיץ־, ליג־, שלאָף־, מיט אַנדערע ווערטער, אויך אויסגעלאַסן אָרט. שפּעטער ווערט דער דאַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ סדר־טיש, און ס׳רעשט זיצן אַלע אויפֿן דאַך.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן ליבע מענטשן. די אַמעריקאַנער ייִדישע חבֿרה האָבן אויף אַזוי פֿיל אָנגעוווירן פֿון זייער ייִדישקייט אַז זיי טראַכטן אויס אַ נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגענעם סוזשעט און מ׳פּראַוועט כּלומרש עפּעס אַ פֿאַרזעעניש פֿון אונדזער אָפּשטאַם.
שווער צוצוקוקן זיך ווי מען שילדערט דעם מיטל־יאָריקן און דעם נײַעם דור אין דעם אַמעריקע. ס׳איז שוין נישט צום לאַכן ס׳איז ממש צום וויינען. איך האָב שוין דאָס דערמאָנט אין מײַנע פֿריִערדיקע אַרטיקלען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישקייט ווערט דאָ פֿאַרקריפּלט, פֿאַרווישט, פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרקריסטלט.
אונדזער בריליאַנטענער פּאָעט אַהרן צייטלין האָט אַמאָל געשלידערט דעם זון פֿון אַ פּראָסטן אַמעריקאַנער ייִדן בזה־הלשון.
(…) און אַז מ׳מאַכט שוין געלט — איז עס עפּעס ווערט?
מײַן זינדל, דער תּכשיט ר׳ מײַק,
האַלט מיך "עניוויי" פֿאַר אַן אַלטן "קײַק."
מײַן טעכטערל "גלײַכט נישט קיין ייִדישן ‘בוי’"
האָט זי זיך פֿאַרליאַפּעט אין אַן אײַרישן גוי.
האָב איך אייניקלעך שקצים און אַ גוי אַן איידעם.
און יעקבֿ גלאַטשטיין האָט געטרויערט אויף דער דאָליע פֿון אַן אַמעריקאַנער ייִדנס דרײַ זין: דאָס ליד הייסט "מאָנאָלאָג אין דריטער פּערזאָן," וווּ עס רעדט זיך וועגן אַ ייִדן וואָס האָט געפּרוּווט אַרײַנפּאָמפּען אין זײַנע דרײַ זינדלעך אַ שטאָך ייִדישקייט, און ס׳גייט אַזוי:
די דרײַ קינדער נעבעך —
האָבן זיך געצאַפּלט אין שטײַגעלעך.
ווי אומגעדולדיקע האָזן.
איינער אין אַ תּלמוד־תּורה,
דער צווייטער אין אַ שלום־עליכם־שול,
אַ דריטער — אין אַ גאַנצער ישיבֿה.
פֿאַר אַלעמען יוצא געווען.
... זיי זײַנען געבליבן פּאַסיווע ייִדן,
ברוך־השם, אַבי ייִדן.
(...) גלוסט זיך אים איצט לאַכן,
וואָס ער האָט אָפּגעטאָן זײַנע קינדער אויף טערקיש.
און פֿאָרט אין זיי אַרײַנגעפּאָמפּעט אַ ביסל ייִדישקייט,
זאָל זײַן אויפֿן שפּיץ מעסער.
צוריקגעשמועסט, אין יענע פֿאַרשלאָפֿענע פֿרימאָרגנס,
ווען ס׳פֿערדל האָט אַליין געלייענט די נומערן —
אויף די וויליאַמסבורג־טירן.
וואָלט מען באַדאַרפֿט צו יעדער טיר,
צושטעלן ייִדישקייט ווי אַ פֿלעשל מילך.
מיר וויינען אויף דער דאָליע נישט נאָר פֿון ייִדיש, נאָר אויך פֿון ייִדישקייט, ווײַל די ביידע זײַנען פֿאָרט אַ סיאַמער צווילינג. און אויב ייִדיש קומט אום, האָט ייִדישקייט נישט קיין קיום, ווײַל אָן אַ ייִדיש־לשון האָט ייִדישקייט נישט קיין קיום.
און דאָס וואָס איך האָב געזען אויף דער בינע דאָס מאָל, האָט עס נישט נאָר געפֿעלט אַ ייִדיש־לשון, נאָר אויך ייִדישקייט, און אָן די צוויי עלעמענטן כאָוועט זיך דאָ אויף אַ פֿאַרגרעבטער עולם. זיי מעגן זײַן דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, אינזשענירן און קאָמפּיוטער־עקספּערטן, דראַמאַטורגן, טעאַטראַלן. אַלץ איינס, ס׳רוב פֿון זיי זײַנען פֿאַרגרעבטע ייִדן, רחמנא־לצלן.