סצענע פֿון דער פּורים־שפּיל "טרפֿהנע סחורה" געשפּילט אין סאָכאָטשעוו |
ווער עס האָט געהאַלטן דעם באַנד אין די הענט ווייסט, אַז די געלע בלעטלעך צעקרישלען זיך אין גאַנצן, און באַלד וועט נישט בלײַבן קיין זכר פֿונעם וויכטיקן ווערק, אַ חוץ אין דער דיגיטאַלישער פֿאָרעם. דער רעדאַקטאָר מ. וואַנווילד, איינער פֿון עטלעכע פּען־נעמען פֿונעם שרײַבער און קריטיקער משה־יוסף דיקשטיין (1889—?194), האָט אין אַ היציקן טאָן פֿאַרטיידיקט אין זײַן אַרײַנפֿיר דעם ייִדישיזם און דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר. למשל, ער שרײַבט: "דאָס ליד 52 פֿון ש. לעהמאַנס זאַמלונג ׳אַרבעט און פרײַהייט׳ האָט געוויס אַ פֿיל גרעסערן ווערט פֿון אַלע אחד־העמס מאמרים צוזאַמענגענומען".
צווישן די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין "בײַ אונדז ייִדן", זענען געווען הערשעלע, פּינחס גראַובאַרד, נח פּרילוצקי און יהודה עלזעט. אָבער שמואל לעהמען האָט פֿאַרנומען דאָרט דעם אויבן־אָן. ער האָט אינעם באַנד אָפּגעדרוקט עטלעכע טיילן פֿון זײַנע ריזיקע קאָלעקציעס, און געוויזן דער וועלט, אַז ער זאַמלט אַלץ; אַפֿילו זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט פֿאַררעכנט ווי פֿאָלקלאָר. דערפֿאַר איז טאַקע דער טיטל "בײַ אונדז ייִדן" אַזאַ פּאַסיקער; די וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסטן האָבן געזען שיינקייט און ווערט אינעם ייִדיש־לשון אין אַלע שיכטן פֿונעם פֿאָלק.
סײַ לעהמאַן, סײַ גראַובאַרד האָבן אויסגעזוכט לידער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט. אין גראַובאַרדס "געזאַנגען פֿון תּהום: לידער פֿון גנבֿים, אַרעסטאַנטן, גאַסן־פֿרויען" זעט מען, אַז ער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף דעם ליטעראַרישן ווערט פֿון זײַן פֿאָלקלאָר, און אפֿשר זיי אַפֿילו אַ ביסל "באַפּוצט" איידער ער האָט זיי פֿאָרגעשטעלט.
ווען איך בין נאָך אַ קליין קינד געווען,
האָט זיך מיר גנבֿענען פֿאַרגלוסט,
וואָס מײַנע אייגעלעך האָבן נאָר דערזען —
"פֿאַרדינען" האָב איך עס שוין געמוזט.
אַזוי האָט זיך געפֿירט אַ שטיקל צײַט,
געווען בין איך שטענדיק אויף דער פֿרײַ,
צו דער גנבֿה האָבן מיך די שותּפֿים גענייט,
גנבֿענען האָב איך געמוזט נאָר פֿאַר זיי.
אַ גנבֿ אין אַ תּקיף, אַ גנבֿ איז אַ מכּה,
אַ גנבֿ איז אַן אומגליק אויף דער וועלט.
אַ שאָד וואָס די מעלאָדיעס פֿעלן, אָבער אַפֿילו ווי פֿאָלקס־פּאָעזיע איז דאָס אַ פּיאָנערישע אַרבעט: לידער, אין וועלכע די רויע עמאָציעס פֿון דעם דאָזיקן קלאַס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט.
די צווייטע זאַמלונג אין "בײַ אונדז ייִדן", שמואל לעהמאַנס "גנבֿים און גנבֿה", נעמט אַרײַן אַלע זשאַנערן, אַחוץ לידער. לעהמאַן האָט זיי געזאַמלט אין וואַרשע במשך פֿון 20 יאָר: ווערטלעך, ווי "אָוואַ, איז ער אַ גנבֿ. ער האָט צוגעגנבֿעט דעם קנאַק פֿון דער בײַטש"; צונעמענישן ווי "קייטל גנבֿ" (ער קייטלט אָפּ די פֿערד פֿון די פֿורן); רעטענישן ווי "וועלכן גנבֿ טשעפּעט מען נישט? דעם וואָס גנבֿעט דעם אַפֿיקומן"; אַנעקדאָטן ווי מ׳האָט אַמאָל איינעם געזאָגט: "ווי אַזוי האָסטו נישט קיין חרפּה צו גיין אַרויסגנבֿענען פֿון דער בית־מדרש־פּושקע אַ האַלבן רובל, ווען מען לייענט די עשׂרת־הדברות? — האָט ער זיך געשוווירן — ׳כ׳זאָל אַזוי לעבן, ווי ס׳איז מער נישט געווען׳!". "גנבֿים און גנבֿה" נעמט אויך אַרײַן גאָר לאַנגע פֿאָלקס־מעשׂיות וועגן גנבֿים און אַ זעלטן בילד פֿונעם דערציילער פֿון די מעשׂיות, נח קובעל, וועלכער איז געשטאָרבן אין 1916 אין עלטער פֿון 64 יאָר. לעהמאַן האָט בײַ אים פֿאַרשריבן אַ הונדערט מעשׂיות.
דער פּאָעט הערשעלע (הערשל דאַנילעוויטש), וועלכער האָט געשטאַמט פֿון לאָדזש, אָבער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע, האָט אויך בײַגעשטײַערט מיט זײַן זאַמלונג "פֿונעם פֿאָלקסמויל". ספּעציעל אויסערגעוויינטלעך זענען די רעקרוטן־לידער וואָס ער האָט געזאַמלט.
נײַן חדשים האָט מיך מײַן מאַמע געטראָגן
ביז וואַנען זי האָט מיך געהאַט;
ווען עמעצער זאָל מיר געווען זאָגן,
אַז איך וועל זײַן אַ סאָלדאַט.
וואָס קאָנען מיר רעדן, וואָס קאָנען מיר טון,
מיר זענען אין גוייִשע הענט.
וויינט אויף אונדז ברידער, מיר זענען סאָלדאַטן
מיר האָבן פֿאַרשפּילט אונדזער וועלט.
אַן אינטערעסאַנטע פֿאָרשונג וואָלט געווען ווען מע פֿאַרגלײַכט סאָלדאַטן־ און רעקרוטן־לידער מיט די גנבֿים־לידער. ביידע אַנטפּלעקן זיי דעם ווייטיק פֿונעם פֿאָלק אויף אַ טיף פּערזענלעכן אופֿן.
שמואל לעהמאַנס "די קינדער־וועלט" און די פּורים־שפּיל "טריפֿהנע סחורה" האָבן באַשטעטיקט לעהמען ווי דער אָנפֿירנדיקער ייִדישער פֿאָלקלאָר־זאַמלער פֿון זײַן דור; אַ זאַמלער וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַלע זשאַנערן. לעהמאן, להיפּוך צו ס׳רובֿ אַנדערע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, האָט צוגעגעבן מעלאָדיעס ווען ער האָט געקענט, אַפֿילו בײַ די קינדער־גראַמען, וווּ אַנדערע וואָלטן דאָס געהאַלטן פֿאַר נישט כּדאַי.
אַ סטאָלאַזש איז געגאַנגען
אַ קעסטל באַשלאָגן,
האָט ער נישט געוווּסט
וויפֿל טשוועקעס אַרײַנצושלאָגן —
האָט ער געציילט:
נישט איינס,
נישט צוויי,
נישט דרײַ,
נישט פֿיר...
דערצו באַשרײַבט לעהמאַן פּרטימדיק ווי אַזוי מע שפּילט און די האַנט־באַוועגונגען בשעת מע ציילט אויס.
ס׳איז דאָ אַ סך צו שטודירן אין "בײַ אונדז ייִדן"; אַן אוצר פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר.