ליטעראַטור



אַ צייכענונג צו "באָנטשע שווײַג" פֿון אוריאל בירנבוים
אַ צייכענונג צו "באָנטשע שווײַג" פֿון אוריאל בירנבוים
כאָטש האַקט מיך און בראָקט מיך פֿאַרשטיי איך ניט דעם פֿינאַל פֿון י. ל. פּרצעסדערציילונג "באָנטשע שווײַג". וואָס האָט דער מחבר געוואָלט מיט אים, מיטן פֿינאַל, זאָגן, אויב ער האָט בכלל געוואָלט עפּעס זאָגן מיט דער באַוווּסט געוואָרענער דערציילונג זײַנער. נאָר צוערשט, וויל איך דערמאָנען דעם לייענער אַ פֿראַגמענט פֿון דעם דאָזיקן פֿינאַל. עס זאָגט צו באָנטשען נאָכן הימלשן בית־דין של מעלה דער אַבֿ־בית־דין:
"אויף יענער וועלט האָט מען דײַן שווײַגן ניט באַלוינט, נאָר דאָרט איז דער עולם השקר, דאָ אויפֿן עולם האמת וועסטו דײַן לוין באַקומען! ...נעם דיר וואָס דו ווילסט! אַלץ איז דײַנס! ...אַלץ אין הימל געהערט צו דיר! קלײַב און נעם וואָס דו ווילסט!...
נו, אויב אַזוי, — שמייכלט באָנטשע, — וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער!
דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט..."
עס קומען אויף בײַ מיר פֿיר קשיות:
פֿאַר וואָס האָט געשמייכלט באָנטשע?
פֿאַר וואָס די דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט?
פֿאַר וואָס האָט זיך צעלאַכט דער קטיגור, דער פּראָקוראָר, הייסט עס?
לעבן וועמען פֿון זיי שטייט י. ל. פּרץ, צי ער שטייט בײַ אַ זײַט?

* * *

די דערציילונג "באָנטשע שווײַג" איז געוואָרן באַוווּסט, יעדן פֿאַלס אין דער ייִדישער וועלט, דערפֿאַר וואָס זי האָט גורם געווען אַ פֿראַגע, וועלכע קאָן געגלײַכט ווערן צו האַמלעטס פֿראַגע: "זײַן צי ניט זײַן?", דאָס איז: "שווײַגן צי ניט שווײַגן?" די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען אָנגעזעטיקט מיט סאָציאַלע רעוואָלוציעס, איבערקערענישן, מלחמות... איז די דאָזיקע פֿראַגע געווען זייער אַקטועל! אויב מע בלעטערט איבער די ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט מען אַזוינע אַרטיקלען: "באָנטשע שווײַג רעדט", "באָנטשע שווײַג אָדער באָנטשע שרײַ?", "ווען ׳באָנטשע שווײַג׳ הערט אויף צו שווײַגן", "די טשענסטאָכאָווער קינדער מישפּטן "באָנטשע שווײַג", "דער ייִדישער וויילער אין דער ראָלע פֿון ׳באָנטשע שווײַג׳" אאַ״וו.
בײַ אַבֿרהם גאָלאָמבן אין זײַנע געקליבענע שריפֿטן געפֿינען מיר אין דעם אַרטיקל "באָנטשע שווײַג אין אַמעריקע" אַזעלכע ווערטער: "אין דער שטאָט באָסטאָן, אין דער פֿרײַער דעמאָקראַטישער אַמעריקע, פֿלעגט מען שיקאַנירן און שלאָגן ייִדן... די ייִדן, געליטענע, די געשלאָגענע, די באַליידיקטע פֿרײַע בירגער פֿון פֿרײַען לאַנד, האָבן נישט געוואַגט... צו שרײַען... עלעהיי באָנטשע שווײַגס וואָלטן זיי געווען!... אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי זײַנען דאָך געבוירענע און אויסגעהאָדעוועט אין דעם לאַנד, אין דער אַזוי באַרימטער דעמאָקראַטיע... זיי, דווקא זיי, האָבן באָנטשע שווײַגעריש געליטן און געשוויגן"...
אין די דרײַסיקער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אין די רומענישע שטעטלעך געווען אַ מאָדע אויף "ליטעראַרישע מישפּטים". אָט, וואָס עס שרײַבט וועגן דעם יחיאל שרײַבמאַן: "גאָר אָפֿט, כּמעט תּמיד און אומעטום, איז די געמישפּטע געווען פּרצס נאָוועלע ׳באָנטשע שווײַג׳. דער פּראָקוראָר, אַ בחור פֿון צווישן די לינקע, צווישן די אָרעמע, האָט באָנטשען געמאַכט מיט דער בלאָטע: וואָס הייסט ער שווײַגט? פֿאַר וואָס שווײַגט ער? ווײַל ער איז אַ גאָלע־גאָרניט. סע אַרט אים ניט וואָס מע טרעט אים מיט די פֿיס. ס׳טוט אים ניט וויי ווען מען מוטשעט אים. און אַז מע וויל אים שוין שפּעטער אויף יענער וועלט, געבן אַזוינס, וואָס זײַן האַרץ וויל נאָר, מאָנט ער ערשט קוים אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער. ס׳איז ניט אונדזער מענטש. ׳דאַלאָי, באָנטשע שווײַג!׳ דער סניגור, פֿאַרקערט, דער פֿאַרטיידיקער, הייסט עס, אַ בחור פֿון צווישן די רעכטע, אַ רײַכערער, האָט מיט אַ צאַרט קול געמאַכט פֿון באָנטשען אַ צדיק. "מיט מחילה, מיט לײַדן און שווײַגן וועט מען אויסלייזן די וועלט. בראַוואָ, באָנטשע!" וואָס די געשוווירענע ריכטער האָבן אַרויסגעטראָגן, איז שוין ניט וויכטיק. וווּ — ווער..."
וועגן דער פֿראַגע "שווײַגן צי ניט שווײַגן!" האָט מען אויך געקאָנט לייענען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. צום בײַשפּיל, בײַ איציק פֿעפֿערן איז דאָ אַ ליד "אַ ווענדונג צו פּרצן", וווּ מיר לייענען:
...אַז פֿאַרשוווּנדן איז אויף אייביק
פֿון די געסלעך באָנציע שווײַג,
אַז מײַן פֿאָלק איז ניט קיין דאָרן,
נאָר אַ לעבעדיקע צווײַג...
די הייליקע ספֿרים אונדזערע זענען דורגעדרונגען מיטן געדאַנק, אַז שווײַגן איז איינע פֿון די גרעסטע מעלות. דער מענטש וואָס שווײַגט באַגייט ניט די זינד, וועלכע קומען אַרויס דורכן רעדן: שקר, באַרעדונג, פֿאַררעטערײַ, מסירות... אויך אין ייִדישן פֿאָלקלאָר געפֿינען מיר: "אַ חכם שווײַגט שטיל", "שיין שווײַגן איז שענער ווי שיין רעדן", "געשוויגן הייסט אויך גערעדט", "הער און זע, קוק און שווײַג"... פֿון אַן אַנדערער זײַט ווען די חכמים שווײַגן פֿון וואַנען וואָלטן מיר געוווּסט, אַז שווײַגן איז אַ מעלה?
אין די מדרשים קאָן מען לייענען אַזאַ מעשׂה: צוויי אַדוואָקאַטן האָבן געפֿירט צווישן זיך אַ וויכּוח. איינער האָט געזאָגט, אַז ריידן איז בעסער, דער אַנדערער האָט געזאָגט אַז שווײַגן איז בעסער. דער ערשטער האָט געטענהט: "ווי וואָלט מען באַזונגען אַ כּלה? ווי וואָלט אַ קאַפּיטאַן פֿון אַ שיף קאָמאַנדעוועט מיט זײַנע מאַטראָסן... ווען דער צווייטער האָט מיט רעדן געוואָלט דערווײַזן, אַז שווײַגן איז בעסער האָט דער ערשטער געזאָגט: "איך האָב באַוויזן מיט רייד, אַז ריידן איז בעסער פֿון שווײַגן, דו ווילסט מיט רייד צײַגן, אַז שווײַגן איז בעסער! דו דאַרפֿסט אונדז מיט שווײַגן איבערצײַגן, אַז שווײַגן איז בעסער."
אויך דאָס פֿאָלק זאָגט: "אַז דאָס קינד שווײַגט — שטויסט זיך די מוטער ניט אָן, אַז ס׳איז הונגעריק", "שווײַגן איז גוט, רעדן איז נאָך בעסער", "דורך שווײַגן קען מען ניט שטײַגן"...
אויב פֿאַרסך־הכּלען דאָס העכער־געזאָגטע, וואָלט איך אַזוי געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע "שווײַגן צי ניט שווײַגן": — אַ חכם ווייסט ווען צו שווײַגן און ווען צו רעדן, וויפֿל צו שווײַגן און וויפֿל צו רעדן, וועגן וואָס צו שווײַגן און וועגן וואָס צו רעדן!
איצט קאָן מען זיך אומקערן צו אונדזערע פֿיר קשיות. ווען כ׳האָב זיך געלערנט אין מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט איז אויף דער לעקציע פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ווען מיר האָבן גערעדט וועגן י. ל. פּרצעס דערציילונג, האָב איך געפֿרעגט דעם לערער אונדזערן: מיט וואָס האָט באָנטשע פֿאַרשעמט די דיינים און מלאָכים און פֿאַר וואָס האָט געלאַכט דער קטיגור? האָט ער מיר געענטפֿערט: "וואָס הייסט מיט וואָס? באָנטשע האָט געקאָנט בעטן פֿאַר זיך אַלץ וואָס ס׳איז דאָ אין הימל און ער האָט געבעטן אַ בולקע מיט פּוטער?"
טראַכט איך מיר: צי האָט געקאָנט וויסן באָנטשע, ביז גאָר אַ פּראָסטער מענטש, אָן בילדונג, אָן קלאַסן און אוניווערסיטעטן, און דערצו נאָך אַ דערשראָקענער מיטן רעש, וואָס ס׳טוט זיך אַרום אים אין הימל, וויסן, וואָס מיינט "אַלץ וואָס ס׳איז דאָ אין הימל" און מיט וואָס "דאָס אַלץ אין הימל" עסט זיך? פֿאַר אים, פֿאַר באָנטשען, איז אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער געווען אויף דער ערד זײַן גרעסטער טרוים, דאָס טײַערסטע, וואָס סע איז פֿאַראַן אויף דער וועלט! סוף־כּל־סוף האָט ער, עפֿנדיק דאָס ערשטע מאָל דאָס מויל, געזאָגט אַ נאַרישקייט, לויט דער מיינונג פֿון די מלאָכים. וואָס זשע האָט מען געוואַרט פֿון אים? אַן ענטפֿער פֿון אַ "שלמה המלך"? צי וואָלטן ניט געדאַרפֿט די מלאָכים שעמען זיך, וואָס אַ מענטש לעבט אָפּ אַ לעבן אויף גאָטס ערד און האָט זיך ניט געקאָנט דערלויבן צו פֿאַרזוכן אַ הייסע בולקע? דאָ וואָלט געדאַרפֿט י. ל. פּרץ אַ שרײַ טאָן: "גאָט באַנקראָט!", ווי ער האָט עס געטאָן אין זײַן "בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק". ס׳שטרײַכט דען איבער די "נאַרישקייט", וואָס באָנטשע האָט געזאָגט זײַן שווײַגן אַ גאַנץ לעבן אויף דער ערד? מעקט אויס זײַנע שרעקלעכע ליידן אויפֿן עולם־הזה?
פֿאַר וואָס האָט באָנטשע געשוויגן? מסתּמא ניט דערפֿאַר וואָס ער האָט געוווּסט, אַז "שווײַגן איז גאָלד...", צי געלערנט תּורה און קלוגע געדאַנקען וועגן שווײַגן פֿון אונדזערע חכמים. כ׳מיין, אַז ער איז געווען פּשוט זייער אַ באַשיידענער מענטש! באָנטשע האָט זייער הויך געשאַצט די וועלט און די מענטשן און זייער באַשיידן באַצויגן זיך צו זיך אַליין, צו זײַן אָרט אויף דער ערד. און באַשיידנקייט איז דען ניט איינע פֿון די גרעסטע מעלות?
און אפֿשר דורך דער דאָזיקער באַשיידנקייט זײַנער, האָט ער שוין אין די הימלען געבעטן פֿאַר זיך בלויז אַ בולקע? און פֿאַר דער באַשיידנקייט אין די הימלען פֿאַרדינט דען ניט באָנטשע אויך אַ לוין? צי אפֿשר באָנטשעס לעבנס־דערפֿאַרונג האָט אונטערגעזאָגט, אַז בעסער אַ הייסע בולקע אין די הענט, איידער "דאָס אַלץ אין הימל"? צי האָט ניט געהייסן באָנטשעס שמייכל, אַז ער פֿײַפֿט זיך אויס אויף דער "וועלט זייערער" און אים וועט סטײַען אַ באַשיידענער פֿרישטיק? צי שרײַבט זיך דען ניט אין די "פּרקי אָבֿות": עסן זאָלסטו ברויט מיט זאַלץ, טרינקען וואַסער מיט אַ מאָס... וועט דיר זײַן ווויל אויף דער ערד און גוט אויף יענער וועלט?
וווּ איז געשטאַנען י. ל. פּרץ? — פֿאַרשעמט מיט די דיינים? צי לאַכנדיק לעבן פּראָקוראָר? צי געשמייכלט אין איינעם מיט באָנטשע? צי אפֿשר איז ער געשטאַנען אין אַ זײַט? איך האָב פֿאַר זיך ניט געפֿונען די ענטפֿערס אויף די פֿיר איבערגעציילטע אין אָנהייב פֿון מײַן אַרטיקל קשיות. צי האָט זיי געהאַט דער מחבר — יצחק־לייבוש פּרץ?..