ליטעראַטור


Annie Polland and Daniel Soyer,
Emerging Metropolis:
New York in the Age of Immigration,
1840—1920 (City of Promises: A History
of the Jews in New York, vol. 2).

New York: New York University Press, 2012. 364 pp.



דער צווייטער באַנד פֿון דער נײַער פֿונדאַמענטאַלער געשיכטע פֿון ייִדן אין ניו־יאָרק באַהאַנדלט די סאַמע דינאַמישע תּקופֿה, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שטאָט אינעם צענטער פֿון דער ייִדישער וועלט. דאָס איז געשען צוליב צוויי אימיגראַציע־כוואַליעס פֿון אייראָפּע. צוערשט, אין דעם מיט־19טן יאָרהונדערט, זײַנען געקומען בערך הונדערט טויזנט ייִדן פֿון די דײַטשיש־רעדנדיקע, מיטל־אייראָפּעיִשע געגנטן, און דערנאָך, זינט די 1870ער יאָרן און ביזן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן זיך אין אַמעריקע באַזעצט בערך צוויי מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
צו יענער צײַט איז ניו־יאָרק געוואָרן דער הויפּט־טויער פֿאַר דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון אייראָפּע. עס איז נאַטירלעך, אַז דאָס רובֿ אימיגראַנטן האָבן זיך לכתּחילה באַזעצט אין דער שטאָט, און דווקא אין דער געגנט, וואָס איז געווען נאָענט צו אָט דעם "טויער" אויף קעסל־אײַלאַנד און שפּעטער אויף עליס־אײַלאַנד. אַזוי אַרום דערציילט דאָס דאָזיקע בוך, קודם־כּל, די געשיכטע פֿון דער לאָוער־איסט־סײַד, וואָס זינט דעם אָנהייב פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און ביז הײַנט דינט די געגנט ווי די ערשטע אַמעריקאַנער סטאַנציע פֿאַר די פֿריש־געקומענע אימיגראַנטן.
די דאָזיקע אָרטיקע געשיכטע ווערט פֿולגעפּאַקט מיט אַ סך אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און פּרטים. מען הערט לעבעדיקע שטימען פֿון מענער און פֿרויען, וואָס דערציילן וועגן זייער דערפֿאַרונג. דער אַלגעמיינער טאָן פֿון דער דאָזיקער געשיכטע איז פּאָזיטיוו. די ייִדישע אימיגראַנטן, סײַ די דײַטשישע "יאַהודים" און סײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע "ייִדן" האָבן געהאָרעוועט שווער, געהאָלפֿן איינער דעם אַנדערן, און זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער סיסטעם. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי זיך אַלע אַרויפֿגעאַרבעט און זיך אַריבערגעצויגן אין בעסערע געגנטן.
דווקא דער עקאָנאָמישער, פּאָליטישער און סאָציאַלער דערפֿאָלג פֿון אָט די צוויי־דרײַ אימיגראַנטישע דורות האָט געמאַכט ניו־יאָרק פֿאַר דער גרעסטער ייִדישער וועלטשטאָט. די השפּעה פֿון ניו־יאָרקער ייִדישער עליט האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן און האָט דערגרייכט איר שפּיץ נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען די ייִדישע דעלעגאַציע אויף דער פּאַריזער שלום־קאָנפֿערענץ האָט אויסגעפּועלט גינסטיקע נאָרמעס פֿאַר ייִדן און אַנדערע מינאָריטעטן אין די נײַ־אויפֿגעקומענע מלוכות פֿון מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע.
אָבער דער הויפּט־טראָפּ פֿונעם בוך שטייט אויף דער אויספֿורעמונג פֿון די נײַע אָרגאַניזאַטאָרישע סטרוקטורן אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער גאַס. לויט זייער אָפּשטאַם לאָזן זיך די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס צעטיילן אויף צוויי מינים׃ די "דײַטשישע" און די "מיזרח־אייראָפּעיִשע". די דײַטשישע "יאַהודים" האָבן געשאַפֿן אַ נעצווערק פֿון עליטאַרישע פֿילאַנטראָפּישע חבֿרות, סאָציאַלע קלובן, רעפֿאָרמיסטישע קהילות און פּאָליטישע קאָמיטעטן, וואָס זײַנען געלעגן אין די הענט פֿון די גבֿירים, בעת די פּוילישע און רוסישע ייִדן האָבן אַנטוויקלט אַ מער דעמאָקראַטישע שיטה פֿון מאַסן־פּאָליטיק.
די מחברים גיבן זייער אַ ניצלעכן איבערזיכט פֿון דער רײַכער און אַקטיווער תּקופֿה אין דער נײַער ייִדישער געשיכטע. דאָס בוך איז גוט סײַ ווי אַן אַרײַּנפֿיר אין דער טעמע, סײַ ווי אַ מער ספּעציעלע פֿאָרשונג פֿון אירע איינצלנע אַספּעקטן. אָבער בײַ די אַלע מעלות, איז דאָס בוך אַ ביסל שמאָל, אַפֿילו "קליין־שטעטלדיק" אינעם קוק. די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע היסטאָריקער האָבן אַ נטיה ניט צו נעמען אין באַטראַכט די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור, און די נײַע געשיכטע פֿון ייִדן אין ניו־יאָרק איז ניט קיין אויסנאַם.
אַפֿילו דאָס גאַנצע קאַפּיטל, וואָס איז געווידמעט דער ייִדישער קולטור, פֿאַרמאָגט ניט מער ווי אַ פּאָר קורצע פּאַראַגראַפֿן וועגן דער ייִדישער פּראָזע. מען דערמאָנט דערבײַ ניט קיין וויכטיקע ליטעראַרישע ווערק פֿון יענער צײַט, וואָס דערציילן וועגן דעם ייִדישן ניו־יאָרק, אַזעלכע ווי לעאָן קאָברינס "אימיגראַנטן" און "אָרע די באָרד", שלום אַשס "אָנקל מאָזעס", דוד איגנאַטאָווס "אין קעסלגרוב", יוסף אָפּאַטאָשוס "אונטערוועלט". ניט דערמאָנט ווערט אַפֿילו דער נאָמען פֿונעם גרעסטן ייִדישן דיכטער משה־לייב האַלפּערן און זײַן מײַסטערווערק "אין ניו־יאָרק"! מען רעדט יאָ וועגן מאָריס ראָזנפֿעלד, שלום־עליכם און "די יונגע", אָבער די ייִדישע ליטעראַטור ווערט דערבײַ באַהאַנדלט ווי אַ בײַזאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט דער ייִדישער שאַפֿונג אויף ענגליש.
די צרה פֿון אַזאַ ביטולדיקער באַציִונג צו דער ייִדישער ליטעראַטור איז ניט בלויז דאָס, וואָס דאָס איז עם־האַרציש און ניט־יושרדיק; פֿאַר די 1920ער יאָרן איז די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור געווען אַ סך רײַכער, פֿילזײַטיקער און אָריגינעלער, איידער די ייִדישע שאַפֿונג אויף ענגליש. אָבער נאָך וויכטיקער איז דער פֿאַקט, אַז אָן דעם ייִדישן ליטעראַרישן שפּיגל באַקומט מען אַן איינזײַטיק און אַ פֿאַרקריפּלט בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער "שטאָט פֿון הבֿטחות".
די בעסטע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, פֿון ישׂראל יוסף זעווין (תּשר״ק) ביז יצחק באַשעוויס, האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם ליטעראַרישן נוסח פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין ניו־יאָרק. אָבער זייער פּאָרטרעט פֿון יענער תּקופֿה איז מער קאָמפּליצירט, פּראָבלעמאַטיש און אומעטיק, איידער דאָס אָפּטימיסטישע בילד פֿון די סאָציאַלע היסטאָריקער. בעת די היסטאָריקער קוקן אויף דעם עבֿר פֿונעם הײַנטיקן שטאַנדפּונקט און באַטאָנען די עלעמענטן פֿון דערפֿאָלג און פּראָגרעס, בלײַבן די ליטעראַרישע ווערק שטעקן אין דעם ברען פֿון די געשעענישן.
די אַמעריקאַנער ייִדישע מחברים, סײַ די מאָדערניסטן און סײַ די מער טראַדיציאָנעלע רעאַליסטן, האָבן גענוצט אַ ברייטן אַסאָרטימענט פֿון קינסטלערישע מכשירים. אייניקע האָבן זיך געסטאַרעט צו געבן רעאַליסטישע מאָמענטאַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, די אַנדערע האָבן געזוכט נײַע סימבאָלישע און מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן און געשטאַלטן, כּדי איבערצוגעבן זייער אויפֿנעם פֿון דער צײַט. דורך פֿאַרשידענע אויסדרוק־מיטלען האָבן זייערע ווערק אָפּגעהיט די פֿליסיקע סוביעקטיווקייט פֿון דער שטורעמדיקער צײַט, און דווקא דאָס פֿעלט אין די היסטאָרישע באַריכטן.
די היסטאָריקער פֿון "גרויסער" אַמעריקע האָבן שוין מיט יאָרן צוריק אָפּגעשאַצט דעם גרויסן בײַטראָג פֿון דער ליטעראַרישער ירושה ווי אַ וויכטיקן היסטאָרישן מקור. און אויך אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע איז געווען אַ מאָמענט, ווען עס האָט זיך געדאַכט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור וועט געפֿינען אַן אָרט אינעם היסטאָרישן בילד פֿונעם ייִדישן עבֿר. פֿון יענער צײַט איז פֿאַרבליבן דאָס פּרעכטיקע בוך "די וועלט פֿון אונדזערע אָבֿות" פֿון אירווינג האַו און קענעט ליבאָ, וואָס האָט זיך באַנוצט מיט אַ סך ליטעראַרישע מקורים. צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע טענדענץ ניט געהאַט קיין המשך, און די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע בלײַבט עד־היום באַגרענעצט אין איר אויסקלײַב פֿון דעם מאַטעריאַל.