"דער אויספֿאָרשער". ראָמאַן.
מאָסקווע, "אַסטרעל", 2012
פֿון איין זײַט, געהערן די ראָמאַנען פֿון מאַרגאַריטאַ כעמלין צו דעם הײַנטיקן הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אונטערפֿירן די לעצטע סך־הכּלען פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. און איינצײַטיק שטעלט זי פֿאָר די נײַע כוואַליע אין דער רושיס־ייִדישער ליטעראַטור, אין איינעם מיט אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערינס ווי דינה רובינאַ און ליודמילאַ אוליצקאַיאַ. לויט איר סטיל און וועלטבאַנעם איז כעמלין נענטער צו אינאַ לעסאָוואַיאַ, די קיִעווער שרײַבערין, וואָס האַלט אין איין אויסמאָלן אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿונעם אוקראַיִנער ייִדנטום פֿון די צוויי פֿאַרגאַנגענע דורות.
כעמלינס נײַער ראָמאַן איז איינער פֿון די וויכטיקסטע און וואָגיקסטע ייִדישע ראָמאַנען פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט ניט נאָר אין דער רוסישער ליטעראַטור. אָנגעשריבן ווי אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ סאָוועטישן פּאָליציי־אויספֿאָרשער, וואָס דאַרף אויספּלאָנטערן דעם מאָרד פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי אין דער אוקראַיִנער שטאָט טשערניגאָוו אין 1952, איז דאָס אַן אויסגעצייכנט רײַכע, געשפּאַנטע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דער גאַנצער תּקופֿה אינעם לעבן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ גלײַך נאָך דער מלחמה און נאָך דעם חורבן.
די ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט פֿון דער מחברין זעט מען פֿון די סאַמע ערשטע שורות. כעמלין באַהערשט די סאָוועטישע שפּראַך ווי קיין אַנדער הײַנטיקער רוסישער שרײַבער. זי דערקלערט אין אַן אינטערוויו אין אַ רוסישער צײַטונג׃ "די שפּראַך, וואָס לעבט אין מײַנע ביכער — דאָס איז די שפּראַך פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. איך האָב זי ניט אויסגעטראַכט. מען קאָן ניט אויסטראַכטן דאָס, וואָס לעבט. דאָס איז שוין געשאַפֿן געוואָרן, פֿון דער לופֿט, פֿון גאָרנישט. איך האָב בלויז זיך געסטאַרעט צו פֿאַרהיטן די דאָזיקע שפּראַך, אויסצופֿילן זי מיט פֿלייש, צו פֿאַרחתמענען זי."
דאָס איז די שפּראַך פֿון דער סאָוועטישער צײַט און פֿונעם סאָוועטישן מענטשן, אַ "מיאוסער אין זײַן בליאַסקען שטיקל פֿון האַמעטנע רייד", וואָס זי פֿאַרגלײַכט מיט צעקראָכענע שטיינער, וועלכע מען דאַרף צעמאָלן אין זײַן גאָרגל׃ "איך שרײַּב מיט פֿאַרשלונגענע ווערטער". דאָס איז דער פּראָדוקט פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, אָנגעזאַפּט מיט "פֿאַרבאַהאַלטענע מיינען, ליגנס, קריוודעס און אמתן."
און אָט דאָס דאָזיקע צעקאַליעטשעטע און איבערגעדרייטע לשון ווערט אונטער איר פּען אַ שאַרפֿער און פּרעציזער אינסטרומענט פֿאַר אויסדריקן אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון מחשבֿות, געפֿילן, פּאָעטישע אימאַזשן און מאַטעריעלע פּרטים פֿונעם סאָוועטישן שטייגער. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר אין דער אוקראַיִנער פּראָווינץ זיבן יאָר נאָכן סוף פֿון דער מלחמה, ווען אַלע וווּנדן זײַנען נאָך בלוטיק־פֿריש. דער הויפּט־העלד, אַ סאָוועטישער מענטש פֿון אַ גאַנץ יאָר, פֿאַלט פּלוצעם אַרײַן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. ייִדן זײַנען אים פֿרעמד, זיי ווײַזן אים אויס ווי געפֿערלעכע, אומבאַקאַנטע, פֿאַרדעכטיקטע און, קודם־כּל, פֿרעמדע מענטשן.
די האַמעטנע סאָוועטישע רייד פֿונעם דערציילער דינט דער מחברין ווי דער ליטעראַרישער מכשיר פֿון "אָפּפֿרעמדונג"׃ דער לייענער ווערט גלײַך געווויר, אַז מען דאַרף ניט גלויבן דעם דאָזיקן דערציילער. דער דאָזיקער עפֿעקט שאַפֿט די נייטיקע שפּאַנונג אין דער לאַנגער און פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע מיט אַ סך פּערסאָנאַזשן און געשעענישן, וואָס לכתּחילה האָבן, דאַכט זיך, אַ קנאַפּן שײַכות מיטן סיפּור־המעשׂה. כעמלין האָט זייער אַ שאַרף אויג פֿאַר דעם היסטאָרישן פּרט, און יעדע קלייניקייט באַקומט אַ ספּעציעל אייגן אָרט אין דעם אַלגעמיינעם בילד.
אַלטע זאַכן זײַנען ביז גאָר חשובֿ פֿאַר כעמלין. זי שעפּט פֿון זיי אינספּיראַציע פֿאַר איר ליטעראַרישן כּוח־הדמיון׃ "איך פֿאָר אַרום מיט מײַן פֿאָטערס וואַליזקע. נעם אַרויס פֿאַר מײַנע צוהערער אַן אַלטן טלית, אַ מזוזה, אַן אוקראַיִנישן האַנטוך, קלייניקייטן פֿון די סאָוועטישע צײַטן [...] און איך זאָג גאָרנישט, מײַנע צוהערער הייבן אָן אַליין צו דערציילן וועגן זייער לעבן." אירע ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין קונסט־קאַמעראַ פֿונעם סאָוועטישן עבֿר, אַ מוזיי פֿון דער בשותּפֿותדיקער ירושה פֿון דעם עלטערן דור פֿון אירע לייענער.
אָבער זי האַלט ניט, אַז אירע ביכער זײַנען באַצוועקט ספּעציעל פֿאַרן עלטערן דור׃ "דער "אויספֿאָרשער" איז זייער אַ הײַנטצײַטיק בוך. מען זוכט סודות הײַנט אויכעט. מען זעט עפּעס בײַזס אין אַ פֿרעמדער אמונה, אין אַ פֿרעמדער קולטור, אין אַ פֿרעמדער שפּראַך." די שרײַבערין גלויבט ניט, אַז דער מענטשלעכער כאַראַקטער בײַט זיך מיט דער צײַט. יעדער מענטש, יעדע פֿאָלק האָט אַן אייגענעם מהות, וואָס מאַכט אים אַנדערש. און דווקא דאָס, וואָס איז אַנדערש פֿון אונדז, איז דאָס סאַמע וויכטיקע און אינטערעסאַנטע אין אַ מענטש און אין אַ פֿאָלק.
כעמלין איז זייער פּינקטלעך און אַקוראַט אין שילדערן די פּרטים פֿונעם ייִדישן שטייגער, כאָטש אַלע אימאַזשן זײַנען דורכגעלאָזט דורך דעם פֿאַרקריפּלטן באַוווּסטזײַן פֿונעם פּרימיטיוון דערציילער. זי האָט געכאַפּט די שטימונג פֿון די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס שליטה; דעם געמיש פֿון פּחד, חשד, און שטאָלץ. די מלחמה האָט זיך אָקערשט געענדיקט, אָבער מען האָט ווידער געלעבט אין דער אַטמאָספֿער פֿון געהיימען טעראָר.
אָבער דאָס חשיבֿות פֿונעם ראָמאַן איז ווײַט ניט באַגרענעצט דורך דער עטנאָגראַפֿישער פּינקטלעכקייט פֿון די שילדערונגען. דער ראָמאַן פֿירט אַ דיאַלאָג מיט דער גרויסער רוסישער טראַדיציע פֿון מאָראַליש־פֿילאָסאָפֿישער ליטעראַטור. ער ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון דאָסטאָיעווסקיס "פֿאַרברעכן און שטראָף". נאָר אין אונטערשיד צו דאָסטאָיעווסקיס קריסטלעכן מוסר־זאָגן, בלײַבט דאָ דער פֿאַרברעכער ניט באַשטראָפֿט, ווײַל אַזאַ איז געווען די טבֿע פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. די פֿראַגע, וואָס מאַרגאַריטאַ כעמלין שטעלט פֿאַר איר לייענער, איז ניט "ווער איז דער מערדער?" — נאָר "ווער איז ניט קיין מערדער?"